קידוש ה' ווען הרב י"א לאבין באזוכט מעקסיקאנער אוהבי ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

קידוש ה' ווען הרב י"א לאבין באזוכט מעקסיקאנער אוהבי ישראל

הודעהדורך שיטה מקובצת » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:42 am

א גרויסע קידוש ה' האט זיך אפגעשפילט דעם פארגאנגענע מוצאי שבת ווען דער בארימטער עסקן און שריפטשטעלער הרב יואל אשר לאבין האט באזוכט א קאנגרעגעישען פון מעקסיקאנער גוים וואס פארמאגן א אויסטערלישע אהבת ישראל.

עס האנדעלט זיך פון א קירכע אין די געגענט פון בארא פארק וואס אין זייער אייגענארטיגע קריסטליכע רעליגיע האבן זיי א געוואלדיגע ריספעקט פאר אידן. ביי זיי איז נישט דא קיין צלמים אדער אנדערע קריסטליכע סימבאלען, און זיי פראווענען פארשידענע אידישע ימים טובים ווי פסח און סוכות, און זיי האלטען אויך שבת.

שוין לאנגע יארן וואס זיי ווילן זיין פריינטליך צו די אידן אין בארא פארק אבער זייער עקספיריענס איז אייביג געוועהן אז אידן האבן זיי קיינמאל נישט צוריקגעגריסט און מ'האט זיי אנגעקוקט מיט חשד. אבער לעצטענס האבן זיי גערעדט וועגן דעם ענין מיט מענטשן אינדרויסן פון זייער קאנגרעגעישאן און גערעדט וועגן זייער גרויסע רצון זיך צו באקענען מיט אידן פון די נאנט, און דא איז הרב לאבין אריינגעקומען אין בילד.

נעכטן מוצאי שבת האט הרב לאבין באזוכט ביי זיי, און ער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד. זייער גאנצע פארזאמלונג זאל איז באצירט געווארן מיט אידישע בילדער, און זיי האבן געזינגען אידישע ניגונים (ווי "הבאנו שלום עליכם"). הרב לאבין האט גערעדט צו זיי בערך אנדערטהאלבן שעה וועגן אידישקייט און די אידישע קולטור, און האט געלאזט אלע קינדערלעך אנטוהן זיין שטריימעל.
בייגעלייגטע פיילס
20151122074207.jpg
df.JPG
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שיטה מקובצת אום זונטאג נאוועמבער 22, 2015 4:04 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1349 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:09 pm

נאך בילדער
בייגעלייגטע פיילס
4.JPG
5.JPG
3.JPG
2.JPG
1.JPG
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1349 מאל

הודעהדורך פוחת ועומד » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:13 pm

איז די קירכע אפשר אויף 12 ביי 38 ? דארט איז דא עפעס א אינטערעסאנטע היספאנישע קירכע אין א הויז, זיי קומען זיך צוזאם אלע אידישע חגאות.
פוחת ועומד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 8:00 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: קידוש ה' ווען הרב י"א לאבין באזוכט מעקסיקאנער אוהבי ישרא

הודעהדורך וזרח השמש » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 8:41 pm

פוחת ועומד האט געשריבן:איז די קירכע אפשר אויף 12 ביי 38 ? דארט איז דא עפעס א אינטערעסאנטע היספאנישע קירכע אין א הויז, זיי קומען זיך צוזאם אלע אידישע חגאות.

יאפ
געדענק! נאך יעדע נאכט שיינט די זין אויף
באניצער אוואטאר
וזרח השמש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 3:24 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

הודעהדורך שושן פורים » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 12:33 am

שיטה מקובצת האט געשריבן:, און זיי האבן געזינגען אידישע ניגונים (ווי "הבאנו שלום עליכם"). .

און פאר מיר האט זיך אלעמאל געדאכט אז די ניגון גייט "רבינו" שלום עליכם, .........גיי פארשטיי א חסיד...
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 705
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 867 מאל

Re: קידוש ה' ווען הרב י"א לאבין באזוכט מעקסיקאנער אוהבי ישרא

הודעהדורך ירא שמים » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 12:35 am

@hasidic1: רחמנא ליצלן!
אשר לאבין גייט אין מעקסיקאנע קירכע!!
כאפט בילדער מיט מיידלעך אין סאמע שבת קודש

https://t.co/54WhVmuUfV https://t.co/UIpwipjBdB
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך חכם עתיק » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 3:11 pm

אפשר ערקלערט איינער ווי שטעקט די קידוש השם.

אלץ א ידיד פון ר' יואל, וואלט איך איהם גע'עצה נישט צו טוהן אזעלכס.
חכם עתיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:21 pm
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

הודעהדורך יהושע חיים » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 3:16 pm

ווי איינער געבט מיר איבער בשם הרב לאבין
1 עס איז נישט געווען שבת נאר ערשט מוצש"ק
2 עס איז נישט געווען א קירכע נאר א קאמיאניטי סענטער (א שטיקל סקול בערך)
3 ווער עס האט פראבלעמן מיט מיידלך אונטער צען יאר אלט זאל זיך ביטער גיין אונטערזיכן שנעל
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 916
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך יואליש » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 3:29 pm

אלס א מוצאי שבת מעשה ברויך מען זאגן, מ'זאגט נאך פון ר' שלום קאמינקא, דריי לאו דוקא'ס...
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2534
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3960 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 3:33 pm

יואליש האט געשריבן:אלס א מוצאי שבת מעשה ברויך מען זאגן, מ'זאגט נאך פון ר' שלום קאמינקא, דריי לאו דוקא'ס...

און טאקע היות הרב לאבין איז א רבי'שע אייניקל, איז דאס דאך ממש קיום המנהג ישראל תורה צו דערציילן סיפורי צדיקים מוצש"ק.

און מיט דעם פארשטייט מען שוין, אז הרב לאבין איז געפארן מיט אלעקסיי דורך קפיצת הדרך, און ער האט פשוט מעלה געווען די ניצוצות הקדושה פון די קריסטליכע סעקטע וואס היט אידישע ימים טובים.

איך זוך נאר די פריץ מיטן מאשקע.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15815 מאל

הודעהדורך זוכער » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 3:59 pm

א גוטער שריט פון אשר לאבין. פארוואס קענען די נטורי קרתא מופקרים גיין צו אראפאט און ער זאל נישט מעגן גיין צו א סעקטע וואס וויל זיך באמת באקענען מיט אונז. איז ער דען געפארן זיך משדך זיין מיט זיי.

טיילמאל מאכן מיר געוויסע ניקים קאנפיוזד און איך זוך קלאריפיקאציע. אויב זאל זיך אויפשטעלן א רב און זאגן אז מ'טאר נישט אהינגיין צו זיי, וועלן די זעלבע ניקים אראפרייסן דעם צעדרייטן ראדיקאלן פסק. ווידערום, אויב גייט ער יא, און ער פייפט אן די גאנצע וועלט, באוואשט מען אים ווידער.
אתמהה.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 269
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 5:14 pm

סארי אז איך פייף אן דיין חתימה, גערעכט איז גערעכט!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15313
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18559 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 12:14 pm

און אפשר שטאמען זיי פון די אנוסים פון שפאניע. אז זיי האבן אזא שטארקע משיכה צו די אידישע ימים טובים...לאמיר נישט פארגעסן אז אונז לעב מיר היינט בעיקבתא דמשיחא...כמו שנאמר...."והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול ובאו האובדים/עובדים בארץ אשור והנידחים בארץ מצרים. והשתחוו לה' בהר הקודש, בירושלים"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג פעברואר 21, 2016 8:00 pm

הרב לאבין שרייבט וועגן די פרשה



מיין באזוך ביי אן אייגענארטיגע גרופע אוהבי ישראל און מיין בליק איבער אויבערפלעכליכע קריטיק

א מענטש קען בלויז קאנטראלירן וואס ער טוט, אבער ער קען נישט איינטיילן וויאזוי מענטשן זאלן אנקוקן זאכן.
א מענטש קען בלויז קאנטראלירן די אייגענע מחשבה, די אייגענע מעשים, די אייגענע געפילן, אבער א מענטש טאר נישט האבן קיין הויכע האפנונגען און ערווארטונגען אז מענטשן וועלן אנקוקן די זאך אזוי ווי ער זעהט עס.
"לאדם מערכי לב, ומהשם מענה לשון" א מענטש קען פרובירן צו ערקלערן און מסביר זיין וויאזוי ער וויל, אבער איז בכלל נישט דער אייגענטימער איבער די מעסעדזש.
א מענטש קען פרובירן צו סימבאליזירן איין זאך, אבער די רעזולטאט קענען מענטשן אנקוקן ווי גאנץ עפעס אנדערש.
מיר קענען נישט ערווארטן אז יענער וועט זעהן דעם אמת, און דעריבער דארפן מיר זיין געראכטן אז מענטשן קענען און וועלן פארדרייען די מעשה, פשוט נישט פארשטייענדיג בעסער און נישט עס אנקוקן ריכטיג.
יעדער מענטש איז אזוי קאמפליצירט, פיל מיט פאראורטיילן און דעות קדומות, און מען דארף וויסן אז נישט יעדער וועט דן זיין לכף זכות.
אוודאי, מיר זענען נישט חלילה פעסימיסטיש, מיר האבן נישט קיין שלעכטע בליק איבער מענטשן. נאר פארקערט, דאס אליין איז מיין לימוד לכף זכות, אז איך ווייס אז מענטשן זענען שוואך, איך ווייס די באגרעניצונגען פון מענטשן, זיי מיינען נישט קיין שלעכטס, און דעריבער דארף מען נישט האבן קיין גרויסע ערווארטונגען פון זיי און קיין שברון לב ווען עס שטעלט זיך ארויס זייער מענטשליכע שוואכקייט.
א מענטש דארף וויסן אז אסאך מענטשן זענען זייער אויבערפלעכליך, אסאך מענטשן זעהן בלויז וואס זיי ווילן זעהן. אסאך מענטשן ליינען ניטאמאל קיין ווערטער, זיי זעען בילדער, זיי פראצעסירן עס אין זייער קאפ לויט די מאמענטאלע קאפריז אן אריינטראכטן, ליינען און פרובירן צו פארשטיין, און שפרינגען שנעל צו מסקנות באזירט אויף שיטערע ידיעות.
כלפי מה הדברים אמורים:
איך האב עס מיטגעלעבט די וואך, בדידי הוי עובדא.
 
מיין באזוך ביי א אייגענארטיגע גרופע סאבאטניקס, שומרי שבת אוהבי ישראל
איך בין פארבעטן געווארן דורך א אידישע זשורנאליסט און שרייבער. א זעכציג יעריגע מאדערנע אידישע בארימטע שרייבערין, וועלכע פרעגט מיר צומאל אן ווען זי זוכט אינפארמאציע איבער אידישקייט ענינים וואס זי איז נישט באקאנט. זי האט האט מיר פארבעטן פאר א וויכטיגע שליחות.
וואס איז די מעשה? די שרייבערן איז נאנט מיט א גרופע מענטשן, מעקסיקאנער אימיגראנטן אין אמעריקע, וואס זייער גלויבן איז אן אייגענארטיגע, א געמיש פון קריסטנטום מיט להבדיל אידישקייט. זיי היטן שבת, פייערן אידישע ימים טובים, זייערע צענטערס זענען באדעקט מיט לוחות הברית, מנורות, מגן דוד'ס און אידישע פסוקים און נישט מיט קיין צלמים אדער געטשקעלעך, זיי גלייבן אין די עם הנבחר, האבן ליב אידן און זענען מתפלל פאר שיבת ציון.
די גרופע באשטייט פון בערך טויזנט נפשות, רוב פון זיי ארים און שוואך, צעשפרייט אין ניו יארק און פענסילוועניע. אסאך פון זיי רעדן נישט קיין ענגליש.
געוויסע פון זיי האבן געארבעט אין אידישע הייזער, וואס דאס האט געמיינט פאר זיי גאר אסאך. זיי האבן געשפירט א זכייה אז זיי העלפן אידן, און האבן אבער נישט געהאט די געלעגנהייט צו ארויסברענגען אז זיי שפירן דעם קשר.
די געמיינדע האט א צענטער נעבן בארא פארק און אפאר קינדער געבענטשטע מעקסיקאנער משפחות וואוינען טיר ביי טיר מיט אידן ביים שויס פון בארא פארק. אבער צו זייער ווייטאג קענען זיי נישט האבן קיין שום שייכות מיט אידן, טראץ וואס זיי האבן אזא הערצה צו אידן, און למשל וואלטן געוואלט קענען פרעגן א איד א שאלה איבער רעליגיע אדער ימים טובים. "אידן גריסן זיי נישט" האט די זשורנאליסט מיר געזאגט די ווערטער.
די שרייבערין האט מיר גערופן און מיר געבעטן אז איך זאל רעדן צו די  מעקסיקאנער, און האט מיר געזאגט אז זי ארבעט אויף א געשיכטע איבער די קינדער פון די מעקסיקאנער געמיינדע צו לופטערן אויף א ספאניש-אמעריקאנער ראדיא פראגראם און דעריבער וויל זי קענען רעקארדירן ווי איך רעד צו די קינדער און דאס לופטערן.
אזא גרופע מענטשן איז נישט אזא גרויסע חידוש. עס איז פארהאן איבער די וועלט מערערע גרופעס פון "סאבאטניקעס" פארשידענע גרופעס פון מענטשן וואס זענען נישט קיין אידן, אבער זענען די נאנטסטע צו אידן וואס שייך. זיי היטן אסאך מצוות, גלייבן אין די אידישע תורה, שעצן און ליבן דעם עם הנבחר און באקעמפן אנטיסעמיטיזם מיט אן אייפער. די דאזיגע מענטשן זענען זיכער כשר'ע בני נח. זיי היטן די שבע מצוות בני נח, זיי גלייבן אין אן איינציגן באשעפער און פארשטייען אז די אידן האבן די ריכטיגע וועג און טראגן דעם פאקל פאר אנדערע פעלקער.
פארוואס האב איך געהאלטן אז עס איז גאר וויכטיג צו גיין רעדן צו די געמיינדע?
צוליב עטליכע הויפט סיבות:
חז"ל זאגן אונז קלאר "הוי מקדים שלום לכל אדם, אפילו לנכרי שבשוק", און ווען א געמיינדע מענטשן ווילן אמאל האבן א שמועס מיט אידן איז עס א מאראלישע פליכט צו גיין שואל זיין בשלומם. איך פיר זיך שטענדיג אזוי, און איך בין מקפיד אויף "מפרנסים עניי עכו"ם עם עניי ישראל" און אנדערע חיובים וואס אידן האבן צו אויפפירן זיך לייטיש צו אנדערע נבראים בצלם אלקים.
חז"ל ווארענען אונז "היזהרו בגוי קטן", ווייל מען ווייסט נישט ווען אידן וועלן דארפן צוקומען צו די קשרים. אין א צייט וואס די וועלט איז פיל מיט אנטיסעמיטיזם איז גאר וויכטיג צו האלטן גוטע קשרים מיט נישט אידישע שכנים. אין די פארגאנגענהייט האב איך שוין אפגעראכטן באזוכן ביי עטליכע מוסלמענישע שעיכן אין ברוקלין, צו אנווארעמען באציאונגען און מאכן זיכער אז מיר קענען פארמיידן סכסוכים און עגמת נפש.
אידן האבן א חיוב צו פארשפרייטן די אמתע אמונה און די שבע מצות בני נח צו די אומות העולם, און לויט דעות בין איך מחוייב על פי הלכה צו גיין רעדן איבער שבע מצות בני נח ווען א גוי פרעגט דערוועגן.
ווען יעדער זעהט אז גויים חנפ'נען זיך צו יעדן גוי וואס איז רייך און מאכטפול, אין פאליטיק דרייען זיך ארטאדאקסישע אידן אין פענסי פארטיס און שישקען זיך מיט גרויסע צולייגערס, אבער ארימע אימיגראנטן שטויסן זיך אן אין פרעמדקייט און ביטול, איז דאס א שרעקליכע חילול השם. איך האב געהאלטן אז איך קען דאס אביסל מונע זיין.
איך האב דורכגערעדט מיט יראי השם מיט וועמען איך שמועס דורך אזעלכע החלטות, און זיי האבן מיר מחזק געווען צו טון דעם שריט.
איך בין געגאנגען מיט עטליכע וואכן צוריק באגעגענען עטליכע  מענטשן פון יענע געמיינדע און זיי האבן מיר געבעטן אויב איך קען קומען רעדן צו די קינדער. בערך פופציג – זיבעציג קינדער וואס קומען איינמאל א וואך צו די צענטער און חזרן זייערע טראדיציעס, זיי זענען אזוי פאסצינירט און אינטערסירט אין אידישקייט אז זיי וואלטן זיך מחיה געווען ווען א איד קומט זיי דערציילן איבער אידישקייט.
די קינדער קומען זיך צוזאמען שבת, זיי האבן מיר געבעטן אויב איך קען קומען שבת, דעריבער איך האב געפרעגט א שאלה פון הגאון רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א צו עס איז דא אן איסור אויב איך רעד אום שבת, ווען מעגליך אז איינער רעקארדירט מיר. דער דיין האט געזאגט אז טראץ אז עס איז מעגליך מותר, זאל איך מחמיר זיין.
דעריבער האב איך געזאגט די שרייבערין אז איך קען בלויז קומען מוצאי שבת.  און עס וועט נאר זיין שייך אין די קורצע שבתים פון ווינטער, ווען עס ווערט פרי מוצאי שבת, וועל איך קענען גיין מוצאי שבת ווען די קינדער זענען נאך דארטן.
דעם פארלאפענעם מוצאי שבת בין איך געגאנגען צו דעם צענטער, ווי די געמיינדע האט מיר באגריסט מיט גרויס רעספעקט. די קינדער האבן פאר מיינעט וועגן געמאלן סלאגאנען איבער אידן און אידישע סימבאלן און מיר זייער שיין אויפגענומען.
אויף מיין בקשה האבן מיר זיך פארזאמלט אין אן אנדערע פלאץ אין דעם צענטער, נישט אין די הויפט צימער ווי זיי דאווענען, וואס קען אפשר זיין א חשש רחוק אז עס איז נישט גלייך פאר א איד צו זיין דארטן.
די קינדער מיט זייערע מחנכים האבן מיר אויסגעפרעגט צוויי שעה קושיות! איבער אידן און אידישקייט. איך האב בעזרת השם געענטפערט יעדע זאך אויף א וועג אז די גויים זאלן עס פארשטיין, זאלן האבן נאך מער אהבת ישראל, אבער זיך נישט איינרעדן קיין נארישקייטן איבער אידן וואס זענען נישט אמת וואס נישט אידן דוכט זיך אסאך מאל.
זיי האבן מיר געפרעגט איבער די עיקרי אמונה  פון אידן, איבער די הויפט מצוות, איבער אונזערע האפנונגען און געפילן. איבער די האלאקאוסט, איבער מדינת ישראל און איבער פארשידענע אידישע קהלות. איבער אידישע קולטור, אידישע היסטאריע, אידישע מאכלים, אידישע מלבושים און אידישע מנהגים. די קינדער האבן געקוואלן און איך האב פרובירט זיי צו ערקלערן פארוואס אסאך חסידישע אידן האלטן זיך צוריק פון רעדן צו נישט אידישע שכנים. איך האב געזאגט פאר די קינדער אז די אידישע מסורה פאדערט צו זיין העפליך און דרך ארץ'דיג צו יעדן מענטש. אבער צו זיין צו שטארק פריינטליך מיט מענטשן פון אנדערע רעליגיעס איז א זאך וואס אסאך חרדישע אידן האלטן איז מסוכן פאר זייער שטארקע רעליגיע.
מענטשן נוצן זייער שנעל די ווארט "קידוש השם" פאר יעדן וואס האט נאר אמאל געהאלטן אפען די טיר פאר א גוי. איך קען נישט אזוי שנעל זעהן אז איינער "מאכט א קידוש השם". אבער עס איז זיכער געווען וואונדערבאר צו זעהן ווי שיין די קינדערלעך קוקן מיט בליטשעדיגע אויגן פיל מיט הערצה צו א זון פונעם עם הנבחר. און וויאזוי איך האב בעזרת השם מיט אידישע שטאלץ ערקלערט די יסודות פון אידישקייט און געענטפערט אן שטאמלען, אויף די שאלה "צו גלייבן ענק אידן אין אותו האיש און זיינע ביכער?" מיט א קאטעגארישע ניין. זאגענדיג אז הקב"ה איז לא ישיגוהו משיגי הגוף און אז קיין שום שיתוף איז נישט שייך מיט אים, און אז דערווייל איז משיח נאכנישט געקומען און מיר ווארטן אויף זיין קומען.
איך האב דערציילט די קינדער אז זיי זאלן נישט פרובירן צו איבעררעדן קיין אידן איבער קריסטליכע זאכן, און קיין אידן זוכן זיי נישט צו איבעררעדן, מיסאנעריזם מוז זיין אינדרויסן פון די בילד, און די תפקיד וואס אידן ווילן זעהן ביי גויים איז בלויז די שבע מצוות בני נח, וועלכע איך האב זיי ערקלערט און אז זיי זאלן אייביג פרובירן גוט צו טון צו אידן און באשיצן דעם גערודפטן שה אחת בין שבעים זאבים.
די קינדער האבן געהערט פארגאפט איבער די שרעקליכע צרות וואס אידן זענען אריבער, און איבער די ביטערע חורבן אייראפע. די קינדער זענען געווען נתרגש און האבן צוגעזאגט אז זיי וועלן אייביג באשיצן א איד אין נויט.
איך האב דערציילט די קינדער איבער די חשיבות פון א מענטשליכע לעבן אין די תורה. און צו אילוסטרירן האב איך זיי דערציילט אז צו ראטעווען א לעבן דארפן אידן מחלל שבת זיין. איך האב זיי געגעבן שיינע זאכן פון תורה און אידישע היסטאריע. ואדברה בעדותיך ולא אבוש.
איך האב זיי ערקלערט פארשידענע קולטור'עלע זאכן איבער אידן, און אז זיי זאלן אייביג אנהאלטן זייער ליבשאפט צו אידן, און נישט לאזן מינדערוויכטיגע זאכן, ווי נישט גריסן אדער דרייוון ווילד, אנקוקן שלעכט, מענטשן וואס זענען זיך מוסר נפש פאר זייער אמונה, און אז זיי זאלן אייביג געדענקען אויב עס געשעהט סיי וואס צו אידן זאלן זיי זיך שטעלן אויף די ריכטיגע זייט און העלפן אידן.
איך האב זיי דערציילט איבער פארשידענע גרופעס פון סאבאטניקעס וואס האבן אנגענומען אידישע ווירדן, תורה און מצוות און האלטן זיך אלס נאנטע צום אידישן פאלק. להסתפח בנחלת בית השם.
און אז אזעלכע גרופעס זענען געווען אסאך אין היסטאריע פון כלל ישראל, פון די רוסישע סאבאטניקעס וואס האבן זיך מגייר געווען מיט בערך הונדערט פופציג – צוויי הונדערט יאר צוריק.  און וואס איז זייער מעגליך אז די סאבאטניקס שטאמען פון די אור אלטע כוזרים. א אייראפעאישע קעניגרייך וואס האט זיך מגייר געווען מיט בערך אכט הונדערט יאר צוריק, און מיט הונדערט פופציג יאר צוריק איז בלויז  געווען א פרישער אויפוואכונג. איך האב זיי דערציילט איבער גרופעס פון סאבאטניקעס וואס זענען געווען גרייט אויף מסירות נפש צו העלפן אידן, און געזאגט צו כלל ישראל : עמך עמי ואלוקיך אלוקי, אשר תלך אלך ואשר תמות אמות!
עס איז געווען זייער א אינטערסאנטע איבערלעבעניש פאר מיר, און עס איז געווען א געוואלדיגע הצלחה פון די ריכטונג פון די אוידיענץ, זייער אהבת ישראל האט זיך געשטארקט, און זינט מיין באזוך האבן זיי שוין געמאכט פרישע קשרים מיט אידישע גרופעס צו לערנען מער און מער איבער אידישקייט.
**

"צעשנייד א קישן.... לאז די פעדערן פליען פריי.... נעם צוזאמען יעדע איינציגע פעדערל... קענסטו נישט? אה, דאס מיינט לשון הרע, איינמאל מען לאזט ארויס א שלעכטע ווארט אויף איינעם, מען איז מוציא דיבה און מען קען עס נישט קאנטראלירן, און גענוי ווי מען קען נישט צונויפקלויבן די אלע פעדערלעך, קען קיינער נישט צוריקברענגען די לשון הרע"
דאס איז א באוואוסטע מוסר השכל'דיגע מעשה'לע איבער לשון הרע. אבער היינט צוטאגס דארף מען נישט קיין משלים פון קישן פעדערס צו פארשטיין די ענדלאזיגקייט פון לשון הרע, מען קען מאכן א משל מיניה וביה.
מען קען זאגן "פארשפרייט א בילד צו די ווירטואלע וועלט, לייג צו א נעגאטיווע הסבר, גיי עס נאך און קלער אויף יעדן איינעם אז דיין קאממענט איז געווען פאלש... קענסטו עס טון? ניין, מען קען נישט צוריקברענגען לשון הרע.
די שרייבערין איז געווען איבערגענומען פון די שיינע עמאציאנאלע מאמענטן מיט די קינדער און זי האט באפרייט צו די גרויסע ווירטואלע וועלט א קורצע מעמואר וואס ליינט זיך גענוי ווי פאלגענד "איר געדענקט טיפאני, די קליינע מעקסיקאנע מיידל וואס איז טרויעריג אז די אידישע שכנים קענען נישט רעדן צו איר אין ברוקלין? איז אזוי, איך האב געטראפן דעם העפליכסטן איד אין בארא פארק צו מאכן אביסל "תיקון עולם" א גוטהארציגער און נשמה'דיגער ראביי וואס איז אראפגעקומען צו די קינדער און זיי געענטפערט אלע סארטן שאלות איבער חסידישע אידן... אט קוקט ווי ער האט געלאזט די קינדער באטראכטן זיין שטריימל, און ער רעדט צו זיי איבער די מצוה פון ציצית....."
פון די מינוט וואס עפעס איז אין רשות הרבים מעג דער בעלים זיך מייאש זיין. די דאזיגע אנעקדאט און בילד האט אנגעהויבן ארומוואנדערן און מאכן אסאך סטאפס. צוויי אידן, דריי דעות. א גרופע פון צוואנציג אידן באדייט לכבוד דעם א זעכציג דעות.
אידן וואס האבן א פאזיטיווע דעה האבן געוויס געשעצט דעם אקט. אהא, ער איז געגאנגען מרבה זיין שלום אחוה ורעות. ער איז געגאנגען מאכן א קידוש השם.
מענטשן וואס קענען מיר און האבן א גוטע דעה אויף מיר האבן מיר משבח געווען און געהאפט אז עס איז א אויפטוה און א חשובע אקט וואס וועט מרבה זיין כבוד שמים.
אבער עס זענען אויך דא די שווארץ זעער, די דנים לכף חובה, די כראנישע קריטיקירער.
קריטיקירער זענען פארהאן פון אלע סארטן "פארוואס לויפט ער צו די גויים, מען האט שוין אלעס מסדר געווען פאר די אידן?
נודניק איינער, דער זעלביגער האט אויף זיין קאנטע מערערע פעולות און עטליכע ארגאנזאציעס וואס ער פירט אן לטובת אידן, און אייגענטליך, איז ער אהינגעגאנגען לטובת אידן!
האט ער געמעגט אריינגיין? מן הסתם האט ער געמעגט, וואס קוועטשט דיר? אלעס וואס די טוסט איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן? דיין זיצן אויף די אינטערנעט און ארומפארשפרייטן א בילד וואס איינער מחוץ למחנה היהדות החרדית האט געשריבן צו איר קרייז, איז יא אויסגעהאלטן?
וואס דערציילט די דאזיגע אנעקדאט? אז איך בין געגאנגען מיט א שטריימל צו רעדן צו קינדער איבער אידישקייט?
אט איז וויאזוי איינער האט געטראפן א וועג צו אפלערנען די סוגיא לחומרא "יואל אשר לאבין איז געגאנגען אום שבת! אין קירכע! מיט שיקסעס!"
די פראבלעם איז אז ער איז ניטאמאל א פאנטאזירער. ער האט נישט אויסגעזויגן פון פינגער א מעשה. ער האט פשוט גענומען א קאלירפולע מעשה און איר געפארבט אינגאנצן שווארץ. געפארפול, שרעקעוודיג שווארץ.
שבת? יא, איך בין געווען מיט א שטריימל... עס איז געווען מוצאי שבת ביים זמן. איך האב נישט געוואלט גיין אהין אום שבת, אבער זייער צענטער איז בעיקר שבת. בין איך געגאנגען ביים זמן און די שמועס איז געווען נאך שבת.
קירכע? ניין. זייער צענטער פארמאגט א געבעט הויז וואס איז ריין פון צלמים און איז פיל מיט אידישע סימבאלן. א עס זאל און מיטינגס צימער אויף די אונטערשטע שטאק און אינגאנצן אינדרויסן פון די בניין, איז דא א עקסטערע קליינטשיק הייזקע וואס איז די לערן צימער פאר די קינדער. מיין מיטינג איז געווען אין די לערן צימער מיט די קינדער.
שיקסעס? א קלאס פון קינדער אלע פון זיי אונטער צען, גאר איידעל און זייער צניעות'דיג.
פארוואס זאל א מענטש מיר אנשמירן שווארץ? פארוואס זאלן מענטשן דאס אננעמען און ווייטער ארומשיקן?
איך בין א אוהב את הבריות, און דעריבער זוך איך נישט צו קוקן שווארץ אויף די שווארץ-קוקער. איך בין מרחם על האכזרים און איך פאראורטייל נישט די מענטשן וואס שיקן ווייטער לשון הרע און הוצאת שם רע מיט די לעכערליכע אויסרייד "איך האב עס נאר געשיקט ווייטער, עס האט נישט מיט מיר" וואספארא שוואכע לאגיק, עס האט יא מיט דיר! ביסט געווען א שותף לדבר עבירה!
איך בין ברוך השם נישט קיין גר ותושב, נישט קיין אימיגראנט אויף דעם געסל. איך קען אראפשלינגען א פייל, ווען איך באקום אזויפיל ליבשאפט איר צו באלאנסירן. אבער עס האט מיר געגעבן א בליק אריין איבער די שרעקליכע, ווייטאגליכע, מסוכן'דיגע ערשיינונג פון פארשעמען אין די סאשעל מידיא.
ווי ווייטאגליך איז עס פאר אנדערע, מער אראפגעקלאפטע, צובראכענע און אפגעשוואכטע מענטשן וואס זענען בכלליות אסאך מער צוריקגעצויגן און שפירן זיך באדראעט אין פארנט פון סיי וועלכע פובליק ארענע, און ווען עס פאלט ארויף אויף זיי צו ווערן די צענטער פון אן אטראקציע, און נאך ארגער ווען עס איז א נעגאטיווע אטראקציע.
 וואס מיינט דאס פאר א טאטע אדער מאמע צו אויפוועקן זיך צו א רעאליטעט ווען די גאנצע שטאט קאכט זיך מיט א בילד אדער ווידיא פון זייערס א קינד. יעדער האט שוין פשטים אויף די בילד און מען דיסקוסירט יענעמס לעבן מיט א אייפער און ברען אן קיין שום מחשבה וואס דאס מיינט פאר יענעם.
ווי ביטער און טרויעריג ווען מענטשן ווערן אויסגעטון ברבים, באקומען בושות און חרפות אויף א שרעקליכע אופן לעיני כל ישראל, טיילמאל אין א טאטאלע שאק.
ווי אפט האט זיך שוין ליידער געמאכט אז טאטעס און מאמעס אין ארץ ישראל זענען געוואויר געווארן אז זייער קינד איז ל"ע געווארן געשטאכן אויף די בילדער וואס לויפן ארום, נאך פאר די אויטאריטעטן האבן געהאט א געלעגנהייט צו מודיע זיין אויף א פארמאלע וועג. ווי שרעקליך איז די צער!
ווי ווייטאגליך איז ווען עס מאכט זיך אז א קינד פון א היימישע משפחה טוט זאכן וואס קען גורם זיין צער צו זיין משפחה, און מענטשן שפילן זיך ארום דערמיט, מען רעדט, מען קאכט, און מען שפילט זיך ארום מיט פייער!

גאר אסאך בלוט איז שוין פארגאסן געווארן אויף דעם אינטערנעט. דאס איז אַן אויסגעצייכנטער פּלאץ פאר השמצות, הוצאת שם רע, לשון הרע און רכילות.
דער אינטערנעט וואו מען קען זיך באהאלטן אנאנים און טאן אלעס אן טראגן קיין שום קאנסעקווענצן, וואו מען קען שרייבן ככל העולה על רוחו אן זיך פארענטפערן פאר קיינעם און אן קיין שום דין וחשבון, אנדעם אז קיינער זאל וויסן ווער עס שרייבט – איז אן אויסגעצייכנטער פלאץ צו משמיץ זיין, מוציא זיין שם רע און שופך דמים זיין ממש "כמתלהלה היורה זיקים בחיצים, ואומר הלא אך משחק אני".
עס קען זיך זיצן ערגעץ אבי ווער און שרייבן עפעס אויפ'ן אינטערנעט קעגן איינעם, סתם אויסגעזויגן פון פינגער, עפעס וואס קען יענעם צעגרונד לייגן; און ווי שווער איז דען צו פארשפרייטן עפעס אויף דעם אינטערנעט? אזוי קען א לעבן צעגרונד גיין.
אויף דעם אינטערנעט ווי מען מוז נישט זיך "צושטעלן" און עס איז ריכטיג שטח הפקר ווירבלען גאר אסאך קאנספּיראציע טעאריקער און פאנטאזירער, און עס ווערן געשריבן א געוואלד מיט שקרים, קאנספּיראציע-טעאריעס און פאנטאזיעס, געבויט גג על גג. און אומשולדיגע מענטשן פאלן קרבנות פאר דמיונ'ישע קאנספיראציעס.
מערערע מענטשן האבן זיך שוין ביטער אפגעבריט, פירמעס האבן שוין געשלאסן זייערע טויערן, און פאליטישאנס האבן געמוזט זיך געזעגענען פון אמט א דאנק די לייכטקייט וויאזוי אינטערנעט ברענגט אונטער מענטשן.
ליידער געשעט "ויתערבו בגויים וילמדו ממעשיהם" און אין דער אידישער מידיא ווירבלען גאנצע אינדוסטריעס פון השמצה, לשון הרע, בזיון תלמידי חכמים, און טאקע אויך "היימישע פאנטאזירטע" קאנספּיראציע-טעאריעס קעגן די עטאבלירטע קהלות און זייערע מנהיגים ועסקנים און ווילדע סיפורים צו מבאיש ריח זיין די אייגענע מחנה.
** 
וואס איז די מוסר השכל?
איך האב ברוך השם זייער דיקע הויט, נארישע אנאנימע השמצות קענען נישט וויי טון איינער וואס האט ב"ה א גוטע רעפוטאציע און א שטארקע באזע פון ידידים ומכירים, און בעיקר קען זי גארנישט טון צו איינעם מיט א קלארע און גוטע געוויסן אז ער האט געטון די ריכטיגע זאך, אבער איך האב געזעהן וואס עס קען באדייטן צו אנדערע און ווי שטארק עס קען וויי טון איינעם וואס האט נישט די פלאטפארמע, די שטארקייט און זיכערהייט.
אלזא, אויב איר זעהט א בילד וואס קען איינעם פארשעמען, א מעסעדזש וואס איז דברים שהשתיקה יפה להם, א נושא וואס איז געשפילט מיט אידיש בלוט, ביטע! טראכט אריין וואס די טוסט! כי גחלים אתה חותה על ראשך, די שפילסט זיך מיט פייער!
און צו מענטשן וואס טוען זאכן אינעם רשות הרבים איז עס א קלארע אנדיירטונג אז מענטשן זעען נישט רעאליטעט נאר א אפשפיגלונג פון רעאליטעט אין זייערע אייגענע מחות. מענטשן האבן נישט די געדולד צו אריינטראכטן און חוקר זיין, נאר מען איז זייער גערן מקבל א שנעלע לשון הרע'לע.
אנשי ציבור טארן נישט האבן עקספעקטעישאנס אז דער עולם ווייסט און פארשטייט, נאר דארפן זיין גרייט אויף אומקלארקייט.
צו מיר איז עס בלויז אן אנעקדאט אין מיין ענדלאזע רייזע, אנכי בדרך נחני ה', הקב"ה האט מיר געשיקט צו טון גוטס, און איך וועל ווייטער גיין, טון מיינס בעזר השם, כפי ראות עיני, און מיט התייעצות מיט גדולים וטובים ממנו.
וועט אמאל זיין מענטשן וואס וועלן נישט גלייכן עפעס? געוויס. אבער איך געב דין וחשבון צום בורא עולם, בוחן כליות ולב, און איך וועל טון דעם רצון השם ווייטער, ואדברה בעדותיך נגד מלכים ולא אבוש.
לא עליך המלאכה לגמור ואין אתה בן חורין להפטר הימנו, מען דארף נישט זיין קיין גענעראל און סטרעטעגיסט, איך טוה מיין פליכט, וחפץ השם בידינו ישכיל ויצליח.
 

(פון די אידישע ווינקעל טשענעל)

 
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5442 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 22, 2016 5:58 am

וויאזוי ערלעדיג איך אז רב לאבין זאל קומען אין מיין שוהל און רעדן צוויי שעה פאר די קינדער (און זייערע טאטעס) אידישע היסטארי, אמונה און משמעות החיים?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8537 מאל

Re: קידוש ה' ווען הרב י"א לאבין באזוכט מעקסיקאנער אוהבי ישרא

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג פעברואר 22, 2016 10:33 am

שטעל צו שיקסעס ,8 יעריגע
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3819
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט