א.ט.ד. ביי אנדערע סביבות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9090 מאל

א.ט.ד. ביי אנדערע סביבות

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ליינענדיג און קוקענדיג וואס ס'טוט זיך ליידער ביי די אלע א.ט.ד. אין אונזער וועלט, האב איך א שטיקל מחשבה דערוועגען וואס איך וויל מיטטיילען מיט'ן עולם, ואשיחה וירווח לי.
לעצטענ'ס האבען א פאר וואס האבען זיך דערווייטערט פון אידישקייט געשריבען ביכער וועגען זייער איבערלעבעניש'ן. די אלע זענען פון די חסידיש'ע געזעלשאפט. הגם אז אלע קהלות זענען אין דעם מער ווייניגער אייניג, און קיין איין קהלה האט נישט קיין מאנאפאל אויף א.ט.ד., מ"מ דאס שרייבען ביכער קומט נאר פון דארט. מ'זעט פון אט די ביכער איין יסודות'דיגע פראבלעם וואס די חברה האבען געפיהלט. אלע פון די חברה האבען געפיהלט דערדרוקט פונ'ם סביבה אקעגען זייער אייגענער רצונות און שאיפות. ד.ה. אז זיי האבען זיך געפיהלט אז זייער אייגענקייט איז געווארען דערדרוקט, זיי האבען נישט קיין וועג פון זעבסט אויסדרוק. דעריבער זענען זיי געלאפען אין קאלעדז"ש לערנען ווי צו שרייבען און זיך אויסדרוקען און דערפון איז ארויס אזעלכע ביכער.
איך קלער אז די חברה, למשל שלום דין, ווען זיי וואלטען געלערנט אין א ליטווישע ישיבה און מ'וואלט זיי געלאזט טראכטען און לערנען וויאזוי זיי פארשטייען, זייער קשיא'ס יסודות און קווענקלעניש'ן וואלטען געווען א שם דבר אין ישיבה, וואלט'ן זיי נישט געדארפ'ט אנטלויפען. זיי וואלטען נישט פארדעקט זייער אייגענקייט יאר'ן לאנג ביז איין טאג פלאצט עס און ס'בלייבט גארנישט פון זיי.
ווידער דער ליטווישער בחור וואס אנטלויפט (ביזדערווייל איז נישט דא דער ערשיינונג פון יונגעלייט און פארהייראט'ע ווייבער אנטלויפען, מעגליך ווייל מ'האט חתונה שפעטער, 'כווייס נישט) איז גאר אן אנדערע ענין. איך האב געהאט א שכן ע"ה וואס איז אנטלאפען און איך האב עס געזען במו עיני. געווענדליך פיהלען זיי אן א תכלית אין זייער לעבען אין ישיבה. יעדער גייט אין ישיבה, יעדער דארף לערנען גמרא תוספות. מאנכע ווייסען נישט פארוואס ס'איז וויכטיג אז זיי זאלען וויסען וואס פאסירט ווען אן אקס בריקעט א קוה, מאנכע האבען נישט געזען קיין געשמאק אין די סברא פון א זאך, מאנכע האבען סתם אזוי קיין סאך נישט פארשטאנען ועוד, און געבליבען איז דער גאנצע זאך איין שטיק דרוק אויפ'ן קאפ. אן א וועג ארויס בלייבען זיי אויסגעשפילט, ביז מ'נעמט זיך שטויסען און מ'אנטלויפט.
יעצט ווען אזא בחור לערנט אין בעלזא צו וויזניץ צו וואס, און ער פיהלט נישט אז דער וועלט איז אונטערגעגאנגען ווען ער פארשטייט נישט וויאזוי זיקה ככנוסה איז מה"ת און יש זיקה איז מדרבנן. ער קען זיך באשעפטיגען מיט'ן רבינ'ס קומאכץ און גייאכץ, ער קען פראווען פארפרומט און לויפען אין מקוה און לערנען באר ושמש מיט נאסע פאות פאר'ן דאווענען מיט א קאצקע צוקער צווישען די צענער. ער קען זיין גבאי פון די אוצה"ס אדער זינגען ביים באטע הויך. ס'איז דא אסאך אויסדרוקען וואס א בחור קען האבען אחוץ לערנען.
דער חילוק איז אבער גאר גרויס. ווען דער ליטוואק (געזעלשאפט, נישט אפשטאם, פארשטייט זיך) וואלט געווען חסידיש, איז ער גאנץ צופליקט בכל אופן. ער וועט נישט שיינען דארט, נאר עכ"פ בלייבען פרום און א פראדאקטיוו'ער מעמבער פונ'ם וועלט. אבער דער חסידיש'ע וואס אנטלויפט, האט דאך געהאט אין זיך צו זיין אן אמת'ער אדם גדול. ער פארשטייט דאך אליינס, ער האט אן מחודש'דיגע הבנה אין א זאך. ווען ער וואלט אויסגענוצט אויף תורה והלכה, אויף צו העלפען מענטשען און פארשטייען עבודת ה', וואלט ער דאך געשיינט, און נישט נאר געבליבען פרום.
איך האב נישט קיין לעזונג צו גארנישט. למעשה א כלל איז נישט קיין פרט, און פאר דעם וואס איינער האט געליטען פון א סיסטעם מיינט נישט אז דער גאנצע סיסטעם דארף פארמאכט ווערען. נאר אפשר איז ראטזאם ווען א טאטע זעט זיין בחור גליטשט, זאל ער די זאכען ארייננעמען אין חשבון. ד.ה. א ליטווישער קען זוכען א לעזונג ביי חסידים, און די חסידיש'ע זאל שיקען צו אן אפענער ליטווישע ישיבה. אפשר וועט מען זיך קענען ראטעווען איינער די צווייטער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 54 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר