חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל

הודעהדורך ראובן » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:09 pm

דער באקאנטער האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר שליט"א האט אין א דרשה נעכטן נאכט אטאקירט אלע רבי'ס, משפיעים, דרשנים און דרשניות, אז זיי זענען נישט וועלקאם אין קרית יואל.

אין די אויגן פון דעם אפיציעלן רב פון א שטעטל פון צענדליגער טויזנטער אידן און דער מנהיג פון טויזנטער חרדישע אידן איבער דער וועלט, זענען די דרשות און השקפות וואס ער און זיין פירמע שטעלט צו גענוי דאס וואס יעדער אין זיין שטעטל דארף האבן! ס'איז בכלל נישט דא קיין מקום צו טראכטן אז צווישן דעם ריזיגן ציבור אין קרית יואל זענען פאראן הונדערטער - אויב נישט טויזנטער - וואס קענען נוצן א אידישן "בוסט" פון א צווייטן.

    איך וויל זאגן, פאר די אלע רבי'ס (רעבעצינס?), און מ'זאל איבערגעבן בשמי: קומטס נישט קיין קרית יואל, קרית יואל דארף אייך נישט דא! איר פעלט נישט אויס!
    ...
    איר ווילט מזכה זיין דעם רבים? ס'איז דא א גרויסע וועלט, גייט ערגעץ אנדערש. נישט קיין קרית יואל!

דערנאך האט דער רבי שליט"א אויפגעפאדערט די איינוואוינער פון שטעטל אז זיי זאלן נישט מארח זיין דרויסנדיגע משפיעים אין זייערע הייזער, זיי צו געבן א פלאץ וואו צו האלטן דרשות,

    איר טוט קיין מצוה נישט פאר'ן שטאט, און קיין שום דבר טוב!


חרדים באנוצן זיך שוין לאנג מיט'ן סדום-בעטל, וואו אנשטאט צושטעלן א פאסיגן בעט פאר יעדן לויט זיין מאס, האט מען ליבערשט צוגעשניטן די מענטשן אז זיי זאלן פאסן פאר'ן בעט. יעצט איז געקומען די צייט אז דאס סדום-בעטל זאל קומען אל המנוחה ואל הנחלה אין א פערפעקטן סדום-שטעטל, וואו פרעמדע משפיעים זענען נישט וועלקאם.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2988 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

הודעהדורך ראוונע » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:15 pm

קען איינער צוברענגען אודיא פון די דרשה?
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 261 מאל

הודעהדורך מור וקציעה » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:18 pm

ראוונע האט געשריבן:קען איינער צוברענגען אודיא פון די דרשה?

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=9 ... =6&scat=40
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 425
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 543 מאל

הודעהדורך outspoken » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:22 pm

ער הייליג גערעכט, כל צרוע וכל זב ובעלי תשובות (לייען בעלי עבירות) שלא קרא ולא שנה קומען קיין קרית יואל און זענען מסבר אידישקייט פאר אידן וואס זענען דורות בעלי מסירות נפש אויף די ריכטיגע אידישע מסורה, מיט א גוטע צינגעל און דעות פונם גוי'אישע וועלט האט מען קיינמאל געבויט אידישקייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך outspoken אום זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:43 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 798 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:25 pm

סדום-שטעטל? א מין אראגאנץ צו באצייכענען א שטאט מיט צענדליגער טויזנטער אידן, וואס וואלטן זיך אוועקגעגעבן צו העלפן א צווייטן איד, אלס "סדום-שטעטל" ווייל דיר געפעלט נישט א געוויסע שריט פון די ארטיגער פירער.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2298 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:35 pm

גוטע נקודה, הרב קאפקע. כ'וואלט געדארפט זיין מער סענסיטיוו, הגם איך מיין אז מיין נקודה איז פארשטענדליך און גייט בכלל נישט ארויף אויף די איינוואוינער פון קרית יואל.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2988 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:38 pm

ער האט דאס געזאגט בעקבות עפעס א געשעעניש?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל

Re: חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:44 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:סדום-שטעטל? א מין אראגאנץ צו באצייכענען א שטאט מיט צענדליגער טויזנטער אידן, וואס וואלטן זיך אוועקגעגעבן צו העלפן א צווייטן איד, אלס "סדום-שטעטל" ווייל דיר געפעלט נישט א געוויסע שריט פון די ארטיגער פירער.

מיר באדערט גיכער דאס צו מייחס זיין צו כלל החרדים, א מין ראסיזים… וועגן איין אדמו״ר׳ל…,און סאיז נישט דאס ערשטע מאל וואס כזעע אזא כאראקטאר אין דיינע שרייבאכץ.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל

Re: חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל

הודעהדורך סופר » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:51 pm

גראדע צייל איך זיך צווישן די אפיציעלע שטיצער פון מהר״א, אבער די דרשה האט מיר זייער געבאדערט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
סופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 11, 2015 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל

הודעהדורך אבי גערעדט » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:08 pm

עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט, אז דער רבי איז א פשוטע שטעקן פאר געוויסע עקסטרעמיסטן וואס דערהייבן נישט אז דער ציבור טרינקט פון פלעצער וואס איז נישט לפי רוחם; און אט די חברה (די נעמען זענען באוויסט) לייגן אומגעהויערע פרעשור אויפן רבי'ן ער זאל ארויסקומען דערקעגן, ביז דער רבי ברעכט אונטער פון די דרוק און פארפירט דערקעגן, און דער המון עם געט א פארקלאפ די הענט מיט ווייטאג אז דער רבי איז ווידער געפאלן א קרבן. והדברים ידיעים
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 867
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 539 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:14 pm

וואס איז געשען? וועמען מיינט ער?
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:16 pm

איך בין בשיטה קעגן אזא מין עטידוט, אז נאר איינער וואס גייט מיט שמונה בגדים האט א רעכט צו געבן שיעורים אין אידשקייט, ווילאנג זיי רעדן נישט זאכן וואס זענען קעגן אונזער מסורה, (איך ווייס אז אסאך דא וועלן מחולק זיין מיט דעם גדר), דארף די טיהר זיין אפען.

פון די אנדערע זייט מיין איך אז קרית יואל איז נישט קיין נאו מענ'ס לענד, ס'באלאנגט פאר א קהילה (צו צוויי אדער דריי, וואטעווער), און ס'איז נישט בארא פארק, דערפאר מיין איך אז ער האט די 'רעכט' צו איינפירן תקנות וואס 'ער' האלט פאר ריכטיג און וויכטיג צו האלטן דעם קאראקטער פון די שטאט, אפגעזעהן צו 'איך' בין מסכים דערמיט אדער נישט, און וועם ס'געפעלט נישט האט א ברירה צו צאלן $16 פאר א וואן וועי טיקעט מיט חיים פריינד'ס באס און זיך אפטראגען פון דארט.

אזוי ווי אונז אלע פארשטייען די 'רעכט' פון דעם אינדיווידועל צו מאכן זיינע אייגענע אויסוואהלען אין לעבן יא אדער נישט גיין אין קאלעדזש, יא אדער נישט בלייבן פרום, אא"וו, דארפן מיר אלע פארשטיין אז א רב פון א קהילה האט אלע רעכטן איינצופירן וועלכע תקנה ער האלט פאר וויכטיג, צו ס'איז דרשות אין מאנראו, נשים זאלן נישט דרייוון, אדער אז א לב טהור'קע זאל גיין מיט די גאנצע אראבישע טראכט.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:25 pm

זייער פארשטענדליך ער וויל נישט קיין פרעמעדע השקפות אין זיין שטעטל וואס איז נישט לפי רוחו און וואס ער קען נישט קאנטראלירן. איך קען נאך אסאך דיקטעטארס אין היסטאריע און אין היינטיגע צייטן וואס האבן נישט אריינגעלאזט קיינעם אין זייער טעריטאריע אויב יענער האט אריינגעברענגט א גייסט וואס האט נישט געשטימט מיט זייערע אגענדעס.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3476 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:28 pm

מאכן א תקנה פאר די שטאט?
ער קען בעטען זיינע מענטשן זאלן נישט אריינברענגן אנדערע. אבער גיין ארויסיאגן משפיעים פון שטאט? עס זענען דא מענטשן וואס קענען האבן א גרויסע טובה פון הערען יענעם, און פון דעם אדמו"ר באקומען זיי גארנישט.
די איינציגסטע עצה אז מ'זאל נישט זיכן צו פאשן אין פרעמדע פעלדער איז נאר דארך אנזעטיגן די עקבי הצאן אז זיי זאלן שפירן זאט און אפילו נישט זיכן עפעס אנדערש.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:29 pm

אבי גערעדט האט געשריבן:עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט, אז דער רבי איז א פשוטע שטעקן פאר געוויסע עקסטרעמיסטן וואס דערהייבן נישט אז דער ציבור טרינקט פון פלעצער וואס איז נישט לפי רוחם; און אט די חברה (די נעמען זענען באוויסט) לייגן אומגעהויערע פרעשור אויפן רבי'ן ער זאל ארויסקומען דערקעגן, ביז דער רבי ברעכט אונטער פון די דרוק און פארפירט דערקעגן, און דער המון עם געט א פארקלאפ די הענט מיט ווייטאג אז דער רבי איז ווידער געפאלן א קרבן. והדברים ידיעים

אבי גערעדט:ייש"כ. פון די אלע תגובות ביז אהער מייניך אז דיין תגובה איז די מערסטע צום פינטל. די חידוש פלא איז אז ביז לעצטנס (עפעס מער ווי א יאר, בערך) איז ר' אהרן אייביג געווען דער מענטש וועלכער האט גערעדט די מערסטע מענטשליך (אלס סאטמאר'ע מנהיג) און מיט א אידיש געפיהל. כאטש ס'זענען געווען ביי איהם אין שטעטל אויך פון די געמיינע ברואים און אזוי גערופענע עקסטרעמיסטן וועלכע האבן רעאגירט צו יעדע מאורע וואס האטציך פארלאפן אין די אידישע וועלט מיט דעם טיפישן, גוי'אישן (ק---ע סטייל) אכזריות'דיגן, רשעות'דיגן וועג. למשל ווען דער פארשאלטענער אראבישער רוצח ימ"ש האט זיך אריינגעבראכן אין די ישיבה אין ירושלים און ר'האט דערהארגעט עטליכע בחורים און פארוואונדעט נאך. ביז א יוד האט איהם דערשאסן. און אויך ביי די אידישע קרבנות פון מומביי האבן זיי זיך געפרייט און געטאנצן אויף אידיש בלוט. און זיי האבן נאך געהאט די העזה צו פארדאמען ר' אהרן'ען ווען ער האט מספיד געווען די קדושים און געזאגט אז זיי זענען אומגעקומען אין א מקום קדוש. האבן די רשעי ישראל איהם פארשריגן אז וויאזוי קען ער אנרופן א מזרחי ישיבה און א ליובאוויטשער ביהמ"ד ווי א מקום קדוש...!!! אבער ער איז אלעמאל באטראכט געווארן ווי דער מענטש וואס רעדט מיט שכל און א אידיש הארץ...ביז לעצטנס...ביי דעם פאל פון די דריי ישיבה בחורים וועלכע זענען נעבעך געהארג'עט געווארן דורך די פארשאלטענע אראבערס, ימח שמם וזכרם. דארט האט ער אנגעהויבן צו רעדן ווי די אלע אנדערע רשעי ישראל...מיט אכזריות און פארשטאפטקייט. נאר איך האב מלמד זכות געווען אויף איהם אז ער האטציך שואל עצה געווען מיט דעם צודרייטן, פאררוקטן דעמאגאג שמואל שלמה טעללער. אבער לעצטנס, זעהט אויס איז ער אויך געפאללן א קרבן צו דעם צודרייטן וועג פון טראכטן און רעדן,....וד"ל. ואכמ"ל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:38 pm

ר׳ בערל איך וויל נישט פארצימעסן די אשכול אבער דער רעבארן האט אייביג געהאט א לויזע צינג און גערעדט אסאך שטותים און נערישקייטן, זעהט אויס אז איר האט עס נאר גאנץ לעצטענס געכאפט. וויאזוי האט נאר די חכם מכל האדמורים דער העליגער אמרי חיים זצ״ל אים גערופן? ״מיין נער׳לע״ און פאר א גיטע סיבה!
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3476 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:41 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:איך בין בשיטה קעגן אזא מין עטידוט, אז נאר איינער וואס גייט מיט שמונה בגדים האט א רעכט צו געבן שיעורים אין אידשקייט, ווילאנג זיי רעדן נישט זאכן וואס זענען קעגן אונזער מסורה, (איך ווייס אז אסאך דא וועלן מחולק זיין מיט דעם גדר), דארף די טיהר זיין אפען.

פון די אנדערע זייט מיין איך אז קרית יואל איז נישט קיין נאו מענ'ס לענד, ס'באלאנגט פאר א קהילה (צו צוויי אדער דריי, וואטעווער), און ס'איז נישט בארא פארק, דערפאר מיין איך אז ער האט די 'רעכט' צו איינפירן תקנות וואס 'ער' האלט פאר ריכטיג און וויכטיג צו האלטן דעם קאראקטער פון די שטאט, אפגעזעהן צו 'איך' בין מסכים דערמיט אדער נישט, און וועם ס'געפעלט נישט האט א ברירה צו צאלן $16 פאר א וואן וועי טיקעט מיט חיים פריינד'ס באס און זיך אפטראגען פון דארט.

אזוי ווי אונז אלע פארשטייען די 'רעכט' פון דעם אינדיווידועל צו מאכן זיינע אייגענע אויסוואהלען אין לעבן יא אדער נישט גיין אין קאלעדזש, יא אדער נישט בלייבן פרום, אא"וו, דארפן מיר אלע פארשטיין אז א רב פון א קהילה האט אלע רעכטן איינצופירן וועלכע תקנה ער האלט פאר וויכטיג, צו ס'איז דרשות אין מאנראו, נשים זאלן נישט דרייוון, אדער אז א לב טהור'קע זאל גיין מיט די גאנצע אראבישע טראכט.


ווער רעדט דא פון "רעכט"? איינער האט אמאל דן געווען צי דער מעיאר פון סדום האט געהאט רעכט צו מאכן תקנות ווי ס'איז אים געפאלן? די רעדע איז דא פון א מנהיג פון צענדליגער טויזנטער מענטשן וואס קען נישט משיג זיין דעם דבר פשוט אז נישט יעדער איז געקנויטן פון זעלבן טייג. בעת עס זענען זיכער פאראן טויזנטער פאר וועמען דעם אדמו"ר'ס פייערדיגע דרשות זענען פונקט גוט זיי צו געבן סיפוק אין לעבן, זענען פאראן אומצאליגע אנדערע וואס דארפן עפעס אנדערש. און די וואס דארפן עפעס אנדערש זענען אויפגעוואקסן אין דעם שטעטל מבטן ומלידה. וואספארא מידות מושחתות איז דאס אז זיי זאלן נישט קענען הערן אידישקייט און אינספיראציע לויט ווי זייער תכונת הנפש דארף האבן?

ווען דער אדמו"ר וואלט ווען יעצט געבויט א שטעטל, און וואלט געזאגט אז נאר א געוויסער סארט מענטש מעג קומען דארטן וואוינען, וואלט מען געקענט חוזק מאכן דערפון, אבער עס וואלט אפשר געווען פארשטענדליך. אבער דא רעדט מען פון א שטעטל וואס איז פערציג יאר אלט, וואו יונגע דורות וואוינען אין דעם זעלבן פלאץ וואו זייער עלטער-זיידע האט נאך געוואוינט. און דא הערן מיר דעם רבי'ן, לכאורה א מענטש וואס פארשטייט די צרכים פון דעם דור, ווי ער פאנגט נישט אן משיג זיין פשוט'ע יסודות פון מענטשליכן כאראקטער. מענטשן זענען נישט קיין ראבאטן. מענטשן אנטוויקלען זיך אנדערש, און בפרט נאך עטליכע דורות מוז מען אין באטראכט נעמען אז עס זענען פאראן פארשידענע סארט מענטשן מיט פארשידענע סארט צרכים.

ווען א משפיע קומט קיין קרית יואל טוט ער אפשר טאקע נישט קיין מצוה פאר דער גאנצער שטאט - אבער ער איז מחיה צענדליגער אדער הונדערטער אידן וואס לעכצן נאך א אידיש ווארט וואס רעדט צו זייער נפש. איר, רבי לעבן, זענט מסתמא אויך מחיה א ציבור ווען איר רעדט אין קרית יואל, אבער בשום פנים ואופן קען קיינער נישט זאגן אז איר טוט א מצוה פאר דער גאנצער שטאט... אלזא, שפילט אייער ראלע ווי א מענטש וואס האט די זכיה צו פירן א גרויסע עדה אידן, אבער פארשטייט אנדערע מענטשן און דערשטיקט זיי נישט!
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2988 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:52 pm

איך זאג נישט איך האלט אזוי, אבער נאר צו שפילען די אנדערע זייט. וואס זאל אן עמטליכע רב א יר"ש וואס איז נישט פוסע על ראשי עם קדוש טהון אפצוהיטען די עולם פון דרשות של דופי פון עמי הארץ וואס פארטרעטען נישט די תורה והשקפותיה? וויאזוי וואלט אזא רב געשארפט אפהאלטען דזשאבאטינסקי פון האלטען א דרשה אין שטעטל מיט הונדרעט יאר צוריק? וויאזוי קען מען צוריקהאלטען די זאך?
אוודאי ס'גילט נישט אין די פאל מכמה טעמים, אבער דיין עיקר טענה איז נישט פאר'ענטפערט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8594
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8058 מאל

הודעהדורך ליפא » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:54 pm

זיי טענהן אז ער האט נישט גערעדט פון רבי'ס אדער משפיעים ער האט געזאגט רבצינס. לעצטענס קומען אסאך פרויען רעדן פון פרעמדע קרייזן. אז מ'הערט גוט צו הערט מען מיין איך טאקע 'רביצינס' . עניוועי ער איז סייוויי נישט בעה''ב אין קר''י קען ער סייווי נישט איינטיילן יעדן וואס צו טון. נישט דא וואס מורא צו האבן.
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2058
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1802 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:55 pm

א ביטער געלעכטער!
קהל עדת דאבשינא


לאור קריאת הקודש בקול חוצב להבות אש, כשאחד ממאות בעלי דרשנים בעיר ואם בישראל קרית יואל יצא בקול ביער וצווח ככרוכיא להרבנים והאדמורי״ם הח' מכל קצוי תבל "קומטס נישט!" ״קרית יואל דארף אייך נישט!״ הננו מודיעים בזה ביגון קודר אשר
״מסע המלכות״
של כ״ק מרן רבינו הגה״ק שליט״א לבקר העיר וקרוב למאה בתי מדרשים, וג׳ מוסדות התורה כ״א עם רבני׳ ועומדים בראשי׳ שליט״א, וגם ליתן השגחה על כשרות הבשר בג׳ האיטליזים הגדולים בעיר, ע״כ לדאבונינו ולדאבון קרית יואל
״נדחה״
עד יום ה' אחה''צ זמן צאת העיתון ״דער בלאט״, ונראה האיך יפול הדבר.
וגם הננו מבקשים בזה, מי שיש לו ״בעיסמענט״ ומוכן לארח את מרן שליט״א, עם הרבה ״טישו באקסעס,״ נאר להתקשר עם המערכת, ולמצוה גדולה יחשב, כי בזה יתן רמז למרן שליט״א ״קרית יואל דארף אייך יא!״

ווער ס׳פארשטייט פארשטייט..






ק/פ
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2763
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2353 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:58 pm

ראובן האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:איך בין בשיטה קעגן אזא מין עטידוט, אז נאר איינער וואס גייט מיט שמונה בגדים האט א רעכט צו געבן שיעורים אין אידשקייט, ווילאנג זיי רעדן נישט זאכן וואס זענען קעגן אונזער מסורה, (איך ווייס אז אסאך דא וועלן מחולק זיין מיט דעם גדר), דארף די טיהר זיין אפען.

פון די אנדערע זייט מיין איך אז קרית יואל איז נישט קיין נאו מענ'ס לענד, ס'באלאנגט פאר א קהילה (צו צוויי אדער דריי, וואטעווער), און ס'איז נישט בארא פארק, דערפאר מיין איך אז ער האט די 'רעכט' צו איינפירן תקנות וואס 'ער' האלט פאר ריכטיג און וויכטיג צו האלטן דעם קאראקטער פון די שטאט, אפגעזעהן צו 'איך' בין מסכים דערמיט אדער נישט, און וועם ס'געפעלט נישט האט א ברירה צו צאלן $16 פאר א וואן וועי טיקעט מיט חיים פריינד'ס באס און זיך אפטראגען פון דארט.

אזוי ווי אונז אלע פארשטייען די 'רעכט' פון דעם אינדיווידועל צו מאכן זיינע אייגענע אויסוואהלען אין לעבן יא אדער נישט גיין אין קאלעדזש, יא אדער נישט בלייבן פרום, אא"וו, דארפן מיר אלע פארשטיין אז א רב פון א קהילה האט אלע רעכטן איינצופירן וועלכע תקנה ער האלט פאר וויכטיג, צו ס'איז דרשות אין מאנראו, נשים זאלן נישט דרייוון, אדער אז א לב טהור'קע זאל גיין מיט די גאנצע אראבישע טראכט.


ווער רעדט דא פון "רעכט"? איינער האט אמאל דן געווען צי דער מעיאר פון סדום האט געהאט רעכט צו מאכן תקנות ווי ס'איז אים געפאלן? די רעדע איז דא פון א מנהיג פון צענדליגער טויזנטער מענטשן וואס קען נישט משיג זיין דעם דבר פשוט אז נישט יעדער איז געקנויטן פון זעלבן טייג. בעת עס זענען זיכער פאראן טויזנטער פאר וועמען דעם אדמו"ר'ס פייערדיגע דרשות זענען פונקט גוט זיי צו געבן סיפוק אין לעבן, זענען פאראן אומצאליגע אנדערע וואס דארפן עפעס אנדערש. און די וואס דארפן עפעס אנדערש זענען אויפגעוואקסן אין דעם שטעטל מבטן ומלידה. וואספארא מידות מושחתות איז דאס אז זיי זאלן נישט קענען הערן אידישקייט און אינספיראציע לויט ווי זייער תכונת הנפש דארף האבן?

ווען דער אדמו"ר וואלט ווען יעצט געבויט א שטעטל, און וואלט געזאגט אז נאר א געוויסער סארט מענטש מעג קומען דארטן וואוינען, וואלט מען געקענט חוזק מאכן דערפון, אבער עס וואלט אפשר געווען פארשטענדליך. אבער דא רעדט מען פון א שטעטל וואס איז פערציג יאר אלט, וואו יונגע דורות וואוינען אין דעם זעלבן פלאץ וואו זייער עלטער-זיידע האט נאך געוואוינט. און דא הערן מיר דעם רבי'ן, לכאורה א מענטש וואס פארשטייט די צרכים פון דעם דור, ווי ער פאנגט נישט אן משיג זיין פשוט'ע יסודות פון מענטשליכן כאראקטער. מענטשן זענען נישט קיין ראבאטן. מענטשן אנטוויקלען זיך אנדערש, און בפרט נאך עטליכע דורות מוז מען אין באטראכט נעמען אז עס זענען פאראן פארשידענע סארט מענטשן מיט פארשידענע סארט צרכים.

ווען א משפיע קומט קיין קרית יואל טוט ער אפשר טאקע נישט קיין מצוה פאר דער גאנצער שטאט - אבער ער איז מחיה צענדליגער אדער הונדערטער אידן וואס לעכצן נאך א אידיש ווארט וואס רעדט צו זייער נפש. איר, רבי לעבן, זענט מסתמא אויך מחיה א ציבור ווען איר רעדט אין קרית יואל, אבער בשום פנים ואופן קען קיינער נישט זאגן אז איר טוט א מצוה פאר דער גאנצער שטאט... אלזא, שפילט אייער ראלע ווי א מענטש וואס האט די זכיה צו פירן א גרויסע עדה אידן, אבער פארשטייט אנדערע מענטשן און דערשטיקט זיי נישט!




לויט אים, איז דאך די פראבלעם אז די בעלי דרשנים זענען נישט אינגאנצן לפי די השקפה פון די מייסדי השטעטל, א"כ האט ער א חיוב - לדעתו - זיכער צו מאכן אז די אנשי העיר זאלן נישט ווערן נשפע פון אזוינע בעלי דרשנים.

אפשר זאל ער לאזן עפענען אן אגודה בית המדרש אויכעט, ווייל אונז דארפן פארשטיין אז מ'איז שוין עטליכע דורות אפגערוקט פון די מייסדי העיר, און קען זיין אז אין די נייע דור האבן זיך עטליכע ענטוויקעלט אנדערש, און פאר זיי איז מער פאסיג זיך איינצוגלידערן אין אגודה, וואס וועט זיין א גרעסער סיפוק פאר זיי ווי די נשא תורה פונעם רבין ??

שטייצעך איך רעד אלץ נאר 'לדעתו'.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

הודעהדורך shem-tov » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:01 pm

כהער זאגן אז ער האט גאר געמיינט דוד עקשטיין מיט זיין נייעם גוישן ביכל פון דעיל קארנעגי דער עולם באקומט קאנפידענס און דאס טויג אים זייער נישט. איינער זאגט מיר אז דוד שימפט אויף טויזענט
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 798 מאל

הודעהדורך אחד העם » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:06 pm

@יעקב מענטש און יעצט לאמיך הערן וואס די האלטס??
פארעסט דיך אזוי מסביר צו זיין וויאזוי עס קומט אויס לדעתו, סאיז אומ-וויכטיג, בפרט ווען עס קען זיין משמע אז אזא מין התנהגות איז לעגיטים.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 824 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:08 pm

איך זע נישט וויאזוי "רעביצינס" טוישט דעם בילד. פרויען זענען עפעס ראזשינקעס? דער פאקט איז אז ס'איז דא א ציבור אין קרית יואל וואס וויל הערן עפעס אנדערש ווי דער רבי האט צו פארקויפן, און יעדער מענטש, בפרט א רבי, דארף דאס רעספעקטירן און אקאמאדירן.

איך בין גארנישט אזוי זיכער אז האדמו"ר ר' יואל, וועלכער האט געשטעלט אן אקטיווער אגוד'יסט אלס פרינציפאל פאר די בית רחל מיידלעך, וואלט געהאט א פראבלעם אז מ'עפענט אן אגודה ביהמ"ד פערציג יאר נאכ'ן גרינדן דעם שטעטל. (ס'איז מסתבר אז יא, אבער כ'בין נישט זיכער דערין.) עכ"פ, דא האנדלט זיך נישט פון אגודה און ציונות פראגעס, נאר פון עניני השקפה וואס זענען נוגע לעבן מיט סיפוק אין אידישקייט אין דער היינטיגער וועלט, און האבן בכלל נישט עקזיסטירט אין די צייטן פון האדמו"ר ר' יואל ז"ל. שטעלט אייך פאר אז אין תשכ"ה וואלט מען דן געווען צי איינעמ'ס השקפה וועגן מיידל-שולעס אין אמעריקע איז אויסגעהאלטן לויט וואס א פארשטארבענער רבי האט אפשר געזאגט אין יאר תרפ"ה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ראובן אום זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:13 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2988 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:12 pm

אחד העם האט געשריבן:@יעקב מענטש און יעצט לאמיך הערן וואס די האלטס??
פארעסט דיך אזוי מסביר צו זיין וויאזוי עס קומט אויס לדעתו, סאיז אומ-וויכטיג, בפרט ווען עס קען זיין משמע אז אזא מין התנהגות איז לעגיטים.

איך האלט אז ווילאנג דער בעל דרשן רעד נישט זאכן קעגן אונזער מסורה, איז נישט קיין נפק"מ ווער ס'לערנט פאר באר מים חיים, צו ס'איז ער גייט מיט שיך/זאגן, אדער מיט א שניפסעל.

אבער ער אלץ די רב הקהילה, האט זיין רעכט צו איינפירען תקנות און זיין קהילה כפי ראות עיניו, און ער דארף נישט מיין אדער דיין הסכמה דערויף, ווען איינער איז א מעמבער ביי אים, און ער שיקט די קינדער אין זיינע מוסדות, אדער וואוינט אין זיין שטעטל, איז ער מקבל אויף זיך צו אויספאלגען זיינע הוראות צו ער פארשטייט עס יא אדער נישט, פינטל.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט