בלאט 1 פון 1

זיי א בעל צדקה מיטן זאגן: "איך האב נישט"

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 12:51 pm
דורך דער געוואגטער יונגעל
דאווענענדיג אין ביהמ"ד כאפט זיך מיר אריין פון צייט צו צייט רחמנות געפילן אויף די צדקה גייער'ס. ער קלעטערט זיך ארום אין היצן, שנייען, רעגן, פרעסטן, שעות נאכאנאנד. בנוסף צו די שלעפערייען פון איין שול צום צווייטן, קאסט עס אים א שיין פעקל בזיונות, ער שטייט און איז זיך מבזה פאר יעדן טלית איינגעוויקעלטער מיט זיין נוסח "איך מאך חתונה א קינד" און קען ווארטן א האלבער מינוט פאר 25 קאפיקעס. פאר א פאנדרעיזער איז עס נישט אזוי שווער, אבער פאר דער נצרך וואס בלית ברירה שינד ער אראפ פון זיך די 'ס'פאסט מיר נישט' מאסקע, און טוט זיך אן די בעטלער קליידער לויפן פון שטיבעל צו שטיבעל. איז די בזיונות גאר שטארק.

למעשה, קען מען נישט אפיהרהאלטן קיינעם. נאך אלעם, גייען אדורך צענדליגער געלט גייער'ס טאג טעגליך, און ס'שווער צו געבן פאר יעדן איינער לפי מצבו, במילא יעדער האט זיך שוין בערך די רוטין, פאר א בחור א קוואדער, סתם א זעקל צען צענט, רב שניטצלער, א דאלער, וכו. און אפילו די וואס געבן גארנישט און קנייטשן מיט די פלייצעס איז קיין תביעה פארהאן, און אפי' פארשטענדליך אזא התנהגות, צו האט ער נישט, צו ווייל זיי געבן צדקה דורך אנדערע אופנים.

אבער וואס עס טוט יא וויי, איז ווען די איגנארירסט אים. די מאכסט זיך ווי די באמערקסט נישט, די פארוויקעלסט זיך אינטערן טלית, פארטיעפסט זיך אינעם סידור'ל. די מיינסט ער איז א אטומאטישער ראובאט וואס די איגנארירסט? ער איז א מענטש מיט געפילן, א 'יומען בואינג', ער איז נישט קיין שמאטע.

יעצט חנוכה, הינדערטע קינדער גייען נאך געלט, דער מיט א פושקע און דער מיט א 100% געווינס... פון א תזכה למצוות.
מילא א יונגערמאן וואס גייט נאך געלט, אפי' די איגנארירסט אים, פארשטייט ער כאטש, פארוואס די פירסט זיך אזוי אויף. דער קינד אבער, פארשטייט נישט וואס דא גייט פאר, ער שטייט מיט אן אויסגעשטרעקטער האנט און שאקעלט פאר א האלבער מינוט, און די קוקסט אינעם חלל אריין... ער מיינט דו זעסט אים נישט שאקעלט ער שטערקער, און אז די שטעקסט דיין האנט נעבן גארטעל מיינט ער אז, אה, דו האסט שוין ענדליך געכאפט, אזוי גייט עס ביז ער איז זיך מייאש אויף דיין ניקעל, אדער די ווארפסט אים צו א שארפן בליק ווי צו מודיע זיין; די נאסער פעיגער זאטל דיר אפ!

ווען איך בין געווען א קינד, און איך פלעג גיין נאך געלט, נאך איינער פלעגט מיר איגנארירען פלעג איך זיין פארביטערט און פארברויזט, איך האב פאנטאזירט אז ברוב הימים ווען איך וועל זיין א גביר (צוזאמען מיט די פייער לעשער און שקאץ קאר וואס איך גיי קויפן) און דער שלעכטער גייט גיין נאך געלט, גיי איך אים אזוי איגנארן אז ער וועט פלאצן... קוקט אויס מחמת ריבוי הנרשמים געדענק איך שוין נישט וועם איך דארף אלטץ אפצאלן.

ברודער, די ווילסט נישט געבן קיין געלט, נו, ס'איז בידך.
דו קענסט כאטש טון צדקה אפי' מיטן נישט געבן. ווען א יוד קומט צו דיר נאך געלט ובפרט א קינד וואס פארשטייט נישט געהעריג אונזער רוישיגע וועלטל, מאך זיך וויסענדיג פון אים, ענטפער אים מיט א האנט דריי, א פלייצע קנייטש, ער איז נישט קיין דאמי, ער קומט אפשר פון ערד אבער איז נישט קיין ערד, ער איז א מענטש מיט געפילן, האלט אים מיט זיין מענטשליכן ווערד.