אגרת נרות חנוכה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 618
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1389 מאל

אגרת נרות חנוכה

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

א געזאנג פון ליבשאפט און האפנונג ביי די שיין פון די ליכט
הרב אשר לעווין, נביא ישראל נ"י


הוי, עם ישראל מיר זענען געווען אמאל א הייליג פאלק, עם הנבחר, עם סגולה, אוי עם ישראל.

מיר האבן געהאט העלדישקייט, מיר האבן געהאט העראאישקייט. מיר האבן געהאט קעניגרייך, מיר האבן געהאט פירערשאפט. מיר האבן געהאט אלטרואיזם. מיר האבן געהאט צדק, יושר משפט. מיר האבן געהאט יראת ואהבת אלקים.

מיר האבן געשטרעבט מיט תאווה צו די תורה און חכמה, יושר משפט און צדק, אמת, אהבה, שלום, צדקה, רחמים, חסד, מיר האבן פארשריגן עגאאיסטן, מיר האבן אראפגעריסן קארופציע.

אוי ישראל! אונזערע נביאים האבן געריסן לעבעדיגע שטיקער פון קארופטירטע מלכים ושרים און געשטראפט ישראל מיט שפיזן. מיר האבן געמאכט דעם עושר'ס הארץ צאפלען מיט די הונגער פונעם ארימאן, מיר האבן נישט געלאזט אונזערע קעניגן זיך באדן אין גאלד און פארמערן פערדן. מיר האבן אוועקגעגעבן פון אונזער ברויט פאר די חכמים, עובדי השם און כהנים. מיר האבן געוואוסט וואס איז וויכטיג אין אונזער לעבן און געוואוסט צו לייגן טפל אין איר ריכטיגע פראפארציע.

מיר האבן געגארט צום תורה, צום חכמה. מיר האבן גרעניצלאז געוואלט לערנען דעם גוטן וועג, מיר האבן געטראכט, מתבונן געווען, גע'חקרנ'ט, געפרעגט, דורש וחוקר געווען בשבעים פנים, געריסן הימלען בעטנדיג גאט פאר קלארקייט, פאר ליכטיגקיייט פון תורה, ותן בליבנו בינה להבין ולהשכיל, אחת שאלתי, איינס איז געועון זייער געבעט, אותה אבקש, נאר איר זוך איך, שבתי בבית השם! איך זוך נישט קיין גאלדענע גליקן, נאר זיצן אין גאט'ס הויז, הויז פון חכמה, זעהן די זיסקייט פון גאט און אפט באזוכן זיין היכל.

אוי ישראל! מה טובו אוהליך יעקב! מיר האבן געהאט א הייליג הויז ווי מען קומט דינען גאט און רייניגן די נשמה, מיר האבן געהאט א סנהדרין ווי מיר האבן געלופטערט ריכטיגקייט און יוסטיץ, ווי מען האט געענדיגט שלעכטס און געוויזן די וועג פאר רעכטס זוכער און אוהבי יושר.

מיר האבן אראפגעקוקט אויף גאלדענע אוצרות און זילבערנע טשאטשקעלעך, מיר האבן ארויפגעקוקט אויף מאראלן און טיפערע ווערט, נשמה'דיגע חשיבות. מיר האבן ממאס געווען תענוגים, געשענדעט פיזישע אינסטיקטן, אויסגעלאכט פוסט עסטעטישע אויבערפלעכליכע רייצענישן, פארקוקט אויף אלטערנאטיווע אידעאלאגיעס צוליב הכנעה צו גאט און טראדיציע.

מיר האבן געאטעמט מיט אונזער גלויבן, זיך געקלאמערט צו אונזערע אידעאלן אין פנים פון שפאט און פערסיקיוציע. מיר האבן גענומען פעטש מיט א שמייכל, געזיפצט און געזינגען, כל זאת באתנו ולא שכחנוך. געשפאנט אין די קאלעכאויווענס מיט אן אויפגעהויבענע געמיט און פריידיגע טריט, פארן אמת, פארן אמונה, פאר גאט. מיר האבן געוואוסט מיט א פייער און מיט יעדע שפיץ גליד אז מיר זענען די אמת, און די מער, די שטארקערע, די מוסקולן באוואקסענע, אויסגעפוצטע שטיוול און באמבאסטישע מארשן זענען פיינט פון גאט און מענטש, און אזוי, מיט א ריינע געוויסן און פארפייניגטע גוף ונפש האבן מיר זיך געווארפן אויפן אור-אלטן מזבח, די אייביגע מזבח פון אידישע בלוט און געשפריצט די בלוט על מזבחך לרצון.

אוי פאלק ישראל! מיר האבן געקוקט צו ציון און דיר נישט פארראטן מיט פאלשע גליקן. וויכטיגער ווי זייער רעכטע האנט איז געווען צו זיי ציון, די פאטערלאנד, די לאנד פון גאט און נצח, זיצנדיג און טרונקענדיג די קאלירטע וואסערן פון די שיינע טייכן פון בבל. מיר זענען געווען אין מערב און די הארץ אין מזרח, מיר האבן געמאכט ציון אונזער בית חיינו, אונזער לאנד אין די נשמה, און מיר זענען געווען א פארשעמטע זעל וואס ווארט אויף די הילף פון ציון ומלך שלם.

מיר האבן געהאט א משפחה מיט פינף קינדער, מתתיהו בן יוחנן מיט זיינע שטייפע קינדער, העלדן וואס האבן זיך איינער אליין אויפגעשטעלט קעגן א פעסטע עסטאבלישמענט, קעגן א מערדערישע אימפעריע מלכות יון און האט מיט גבורת הנפש אפגעראטעוועט זיינע מענטשן פון חרפה.
מיר האבן געפייערט ימים טובים ווי אונזער בליק איז געווען איבער דיר, אוי גאט, איבער די פאלק ישראל, איבער אונזערע אידעאלן, אונזערע פאטריארכן און נביאים, אונזערע רבי'ס און שטראפערס, אונזערע כהנים גדולים און שופטים, אונזערע תהלים און משלי, אונזער תורה און נבואה, אונזער תלמוד און אונזער אגדה, אונזערע חסידות און אונזער מוסר, אונזער הלכה און אונזער לומדות. איבער די עתיד פון די וועלט, די גרויסקייט פון גאט, די ליבשאפט צו חכמה, די גלוסטעניש צו יוסטיץ און אמת, די רצון צו פליען אין הויכע הימלען.

מיר האבן געלעבט מיט די תורה, מיר האבן געליבט דעם אימיגראנט, דעם גר. מיר האבן געהערט די זיפץ פונעם שכיר יום. מיר האבן געשפרייזט אין די גייסט פון אונזערע נביאים, געשפירט די קרעכץ פון די חלכאים ונדכאים, די עני וגר. מיר האבן געזעהן אין אלמנה ויתום יעודד ועושה משפט לעשוקים דעם העכסטן געטליכקייט, אונזער הארץ איז אויסגעגאנגען צו א ברודער, צו א גלויבנס גענאסן.

אוי ישראל, די פאלק וואס האט געזאגט אז גע'הרג'עט זאל מען ווערן אבער א צווייטן מענטש זאל מען נישט הרג'ענען, גאט זאל מען נישט פארשוועכן, און אונזער משפחה זאל מען נישט שענדן גרינגשעצן, און פאר אט די פעלזערנע בערג פון אייביגע סיני זענען מיר געשטאנען און נאכאנאנד געשריגן נעשה ונשמע.

אוי ישראל, די פאלק וואס ווייסט די מיסטעריעס פון בריאה, די אויסדערוועלטע וואס לערנט מעשה בראשית און בליקט אריין אין מעשה מרכבה, די פאלק וואס האט געזעהן גאט זאגן יהי אור. די פאלק וואס באגלייט אדם אין עדן, נח אין מבול, אברהם אין קאלעך אויווען, יצחק אין מוריה, מיר זעען עשיו אנטרונען ווערן און מיר טרערן נאכן פארלוירענעם פעטער, מיר חלום'ען מיט יעקב, מיר באגלייטן אים ווען ער קעמפט מיט געטליכקייט און מענטשליכקייט. מיר ווערן אריינגעווארפן אין גרוב מיטן זיידענעם יאסעלע, מיר מוטשען זיך מיט פוטיפרע און זעען ארעסטאנטן'ס חלומות און קעניגליכע טרוימען, מיר ראטעווען א ציוויליזאציע דורך זעהן דעם עתיד און מוותר זיין אויף מאמענטאלע שפע. מיר שפירן אונזער הענט ארומוואנדערן צווישן מנשה און אפרים, ווער איז בעסער, די אייביגע קאמף צו שלימות און צום איינציגן קרוין.

אוי ישראל, די פאלק וואס ליידט אונטער פרעה, די פאלק וועמענס קאלעקטיווע רוקן כאפט די פעטש פון יאנקל און משה, כלב און איתיאל פונעם בייטש פון מצרים, דייטשלאנד. די פאלק וואס ליידט צוזאמען און זיפצט אין א כאר. די פאלק וואס כאפט מכות פונעם מצרי, אבער שרייט צו גאט, די פאלק וואס טוישט נישט איר קליידונג, איר שפראך, איר קרעכץ און טרוים, איר צניעות און אידעאל אונטער די טיראניע פון פרעה. די פאלק וואס גלויבט אין א פרינצליך קינד וואס זעהט גאט אין א שטעכיגע דארן, א גאט פון ליבשאפט און מיטלייד. און קעמפט העלדיש מיט א פאר'עקשנ'טער דיקטאטור. די פאלק וואס גייט צו איר אייביגע לאנד, אל ארץ לא זרועה, צו באלעבן גאטס לאנד. אונטערוועגנס האט זי חתונה מיט די אייביגע תורה, מיט געטליכקייט און באקומט די אייביגע מתנה, די צען געטליכע געבאט, די תורה הקדושה בכל פרטיה ודקדוקיה, וואס ווייזן אונז די אייביגע וועג.
מיר זענען געווען א פאלק וואס אינעם טיפן גרוב האבן זיי אפגעלאכט דעם מעכטיגן שונא, און ווען זיי האבן גארנישט געהאט זענען זיי צוריקגעלאפן צו זייער קעניגרייך. די קוים זעהבארע פיצינקע מעכטיגע אייביגע קעניגרייך וואס קעניגט אין הערצער און הערשט אין נשמות. די קעניגרייך פון אמונה, פון נצח, פון שאיפה. די קענגירייך פון אייביגקייט און נשמה דויערהאפט. די קעניגרייך פון אייביגע אידעאלן. די קעניגרייך פון קליינע אותיות אין אלטע געלע בענדער. די קעניגרייך ווי אונזער פיס איז אין בערלין אדער ניו יארק, אבער אונזער קאפ איז מיט ישעיהו ביים חידקל, מיט דוד ביים פליענדן פארהאנג וואס זינגט אויפן פידל צו דוד אייביגע תהלים, אונזער קאפ איז אין פומבדיתא און צפת, ביים אר"י הקדוש און ביים שלחן ערוך. אונזער קאפ איז אין מעזיבוז און איזביצא, אין צאנז און בעלזא, אין בני ברק און אין לעיקוואד. מיט די אייביגע תורה און אייביגע תלמידי חכמים.

* * *

איך צינד דיינע ליכט און עפן אויף דעם פירהאנג צו ווייזן די ליכט צו די וועלט. דא זענען מיר, די אלטע פאלק וואס וויל באלייכטן מענטשהייט, הייליגן די וועלט, אויסלייזן די וועלט, לתקן עולם במלכות שד-י.

איך ווייז דיינע ליכט צום הימל און איך שריי, גאט, פארוואס האסטו אונז פארלאזט! ווי איז דיין כבוד, אונזער הארץ בענקט צו דיר, אונזער נשמה לעכצט צו דיר. ווי א אונד וואס לעכצט נאך פרישע וואסער שרייענדיג פון א טרוקענע שטייפע קערפער. און איך בעט דיר גאט, געב מיר צוריק מיין ליכטיגקייט. פארוואס איז מיין זעל צעבויגן און פארוואס איז זי פארצווייפלט, האף און לעכצע צו גאט, קוק צו אייביגקייט, קוק צום אמת ווייל גאט'ס פנים און הילף וועלן זיין נאך און נאך.

איך ווייז די ליכט צו עם ישראל און וויין און זינג, עם ישראל, שטיי אויף. וועק זיך אויף ווייל דיין ליכטיגקייט, שטיי אויף ליכט, וועק זיך, זאג א געזאנג! די כבוד פון גאט איז פאר דיר אנטפלעקט.

איך צינד א ליכט צו מיינע קינדער און איך זאג זיי איבער די מלחמות און די נסים, איבער גאט און אייביגקייט, איבער אונזערע זיידעס און פירערס. איך ווייז זיי ליכטיגקייט, באהעפט זיי צו זייערע זיידעס, צו זייער היסטאריע און זייער צוקונפט. איך לייג אריין זייער רינגל אינעם גרויסן ענדלאזן קייטל.
איך צינד א ליכטל פאר מיינע קינדער און איך צייג זיי אז נישט גאלדענע מנורות, הויכהילכיגע מוזיק, באמבאסטישע פעסטיוואלן, אסטעטישע גרויסקייט און סאציאלע ארדער, נישט גשמיות'דיגע שפע און גאלדענע קעלבער, נישט פאלשע אידעאלן און רייצנדע בליקן, נאר די איידעלע שיין פון א מנורה, די צאצקע פון א חנוכה ליכטל אין א שפעטע ווינטער נאכט, ווען די ווינט ראנגלט זיך מיטן פארשעמט ליכטל. די קליינע האפנונג וואס שיינט, די השראת השכינה בזעיר אנפין, די דראנג צו אמת, די רצון צו זיין בעסער, די געבעט צו ציון, די עקשנות דקדושה'דיג אמונה.

איך צינד א ליכטל צו מיין פאלק און איך צייג זיי, לאמיר ווערן צוריק די פאלק. לאמיר זיך בענקען צו די פאלק, די אור לגויים, עם סגולה, וואס זוכט אמת און איז ממאס אין שיינע שקר און רייכע ליגנט. לאמיר צוריק ווערן די פאלק פון השתוקקות צו גאט און חמלה צו מענטש. די פאלק וואס זוכט די הימלען און פארנאכלעסיגט נישט די ערד. לאמיר צוריק ווערן די פאלק וואס לעבט אינעם יעצט, געדענקט די גלאררייכע אמאל, און האפט צום גליקליכן צוקונופט. לאמיר ווערן צוריק די פאלק וואס לעכצט נאך שלום און פארשפרייט ליכט. לאמיר ווערן צוריק די פאלק וואס לויפט נאכן צדק צדק, צו זוכן דעם פינטעלע אמת און נאכלויפן די ליכטיגקייט ענדלאזע מיילן איבער בערג און טאלן. לאמיר צוריק ווערן די פאלק צו וועלכע הקב"ה שרייט, בני אתה, עמי, בני א-ל חי!

איך צינד די אלטע ליכט וואס שרייט אויס: לאמיר צוריק ווערן א פאלק וואס זוכט פירער און לעכצט נאך גייסט לייט וואס זאלן שטיין און נבואה זאגן, א פאלק וואס זוכט נישט קיין חיצוניות, איז ממאס אין אויבערפלעכליכקייט. א פאלק וואס איז פריי צו דינען הקב"ה און טוט דעם רצון השם אן קיין חשבונות פון מה יאמרו הבריות. א פאלק וואס זוכט וואס איז אמת און נישט וואס איז פאפולער. א פאלק וואס דינט די גאט פון מאראל און נישט די אפגאט פון געלט, כבוד און מאכט. א פאלק וואס לעבט לויט חשבונות פון אויסגעהאלטנקייט, פינאנציעלע ערליכקייט, צדקה און חסד און נישט פארשווענדעריש לויט די מאדע פארשריפטן וואס פארשיינט דעם דרויסן און פארפינסטערט דעם אינערליכן.

זאל די ליכט שרייען צו אונז: לאמיר צוריק ווערן א לעבעדיגע פאלק וואס קאכט זיך אין אמת, וואס באשיצט דעם באקריוודעטן, וואס שטיייט אייביג אין די ריכטיגע זייט, וואס קוקט נישט אויף נומערן און דאלאר סימבאלן נאר אויף ליכטיגקייט און אמת. א פאלק וואס האט ליב איר פאלק און לאזט נישט חילוקי דעות פארגעסן אונזער אפשטאם.

זאל די ליכט אונז אויפוועקן צוריק צו ווערן א פאלק וואס קלויבט חכמה איבער יופי, א פאלק וואס פארציכטעט אויף שיינע רעסטוראנטן פאר איבערגעפילטע ספרים שענק. א פאלק פון עקשנים, לוחמי מלחמת השם, וואס האלט אן די פאלק, די בליק פאראויס און די אמת, סיי ווען זי איז אן עם מדושני עונג, און סיי ווען זיי זענען אן עם שרידי חרב.

זאל די ליכט ווידער באלעבן די יונגע בלוט און בראשית'דיגע פייער פון א פאלק וואס פייערט חנוכה און זעהט דעם מועד אין תשעה באב, א פאלק ווי גייסטישע עקשנים און גרויסע נשמות, און נישט עסטעטישע מאניפעסטאציעס און שטאלצע פוסטקייט זענען די גרויסע העלדן אונזערע, נאר עקשנים און מלחמה איבערלעבער. מיר האבן נישט ליב געשיכטעס פון העלדן אויף ווייסע פערדן, נאר אלטע חכמים וואס באקעמפן זייער גוף. א פאלק וואס גלייבט און געדענקט אז גייסט איז שטארקער פון פיזיק, נשמה פון גוף. די רבים געווינען אין די קורץ טערמין. די טהורים האבן אבער דעם נצח. דעם עם הנצח קען מען נישט באזיגן.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר