א געזעלשאפט וואס מען מוז

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2727 מאל

א געזעלשאפט וואס מען מוז

שליחה דורך משה געציל »

מיר לעבן אין א געזעלשאפט וואס יעדער מוז, מען מוז גיין מיט א הוט און רעקל, מען מוז און מען מוז און מען מוז וכו'.

איך האב שוין געקלערט א שטיקל צייט אז איך האב געטראפן איינעם משלנו וואס מוז נישט גארנישט, אבער ווי נאר איך האב געכאפט א שמועס מיט יענעם בין איך געוואויר געווארן וואס ווען וואו... יענער מוז פונקט אזוי.

די רעדע איז פון מיינס א באקאנטער וואס האט א בחור'ל א שבבני'ק, איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו כאפען א שמועס מיט דעם בחור'ל, מיט א גרויסען וואלענעם ציצית וואס איז אנגעקניפט מיט תכלת, און מיט א פאר קראקס אויף די פיס דרייט ער זיך ארום די גאסן. 

אזוי שמועסענדיג האב איך אים געוואלט מאכען גוט פילן, ווארף איך אים צו א קאמפלעמענט אין דער זייט, ווייסט וואלווי...  איך האב מורא'דיג הנאה פון דיר... דו גייסט ארום ווי אזוי עס איז דיר באקוועם... נעמסט נישט קיין פרעשור... הלוואי אויף מיר געזאגט...
זאגסט מיר??? זאגט ער מיר צוריק, איך גיי דירעקט אזוי... איך ווייז פאר יעדעם איינעם אז איך פייף אויפן וועלט...

איין מינוט, טראכט איך צו מיר, אויב אזוי איז ער דאך אייניג מיט מיר. איך מוז גיין מיט א הוט און רעקל ווייל מיין סביבה פארלאנגט דאס; ער בכדאי צו ווייזן אז ער מוז נישט גארנישט, מוז ער גיין אנגעטוהן די מערסטע היפיש וואס קען נאר זיין... נא אויב אזוי איז ער דאך פונקט אזוי מוגבל ווי מיר...

איז דא אזא מעגליכקייט איינער זאל ארויסקומען פון אונזער סיסטעם און אמת'דיג נישט מוזן גארנישט?

איך מיין אז עס נישט פארהאנען אזאנס. איינער מוז פארן אין קאנטרי, און דער צווייטער מוז נישט מוזן פארן אין קאנטרי. איינער מוז האבן ערב פסח מצות, דער אנדערער מוז נישט מוזן האבן ערב פסח מצות. איינער מוז האבען היימיש געמאכטע וויין אויף פסח, דער צווייטער מוז נישט מוזן האבן. איינער מוז קויפן די נייעסטע פאון וואס איז דא אין מארקעט, דער צווייטער מוז נישט מוזן קויפן, ועוד ועוד, די ליסטע איז זייער א לאנגער, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, איך האב נאר אנגעכאפט אפאר דוגמאות וואס איז מיר יעצט ארויפגעשווימען אויפן געדאנק.

קען זיין אז דאס פלאגט נישט דווקא דעם היימישן ציבור, קען זיין אז ביי די מאדערנע אדער להבדיל ביי די גוים איז אויך דאס זעלביגע. אבער כפי הבנתי נעמט זיך עס פון דעם, אז פון ווען מען ווערט געבוירן איז דא א לאנגע ליסטע פון זאכן וואס מען מוז, ממילא אונטערן באוואוסטזיין פארט שוין דער מח אזוי, און אפילו איינער איז שוין מחליט אז ער מוז נישט גארנישט מוז ער שוין דאס אליינס אז ער מוז נישט גארנישט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר