בלאט 5 פון 5

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:17 am
דורך ראובן
סארי, דער אשכול האט גארנישט מיט או-טי-דיס.

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 4:10 am
דורך שבת אחים
המממ... דער אשכול הייסט ״חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן״, און די ווארט אט״ד באטרעפט Off The Darech, וואס מיינט אז זיי האבן איבערגעלאזט די חרדישע וועג, כ׳מיין מ׳דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צופארשטיין אז די צוויי זאכן האבן גאר א שטארקע שייכות, אנטשולדיגט אז די קענסט נישט קאנעקטען די Dots, און יעדע פאל אויב האב איך עפעס געטוהן ראונג בעט איך דיר מחילה, זבולון האט ארויפגעלייגט א לינק פון א באשרייבונג פון א היימישע אט״ד און איך האב קאמענטירט אויף דעם. אפשר זאל מען בעטן די גבאים עס אריינצולייגן אין די ריכטיגע אשכול ווי ס׳באלאנגט.

#ברוךשםכבודמלכתו

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:07 pm
דורך ראובן
ביטע נישט פארדרייען מיין אשכול.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:11 pm
דורך זבולון
.

חרדיזם איז פיין, אבער עס איז נישט פאר יעדן

הודעהפורסם: זונטאג יולי 07, 2019 10:24 pm
דורך מי אני
חרדים/חרדיזם (עכ״פ חסידים) אין אלגעמיין זענען/איז fundamentalist (עיין למשל אינ׳ם ארטיקל Reclaiming Sacred Parks פון דר. איאלא פעדער, ועוד, ופשוט הוא). דאס מיינט אז זיי קוקן אן אן אפנויג פון זייער וועג ווי כאילו מ׳גייט אוועק פונ׳ם אמת און אז, ניין, עס איז נישט דא קיין אנדערע (עכט) אויסגעהאלטענע וועג אין אידישקייט (אנדערש ווי ביי אנדערע סוגים אינערהאלב אידישקייט). דאס ברענגט אויך אז זיי נעמען אן זייער literal דאס ״כל ישראל ערבים זה לזה״. דעריבער, זוכען זיי ארויפצוצווינגען זייער וועג אויף אנדערע מענטשן (עכ״פ אומדירעקט; זיי וועלן האלטן אז דאס וואס מען פילט אז מען איז [געזעלשאפטליך] trapped און כאילו אין א תפיסה איז א גוטע זאך ודוק), אפילו יענער באטראפענער פילט אז די מהלך אין אידישקייט וכו׳ איז נישט פאר אים/איר; זיי געבען נישט קיין טשויס. (יעקב מענטש האט געזאגט ענליך; איך אפשר א ביסל שארפער...)

זאת ועוד, זיי ׳עלען דאס באטראכטען ווי א גוטע זאך מכח די השפעה אויף די קינדער. דהיינו, אז הגם דער געצוואונגענער איז לבו בל עמו, ׳עלען כאטש די קינדער, אויפוואקסענדיג אין די געזעלשאפט, יא האלטן דערביי. איך פארשטיי אז מ׳קען טענה׳ן אז טאמער (איינע פון) די עלטערן האלטן נישט דערביי ׳עט עס ממילא שאטן פאר די חרדי׳שע המשכה צו די קינדער, אבער פונדענסטוועגן דאך... ולכאורה היינו נמי טעמא אז זיי שלאגן זיך בעווה״ר און לאזן ליידער נישט קינדער פון OTDs האבן שייכות מיט זייערע עלטערן וואס האבן פארלאזט חרדיזם.

נ.ב. פאר די וואס האבן געפרעגט וואס פונקטליך מיינט ״חרדיזם״: https://en.wikipedia.org/wiki/Haredi_Ju ... prov=sfti1


Sent from my iPhone using Tapatalk