א מת-מצוה אדער א מצוה-מת?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

א מת-מצוה אדער א מצוה-מת?

שליחה דורך קאווע טרינקער »

חס ושלום, ליצלן רחמנא, כ'מיין דירקעט נישט צו חוזק'ן חלילה פון אלץ וואס ווערט געטוהן מיט א ריינע כוונה, זאל עס זיין די גרעסטע שטות, אז יענער מיינט דערמיט גוטס, און עס ווייטאגט נישט א צווייטען, וואס גייט דאס מיר אן? אפילו ס'זאל זיך דעם קליינטשיגען מוח'ל חלום'ען אז אריינלייגן פריש געבאקענע ברויט אינעם ארון קודש איז א סגולה ניצול צו ווערן ממלחמת טראמפ ואייסעס בב"א, אדער זאל זיין דמיון אים פארגלייבן אז אויב דאס געביין זיינע געפינט זיך אין א ספעציפשע דערפעל אין אוקריינא אין א ספעציפישען טאג אין יאר, דאן וועט דער גיהנום וואס איז אנגעגרייט נאך איידער די זעקס ימי בראשית, ניטאמאל אפ'ברוינען/ווארעם מאכן זיין זינדיגע אבר(ים). זאל יענער אויסלעבן זיינע יארן מיט א זיכערקייט אז גאט און אלע צדיקים - וואס לכבודם האט ער מוותר געווען תחנון - ווארטען אים אפ דארט אויבן מיט א טאץ מתנות געוויקעלט אין מילכיגע ווייסע טשאקלאד.

כ'בין געגאנעגן אביסל ווייט, אינזענען האב איך גראדע יא עפעס וואס שמעקט פון א מצוה, מיין נייגער איז נאר, ווי וויכטיג זי איז, דארף מען זיך איבערשטרענגן איר צו טוהן? מעג איך נוצען מעשר-געלט זיי צו שטיצען? לאמיר עס פרעגן אביסל מער נאקעט: גאט וויל דאס?

ניין, ס'נישט די רעדע פון ספאנסערען מקוה'ס-בויען פאר האלב-אידישע רייכע פרויען די אנדערע זייט האטצען ריווער; אדער תמיכה פאר די איין איינציגס פארבליבענע בלויז-אידיש-רעדענדע מיידל שולע אין בני ברק; אדער "מעמדות" פארן רבי'ן וואס זיין פארמעגן ווערט געשאצט אין די בית'ן; איך וויל פשוט וויסן אויב אפירצוקראצען דאס געביין פון א כלומר'שט אידיש געבוירענע מאמע, וואס האט בחייכון נישט געוואוסט פון רבי'ן ז"ל און אוודאי נישט פון א שבת צו זאגן, און ספענדן געלט פאר עורכי-דינים אז מ'זאל דאס טויטע גוף אין א אידישע קרקע באגראבן, פארוואס??
Under influence

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר