$118,735 א יאר?! געוואלד מהיכן ירק זה חי?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

$118,735 א יאר?! געוואלד מהיכן ירק זה חי?

שליחה דורך אייניקעל »

א נאנטער חבר מיינער וואס פרובירט צו זיין אמת'דיג יושר'דיג ערליך און אויסגעהאלטן על פי תורה ועל פי חוקי המדינה
שיקט מיר זיינס אן excel spreadsheet וואו ער מאכט זיך א חשבון פון זיין פינאנציעלן לעבן און וויפיל ער דארף פארדינען צום לעבן
שטעלט זיך ארויס גאר אן אינטערעסאנטע בילד אז ער א טאטע פון 4 קינדער ב"ה דארף פארדינען לערך 90,000 א יאר צו לעבן גראדע גאנץ א שפארזאם לעבן.
דאס הייסט אויף די ביכער קומט דאס אויס $118,735 א יאר!!!!!!!

כדי אנצוצייכענען פארשידענע פרטים:
א) ער צאלט נישט אזא טייערע מארדגעזש
ב) שכר לימוד (ביי אונז חסידים) איז גאנץ נידריג
ג) ער צאלט נישט דערווייל קיין ריעל עסטעיט טעקסעס (האט א טעקס אבאטמענט)
ד) ער האט נישט קיין קאר
ה) ער גייט נישט אין קאנטרי
ו) ער פראבירט צו שפארן אין גראסערי, פיש פלייש וכו'
ז) ער האט נישט קיין העלט-אינשורענס פאר זיך און די ווייב (קען נישט עפארטן)
ח) זי (די ווייב) האט נישט קיין לייף-אינשורענס (קען נישט עפארטן) זיין אייגענע לייף-טורם-אינשורענס איז גאנץ ווייניג
ט) ער לייגט נישט אוועק פאר חתונה מאכן די קינדער, אדער זיי לערנען א פאך (קען נישט עפארטן)
י) ער לייגט נישט אוועק פאר ריטייערמענט (קען נישט עפארטן)
י"א) ער געבט יא 10% מעשר פאר צדקה

איז די שאלה יעצט איז דאס באמת וויפיל דער אלגעמיינער עולם פארדינט אדער מער?
איך גלייב גאר שטארק אז נישט, איך גלייב אז דער דוירכשניטליכער "שיינער" פארדינער, ברענגט אריין א קארגע $60,000 און נישט מער.

אויב אזוי איז טאקע מהיכן ירק זה חי??? פון ווי לעבט דער עולם???

1) זענען טאקע אלע בעלי חובות? זענען 80% פונעם עולם מטורפים לגמרי?
2) ארבעט קיינער נישט אויף די ביכער?
3) נעמט איעדער איינער פוד-סטעמפס, מעדיקעיד, סעקשאן 8, וואוטשערס, וויק און היעפ?
4) אפשר שטימען נישט זיינע חשבונות? (צו מיר קוקט אויס אז יא)
5) יעדער האט א אוצר אונטערן אויווען? צו גאר אונטערן בריק?
6) איז דא נאך עפעס א מעגליכקייט וואס איך האב אויסגעלאזט?

דא רעדט מען פון א יונגערמאן וואס האט שוין אביסל skills און קען פארדינען שיין אבער ער קומט נאך אלץ נישט אן צו וויפיל ער דארף האבן?
ער האט "נאר" פיר קינדער דערווייל מאכט נאך נישט חתונה און בר מצוה וכו' און שפארט וויפיל ער קען. וואס טוען די איבריגע?

אויב דער מצב איז אזוי ביטער קענען טויזענט קרן עזר'ס, חתונה תקנות און גמחים נישט העלפן צופיל
ווער קען געבן אביסל ליכטיקייט אויף די חידה סתומה?
בייגעלייגטע פיילס
Expenses - Sample.pdf
PDF
(421.82 KiB) אראפגעלאדנט 100 מאל
Expenses - Sample.xlsx
עקסעל
(16.38 KiB) אראפגעלאדנט 83 מאל
Expenses---Sample.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום אייניקעל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר