איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך נולד מאוחר » פרייטאג יולי 13, 2012 8:18 pm

פריינדליך האסט גענימען דעם עולם אויף א לאנגע רייזע מיט דיין זוהר שאלה ,יידל האט ציזאמגעברענגט מארה מקומת ווי מזעט אז סאיז נישט אזויווי תלמוד ,אין די גיבסט אונדז א קורצע ענטפער די וועלסט אויס די פוסק וועלכע דיר שמעקאט אויף צי פסלן א איד צ מינין.
עפעס מער האב איך עקספעקטעט, חוץ פין זיך ווארפן מיט כפירה טוטלען פאר אנדרע. פאר דיר פארשטיי איך די ווילסט מחמיר זיין אפהיטען דיין וויין פין עם. אבער צי איו הימל וועלט גאט אויס צי מאכן ווי מער כופרעם ווייס איך נישט.

די יעבץ אין אלע אנדרע גדולים זענען די זעלבע מינין קאטאגאריע ווי קול דודי?

וועלכע שטיקעל זוהר שטייט ווי אלט די וועלט איז?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נולד מאוחר אום זונטאג יולי 15, 2012 12:02 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3596
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3850 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1638 מאל

הודעהדורך יאנקל » מוצ"ש יולי 14, 2012 11:34 pm

נולד,
דו מישסט מיך אויס מיט א צווייטן.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3653 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג יולי 15, 2012 12:03 am

יאנקל האט געשריבן:נולד,
דו מישסט מיך אויס מיט א צווייטן.

סארי געפיקסט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3596
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3850 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1638 מאל

הודעהדורך טעלעפאן » זונטאג יולי 15, 2012 1:01 am

די וואכעדיגע המודיע מאגאזין אינעם קנין אפטיילונג איז געווען אן ארטיקל פון עמיצען הרב זכרי׳ גרינוואלד, דוכט זיך פון ירושלים, וואו - אין ענטפער צו עלטערן פון א מיידל וואס האלט נישט ביים ארבעטן אויף זיך און איז Disconnected - ער איז מסביר אין א לענגערע ענטפער אז דער סיסטעם איז צוגעשטעלט צו וואס די עלטערן פארלאנגן פון עס. און דאס איז - שנעלע רעזולטאטן. אנשטאט פארלאנגן די מוסדות זאלן דעליווערן אין ״אויפארבעטן״ די קינדער כל אחד כפי יכלתו, זוכט מען דעם ״ענד רעזאלט״. ער ברענגט ארויס נאך פילע זאכן בטוב טעם ודעת. אויב וועל איך האבן א געלעגנהייט וועל איך עס איבערשרייבן אויף אידיש
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

הודעהדורך פריינדליך » זונטאג יולי 15, 2012 1:51 am

נולד מאוחר האט געשריבן:פריינדליך האסט גענימען דעם עולם אויף א לאנגע רייזע מיט דיין זוהר שאלה ,יידל האט ציזאמגעברענגט מארה מקומת ווי מזעט אז סאיז נישט אזויווי תלמוד ,אין די גיבסט אונדז א קורצע ענטפער די וועלסט אויס די פוסק וועלכע דיר שמעקאט אויף צי פסלן א איד צ מינין.
עפעס מער האב איך עקספעקטעט, חוץ פין זיך ווארפן מיט כפירה טוטלען פאר אנדרע. פאר דיר פארשטיי איך די ווילסט מחמיר זיין אפהיטען דיין וויין פין עם. אבער צי איו הימל וועלט גאט אויס צי מאכן ווי מער כופרעם ווייס איך נישט.

?


סארי, אבער איך גיי נישט פארענטפערן זאכען וואס די האסט אריינגעלייגט אז איך זאל האבן געזאגט, נייס טריי

עס איז געווען קודם א הייסע שמיעס איבער ווערטער וואס א שרייבער האט געזאגט,
און עס האט מיר אויסגעזען אז איך בין מסכים מיט די וואס האבן געזאגט אז יענעמס ווערטער גרענציט זיך מיט כפירה,

אנשטאט אז איך זאל מיטזינגען די ניגען כפירה ווי אנדערע האבן געטיען און מען זאל צירוק שרייען קיצוני אד״ג, האב איך געהאט א שיינע שמיעס איבער א פרט פון די ענין פון אמונה ודעות, און הגם אז מיר זענענן צום סוף נישט אנגעקימען צו די זעלבע החלטה, איז עס אבער געווען א רואיגע אינטהאלסטרייכע שמיעס ווי מען האט אויסגעשמיעסט פאקטן, צום סוף האב איך ארויסגעהויבען איין פוינט ווי איך מיט די אנדערע האבן אגריט. און דערמיט האב איך גענדיגט אויף דערווייל דעם שמיעס, דעיטס איט,

אז די קענסט נישט פארנעמען אז מען שמיעס אויס א אנדערע מיינוג ווי דיינס, דאן עפענענם א אייגענעם וועבסייט ווי נאר די האסט די עקלוסיוו רעכטען צי שרייבען אזוי וועסטע מער נישט האבן די פראבלעם,
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג יולי 15, 2012 2:04 am

וועלכע ווערטער האב איך אריינגעלייגט אין דיינע ווערטער?
איך בין נייגעריג פין וועלכע שטיקל זוהר די האסט גרעדט?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3596
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3850 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1638 מאל

הודעהדורך פריינדליך » זונטאג יולי 15, 2012 2:16 am

איך האב קיינעם נישט אנגעריפען כופר. פינטל
איך האב נאר נאכגעזאגט וואס יידל האט געזאגט בשם ר חיים בנוגע דאווענענן

די שמיעס פון - וואס איך האב יא געמיינט אדער נישט געמיינט - קען גיין און אישי, אדער און א שמייכעל ( פארברעגען ) פארום,
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג יולי 15, 2012 11:04 am

פריינדליך האט געשריבן:איך האב קיינעם נישט אנגעריפען כופר. פינטל
איך האב נאר נאכגעזאגט וואס יידל האט געזאגט בשם ר חיים בנוגע דאווענענן

די שמיעס פון - וואס איך האב יא געמיינט אדער נישט געמיינט - קען גיין און אישי, אדער און א שמייכעל ( פארברעגען ) פארום,

סארי בוסט גערעכט.
אין וועלכע אשכול אין שמייכעל?
זאל איך עפענען או אשכול?
פארוואס באלאנגט עס אין שמייכעל .א מראה מקום פין זוהר
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3596
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3850 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1638 מאל

איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?

הודעהדורך פריינדליך » זונטאג יולי 15, 2012 3:06 pm

צי פארשטיין ריכטיג די נושא און צי קענענן דעבאטירען די אישו, דארף מען קודם ארויסהאבען וואס עס איז די ציל פינעם סיסטעם, ווי אזוי מען וויל אנקימען דערצי, און דערנאך קען מען מאכען א אפשאצונוג צי מען איז טאקע אנגעקימען ווי מען האט געוואלט אנקימען אדער נישט, אזוי איז די בעסטע וועג אפצושאצען צי די די סיסטעם ארבייט אדער נישט,

די ענין וואס מיר דעבאטירען און דעם אשכול האט דריי חלקים 1} א ציל, דאס הייסט א זאך וואס מען וויל אויפטיען 2} א סיסטעם, דאס הייסט פעולות ווי אזוי מען וויל אנקימען צום ציל, 3} רעזולטאטען, דאס הייסט נאכדעם וואס עס איז דא א ציל און די פעולות דאס אויסציפירען דארף ארויסקימען רעזולטאטען פון די פעלות וואס מען האט געטיען, לאמיר אויסשציעסן יעדע זאך עקסטער,

1}דער ציל

עס איז דא א באקאנטע מעשה פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אז ער האט אמאל געזאגט פאר איינע פון די ליטווישע גדולים אז זיין ציל און זיין קהלה איז נישט צו האבן א כולל פון לומודי תורה נאר זיין גאנצע שטרעבן איז איין זאך, אויפצישטעלן א דור פון ערליכע בעה"ב א דור פון בעה"ב וואס זאלען ארבייטען על המחיה ועל הכלכלה און פארט זיין ערליך און דינען דעם באשעפער אא"וו, מיט די מעשה איז די בעסטע מסביר צי זיין וואס אונזער ציל און לעבן איז, מיר האבן איין ציל אליינס צו זיין ערליך און מחנך זיין אונזערע קינדער אז זיי זאלען אויך זיין ערליך זיי זאלען אויסוואקסען ערליכע בעה"ב וואס זיי זאלען דאווענענן דריי מאל א טאג האבן א שיעור און זיך אויפירען ווי אז איד דארף זיך אויפירען און אלע הינזיכטען,

זיכער איז אמת אז עס איז נישט דא קיין גדר ווי בעסער מען קען אלץ זיין, יעדע דור דארף אויך ארויסגעבען דיינים/מגי"ש/בעלי השפעה/רבנים אד"ג, אבער ווען מען רעדט פינעם דור בכללוית רעדט מען פון די רוב וואס גייען אריין און די גדר פון ערליכע בעה"ב, און נישט פון די גדר וואס גייען אריין און די גדר פון כלי קודש,

2} א סיסטעם

כדי אנציקימען צי די ציל, האט מען אויפגעשטעלט תלמיד תורה'ס ישיבות און מיידעל סקול'ס, מחנך צי זיין דעם קימענדיגען דור צי תורה צי יראת שמים צי גיטע מידות און בככלית צי דינען השי"ת, עס איז איראניש אז סאטמער האט ציגעלייגט איין זאך וואס זייער מייסד האט נישט געטיען, זיי האבן געמאכט א כולל זיי זאגען אז עס א עדשאסמענט וואס פעלט זיך אויס צים היינטיגיען דור הגם אז אמאל האט עס נישט אויסגעפעלט אבער דאס איז א עקסטערע שמיעס פאר זיך,

און חינוך לייגט מען היינט אריין גרויסע כוחות סיי מיט די עשה טוב און סיי מיט די סור מרע, עס איז שוין היינט אנדערש ווי אמאל, טייל שרייבער האבן געשריבען אז מען דארף האבן בעסערע מלמדים אדער אריינברענגן א שמחה און אידישקייט אא"וו, עס איז אמת אז די זאכען זענענן זייער זייער וויכטיג, עס איז אבער אויך אמת אז די זאכען זענענן היינט דא, מען פראקציטיקט עס טאג טעגליך {איך רעד פון די צוויי סאטמערס וואס זיי האבן די גרעסטע מוסדות, אנדערע מוסדות ווייס איך נישט} און די לעצטע 10 15 יאר איז אריינגעקימען דראסטישע שינוים און די חינוך מען האט געווארפען עלטערע נישט טויגליכע מלמדים מען האט אריינגעברענגט יונגע מנהלים, די חדר איז היינט צוטאגס איין שטיק לעבעדיקייט און פול מיט אקטיוויטעטען זאכען וואס מיר האבן ניטאמאל געקענט חלום'עןן פאר 15 יאר צירוק, און דאס אלעס איז צי פארדאנקען די סאטמערע מחלוקה, אזוי האבן די נייע מוסדות זיך שטארק געקענט וועלען אויפצינעמען א גאר גיטע סטעיף פון גיטע מלמדים און מנהלים און די אלטע האבן באקימען א שטארקע קאמפיטישען, אזוי אז ביידע ארבייטען היינט באמת מיט א קלארקייט לטובת הילד, און די זעלבע גייט און און די אנדערע שטעט קר"י ב"פ אא"וו,

אין די פרט פון סיסטעם ליגט אויך א מענטענעיס פראגראם, נאכדעם וואס דער אינגערמאן איז שוין ארויס פון חדר/ישיבה/כולל, איז דא א קהלה מיט תקנות וואס זיי גיבען זיך אפ אז אינגעלייט זאלן ווייטער האבן זייערע צרכים וואס זיי דארפען און קענענן ווייוער שטייגען,

3}רעזולטאטען

עס איז נישט מער ווי נאטירליך אז נאכדעם וואס מען ווייסט שוין וואס די ציל איז, אז מען זאל כאפען א בליק און זען צי מען איז אנגעקימען צום ציל אדער נישט, ווי אזוי זעט מען דאס? ווי אזוי מעסט מען דאס? זייער פשוט מען גייט אריין און ביהמ"ד און באטראכט די אינגעלייט און מען א חשבון צי צען קימט אן צום ציל אדער נישט,

הקדמה איינס, ווען עס זאל יעצט קימען א שרייבער און זאגן אז ער וויל זען א 100% סוקסעס דאס מיינט אז יעדער וואס איז אריין אינעם סיסטעם איז ארויס ווי מען האט געוואלט, וועט דאך יעדער מודה זיין אז יענער איז נישט גערעכט, עס איז נישט מעגליך צי האבן קיין 100% סוקסעס, עס איז קיינמאל נישט געווען און עס וועט קיינמאל נישט זיין,

הקדמה צוויי, ווען עס זאל יעצט קימען א שרייבער און זאגען אז ער וויל אז יעדער וואס האט יא מצליח געווען זאל זיין אויפן זעלבען דרגה דאס מיינט אז זיי זאלען ביידע דאווענענן אייניג/האבן אייניג יראת שמים/לערנען די זעלבע, וועט דאך יעדער מודה זיין אז ער איז נישט גערעכט, און מען דארף עס ניטאמאל מסביר זיין

הקדמה דריי, ווען עס זאל יעצט קימען א שרייבער און זאגען אז ער וויל אז יעדער וואס האט יא מצליח געווען זאל מער נישט האבן קיין נסיונות ער זאל למשל קיינמאל נישט האבן קיין נסיון פון ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עינכים אא"וו, וועט דאך יעדער מודה זיין אז ער איז נישט גערעכט, ווייל א מענטש איז באשאפען געווארען צי פייטען נסיונות דאס איז די גאנצע ציל פון זיין אויף דער וועלט און פארדעים באקימט מען שכר,

יעצט לאמיר גיין און ביהמ"ד און זיך אומקיקען און זען צו די ציל מיט די רעזולטאטען שטימען,
דעתי נוטה, אז יא מיר קימען אן צום ציל, עס איז דא א הערליכע דור פון בעה"ב וואס דינענן דעם באשעפער און מיטשען זיך זי האבן הייליגע ערליכע אויגן, מיטעשען זיך דאווענענן ווי א איד יעדער לויט זיין שטייגער, און מיטשען זיך אויפציציען א דור געטריי לשם לתורתו, דאס איז די צלך און דאס האבן מיר, מיר האבן ערליכע קהילות מיט ערליכע אינגעלייט וואס זיכען צי שטייגען און זיין ערליכע אידן, איינמאל איינער קימט שוין צי די שלימות פון זיין דרגה דאן שטארבט ער, אויף דער וועלט זענענן נאר דא נישט קיין פערפעקטע מענטשן, מענטשן וואס קענענן זיין א הולך גיין העכער און העכער,

מאכט נישט קיין טעות, פראבלעמען ביי די אינגווארג איז איז אייביג געווען, השכלה און אלע אנדערע איבלען איז נישט א אויסגעטראכטע מעשה פון א מעשה ביכעל וואס מען האט אנגעלייגט אויף אידן, עס איז זאכען וואס עס איז אייביג געשען רח"ל נאר ביי א גוי געשענט עס נישט, אמאל האט עס געהייסן שבתי צבי היינט הייסט עס אויפגעקלערט, אמאל האט עס געהייסען השכלה היינט הייסט עס טעכנעלאגיע אבער הצד השווה שבהן שכרכם להזיק, און מען קען זיך דערפין נישט אויסהיטען גאנצטע שטעט זענען אזוי אפגעפארען פון אידישקייט, און היינט וויבאלד מען וואינט מער צוזאם געשטיפט זעט זיל עס מער אן, אבער פרעצענטואל איז עס ווייניגער ווי אמאל און דערהיים פאר די מלחמה,

עס איז איראניש, אז די דור האט מער מצליח געווען מיט זייערע בעה"ב ווי מיט די כלי קודש, עס איז אבער א שמיעס פון וואס עס איז ליידער זייער ווייטאגליך און אסור צי רעדן{לשה"ר רכילות איז אסור צי רעדן}

איך בין מודה אז מען דארף מאכען דא דארט קליינע שינוים וואס פעלט זיך שטארק אויס, און מען וועט ציקימען דערצו שפעטער ביי די קימענדיגע תגובה, אזוי אויך קען מען רעדן גאנצע'טע בלעטער לגבי די פרט פון "אין די פרט פון סיסטעם ליגט אויך א מענטענעיס פראגראם, נאכדעם וואס דער אינגערמאן איז שוין ארויס פון חדר/ישיבה/כולל, איז דא א קהלה מיט תקנות וואס זיי גיבען זיך אפ אז אינגעלייט זאלן ווייטער האבן זייערע צרכים וואס זיי דארפען און קענענן ווייוער שטייגען" אי"ה ביי די קימעדיגע תגובה,

ביטע אויב מעגליך זיך האלטען צום נושא האשכול, ייש"כ
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל

הודעהדורך טעלעפאן » זונטאג יולי 15, 2012 4:34 pm

אודאי ווערט בעסער, נאר מיט א ״דילעי״ פון 20 יאר.

דער סיסטעם וויל נאך אלץ מען זאל ״פאללאוען״ מיט א תמימות. אפשר פאר ביז היינט האט עס געארבעט למחצה לשליש ולרביע, איך גלייב אבער נישט אז עס קען אנגיין פאר די קומענדיגע דורות. גיב א קוק אויף די היינטיגע בחורים אין ביידע סאטמארע ישיבות.

יא מען ברענגט שמחה אבער ווייטער מיט נישט ריכטיגע תמימות. קוק גוט אויף וואס דער עולם רעדט זיך אפ וועסטו זעהן אז חלק פונעם פראבלעם איז אז מען וואקסט אויף מיט קשיות און מען האט נישט וועם צו פרעגן. דער פראבלעם איז בכלל נאכנישט בארירט געווארן אין אונזער חינוך
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

הודעהדורך פריינדליך » זונטאג יולי 15, 2012 4:48 pm

אמת, אבער די דילעי פון וואס די רעדסט איז א פראדוקט פון היטלער, עס איז א חלק פון די נאכווייען פון די צווייטע וועלט מלחמה אז מיר האבן געמיזט האבן מלמדים קינדער פון מלחנה איבערלעבער, עס איז א ווייטאגליכע פאקט אבער עס איז געווען די איינציגסטע אויסוואל, ס'קען מען טיען אז היטלער האט געמאכט יעדען פאר א מלחמה איבערלעבער?! און די פעלער פאררעכט מען שוין פאר די לעצטע יארען מער און מער יעדעס יאר,

בנוגע די צווייטע פונקט איבער "פאללאוען" איז כדאי זאלסט וויסען,
אמונה ארבייט נישט אן פאללאוען, גלייבען איז טייטש אז מען גלייבט אן א הסבר, אז מען וויל אויסלערנען פאר קינד "אמונה" דארף מען אים אויס לערנענן צו פאללאוען אז ער זאל וויסען אז ער דארף נאכגיין וואס זיינע עלטערן און רביים האבן געטיען און געגלייבט אן קיין הסבירים, א גוי קען מען מחנך זיין אז ער זאל ניצען זיין אייגענע שכל סיי ווי אימער ווייל ער האט באמת נישט וואס צו פאללאוען, א אידיש קינד איז אבער נישט מעגליך אזוי מחנך צו זיין ווייל אמונה איז נישט מחנך מתוך הכרה אז א קינד זאל זיך איבערצייגען אז עס איז דא א באשעפער מען איז אים מחנך אז מען איז א איד און מען דארף גלייבען, זיכער קען מען ציגעבן משלים מיט הסבירים עס נאנטער צי ברענגן צום שכל, אבער די יסוד החינוך איז גלייב ווייל דיינע עלטערן האבן געגלייבט און ווייל ביסט א איד און א איד איז א עם הנבחר וכו'
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל

הודעהדורך טעלעפאן » זונטאג יולי 15, 2012 6:14 pm

דו האסט א שטיקל טעות איבער וואס איך רוף אן תמימות ביי אונזער סיסטעם, ועוד חזון למועד
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג יולי 16, 2012 7:26 pm

פריינדליך טייערע, זאגסט גוטע פוינטס, אבער ווען די עולם רעדט זיך אפ אויפן סיסטעם מיינט מען ע"פ רוב נישט די דירעקטע זאכן פון וואס די רעדסט, נישט די ציל פון אוועקשטעלן ערליכע דורות, נישט די סיסטעם פון אויפשטעלן חדרים, ישיבות, מיידל סקולס, (כוללים אפשר יא, אויף די ברייטע פארנעם), און אויך נישט מיט די דירעקטע תוצאות פון די סיסטעם, די טענות זענען נישט אז יחידים פאלן ארויס פון די סיסטעם.
וואס גייט אן פארן עולם אויפן סיסטעם איז בעיקר די אומדירעקטע תוצאות זענען נישט געווען א חלק פון די פלאן, דאס אז טויזענטער קינדער לערנען אין איין חדר (פעקטארי), דאס אז מ'וואוינט צאמגעשטיפט אין ניו יארק, לעבט אויף גאווערמענט פראגרעמס, האט נישט קיין נארמאלע ארבעט, בחורים אין ישיבות גייען ליידיג, אינגערלייט אין כולל קוועטשען די באנק אויף יענעמס חשבון און טוען גארנישט מיט'ן טאג אבער די מיידליך פארלאנגען דאס ווייל אזוי האבן די טיטשערס און פרינסיפעלס אויסגעלערענט, דאס אז געוויסע עסקנים האבן געוויסע רבנים אין טאש און טוען מיט זיי ככל העולה על רוחם, אז רבנים האבן מורא פון זיי, דאס אז מ'האלט זיך אין איין רוקן צו מער און מער עקסטרעם, דאס אז יעדע בחור מיז לערנען 10 יאר נאך די חתונה און יעדע מיידל דארף ווערן א טיטשער, דאס אז בנש"קלעך רייטן אויף כלל ישראל, דאס אז אלעס איז היינט וואן סייז פיטס אלל, אנגעהויבן פון G&G רעקלעך ביז ווי אזוי מ'דארף טרעפן דער מענטש מיט וועם מ'גייט לעבן אגאנץ לעבן, דאס אז ס'דרייען זיך ארום אינגערלייט, נישט יחידים, נקי מכל, נישט אידישקייט, נישט גוישקייט, נישט מענטשליכקייט, ווייסט נישט וואס זיין א איד מיינט, ווייסט נישט פון קיין קרבת אלוקים לי טוב, ווייסט נישט ווי אזוי מ'קיים צו זיין דעם ודבק באשתו, ווי אויך נישט דעם ודבקת בו, און ווען זיי ווערן נמאס פון זיך ארומדרייען אומצופרידן שיקט זיי די "סיסטעם" צו זעלבסט געקרוינטע "טעראפיסטען, למינהם, וואס טוען מער שלעכטס ווי גוטס, דער סיסטעם וואס אויב דער פארביטערטער אינגערמאן וועט חלילה אנרירן די בארד אדער פיאות אויף וועגן וואס זענען אויסגעהאלטן הונדערט פארצענטיג, וועלן זיי ווערן אויסגעשפיגן פון די סיסטעם, וכו' וגו' וכדו' ודו"ק וד"ל ואכמ"ל כידוע ליודעי ח"ן עיי"ש ותמצא נחת זצללה"ה זיעוכיו"א.

איך גלייב נישט אז די אלע זאכן זענען געווען די ציל (אפשר אפאר וועסטו זיך טענה'ן אבער עכ"פ רוב) פון די סיסטעם, אבער ליידער זענען דאס די תוצאות, בעקיפין ושלא במכוון, אשר על כן זענען דא אזעלכע מענטשען וואס וואלטן געוואלט טוישן געוויסע זאכן אין די סיסטעם, אדער יערן זיי צום ביטול הסיסטעם און מ'זאל צוריק גיין צום אלטן דרך ווי מ'האט זיך געפירט אינדערהיים ביים זיידען זכרונו לברכה, על דרך ישראל סבא, כמקובל מדור דור, פאר די אכשר דרא אנשיקעניש.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7260 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג יולי 17, 2012 1:41 am

פריינדליך ''די ציל'' איז זייער בכלולית, בעסיקלי דאווענען דריי מאל א טאג לערנען אין פירען זיך ערליך. די מאדערענע קרייזען ווי פלעטבוש ,פייווטאנס ,נוי דזשערסעי, פיטען די דיסקריפשען פינקט אזוי זיי לערנען, דאווענען, זענען ערליך.
נאך אלץ קוקען מיר אויס אינגאצען אנדערש.
בכלל ווי אזוי ארבעט דאס איך אלץ א זיידע שטעל אוועק א ציל פאר מיינע אייניקלעך,איין אייניקעל שמעקט נישט די זיידע'ס ציל.
וואס איז די דין מיטן אייניקעל ער דארף וואטער אנהאלטן די ציל,אדער ער קען זיך
מאכן א נייער ציל? (אן די תנאי אז ער מיז אויפגעבן זיין מישפחה נאמען,אוועקמויפן).
און אז ער האלט פאר זיינע קאזנעס איז אויך בעסער אטויש אין די ציל מעג ער זיי גיין מסביר זיין ווי זיין זיידע האט זיך טוע געווען?
נאכמער רוב אייניקליך זענען ציפרידען פין די זיידע'ס סיסטעם ווייל זיי כאפן ניטאמאל אז די זיידע האט זיי אוועקגענימען די ברירה פין קענען פין קענען עקספלארען אינפוי .
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3596
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3850 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1638 מאל

הודעהדורך kliger » מיטוואך יולי 18, 2012 2:58 pm

פארוואס פעלט בכלל אויס א סיסטעם?
עס איז קיינמאל נישט אזוי געווען
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

הודעהדורך boxcover » מיטוואך מערץ 06, 2013 4:28 pm

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:
קול דודי האט געשריבן: יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר,



זיכער איז עס עלטער, ס'איז 5772 יאר אלט, אין ס'נישט ברור כשמש אז ס'עלטער פין דעם, ס'איז אזוי ווי איינער קומט אויף די וועלט א טאג נאך אדם איז באשאפען געווארען אין זאגט אז עס איז ברור אז די וועלט איז זיכער שוין צוואנציג יאר אלט, ווייל אדם איז שוין א אויפגעוואקסענע מענטש, ס'ברור כשמש בצהרים !, וואס ער ווייסט נישט איז אז די וועלט איז איין טאג אלט אין אז אדם הראשון איז באשאפען געווארען אויפגעוואקסען,

סאו פארדריי נישט קיין קאפ מיט ברור כשמש'ס, סייענס איז אסאך געבויעט אויף הייפאטיסיס אין אפשער'ס אין טאמער'ס, ס'איז א טאל וואס קען גוט ציניץ קומען, אבער "ברור כשמש", סארא שטותים !

עס ווערט אפילו ביי די פראפעציאנאלע אקאדעמישע קהילות אנגערופען טעאריע.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 740
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 400 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:27 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:בנוסף צו די אויבענדערמאנטע ענינים, וואלט איך אוועקגעשטעלט א שטארקערע יסוד אויף עבודת המדות. מען קען היינט טרעפן גרויסע תלמידי חכמים, און ס'גרעסטע חלק פון זיי האבן פארדארבענע מדות רעות, ווי גאווה, סעלפישנעס, מחלוקת, קנאה ותאוה וכבוד, א.א.וו.

און אפילו די פשוט'ע מענטשן, נישטא קיין כבוד הבריות, מ'מאכט אוועק אנדערע מענטשן ווי גארנישט, לשה"ר און רכילות איז נארמאל, מ'פאסמאקעוועט זיך מיט פאליטיק.


-
בייגעלייגטע פיילס
מדות.JPG
מדות.JPG (163.44 KiB) געזען געווארן 468 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14214
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16542 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 3:40 pm

שמעקעדיג: קודם א ייש"כ פאר צושטעלן דעים הערליכן און באלערנדן מאמר. איך האב צוויי הערות: 1) פאליטיק איז נישט קיין לשון הרע. 2) ווען איך וועל אי"ה ווערן אן עושר (נאך מעיגליך אין דעים גלגול.) אויב איינער וועט צו-קומען צו מיר און וועלן טשעפען מיט מיין פריערדיגע ארבעט אלס בעל עגלה, וועל איך מיך נישט באליידיגן. נאר איך וועל איהם ענטפערן א פרייז אז ס'וועט איהם פארגיין דער אפעטיט צו פרעיגן נאכאמאל. :lol: :D
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9596
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5853 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 3:44 pm

די מעשה גייט טיפער שמעק. דער געוועזענער שוסטער האט זיך אויסגעצויגן און איז געשטארבן פאר בושות.
האבן בעלי מוסר געזאגט אויב א מענטש שטארבט פון אביסל בושות ווייל מ'האט בארירט זיין קרוין פון קאפ, דעמאלט דארף מען טאקע לערנען מוסר!
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1813 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2347 מאל

Re: איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג מאי 24, 2016 8:11 pm

די נושא פון דער אשכול גייט קיינמאל נישט אראפ פון טיש

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
אינטואיציה איז גאט'ס וועג פון זאגן, "איר זעט? איך בין נישט אינגאנצן פרעדיקטעבל."
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2827
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2520 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מיטוואך מאי 25, 2016 10:15 am

יישר כח ר טאמבל,
דער אשכול איז פארפאהרען פונעם ארגינעלעם טאפיק. אבער ער האט גוט אנגעהויבען.
למעשה איז עס איז שוין באלד פיהר יאהר זייט דעם אשכול איז געשריבען געווארען. האט עס עפס אויפגעטוהן? די חינוך איז וויטער די זעלבע, און די סיסטעם איז "בינעס עז יוזשיועל".... זאללען מיר אויף הייבען די הענט אין לאזען אלעס פאהרען אויף דעפאלט? אדער אפשר האבען זיך זאכען גערוקט אין די לעצטע פיהר יאהר לטובת פונעם דארכשניטלכען איד. איך בין נישט זיכער.
איין זאך איז קלאהר, פאר די שואה זענען געווען גרויסע שנויים אין געזעלשאפט פון כלל ישראל אזוי ווי למשל בית יעקבס, אגודת ישראל, דף היומי, ישיבות אין פוילין וכו' וואס היינט טוט דאס יעדער און מיר קענען זיך נישט פארשטעלען א וועלט אהן דעם. נאך די מלחמה איז צו געקומען א וועלט פון מער פארגעשריטענע חדרים מיט לאנטש, ענגליש, און קעמפס מיט ספארטס, אשר לא שערום אבותינו... אויך איז צו געקומען א כשרות אינדוסטריע וואס מאכט עס גרינג צו עסען נאר כשרס און חלב ישראל. מקוואות זענען שענער געווארען, א בעל תשובה מאוומענט איז געבוירען געווארען, אידישע וועבסייטס, בוני עולם, חתונה תקנות וכו' זענען נתחדש געווארען וכדו'.
נאר וואס דען, מיר האבען נישט געענדיגט דעם דשאב. דער נעקסטער ציל איז צו פארבעסערען און מאדערנעזירען די חינוך הבנים והבנות אפאראט, העלפען אינגעלייט עררייכען א פראפעסיאנעלער קאריערע, און אוועקשטעלען קהילות פון רבנים מיט בעלי בתים לאו דוקא מיט אדמורים בראשם.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 25, 2016 10:43 am

איינער קען אפשר אנצייגן איין שינוי לטובה פון די לעצטע צען יאר (אחוץ די גרינדונג פון קאווע שטיבעל, פארשטייט זיך)?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5328
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1984 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4970 מאל

הודעהדורך מור וקציעה » מיטוואך מאי 25, 2016 10:56 am

מלמדים זענען היינט בעסער ווי פאר צען יאר צוריק, מקען נישט אנ'מקל'ן קינדער סתם ווייל מאיז אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט,
אזוי אויך קען מען שוין היינט גרינגער רעדען איבער טשיילד אביוז

נאך א פלאץ ווי עס איז דא א שינוי לטובה איז אז מקען היינט גרינגער גיין פאר טעראפי [שלום בית, חינוך] אׇן ווערען סטיגמעטייזד

עס איז אסאך מאל שווער צו זעהן א שינוי לטב ולמוטב בשעת מעשה
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 412
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 519 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 25, 2016 11:00 am

איך ווייס נישט, מיין קינד האט מען ארויסגעטראסקעט פון חדר ר"ח חשון, און ביז נעכטען האט ער נישט געהאט קיין געהעריגע כתה אריינצוגיין. דריי מאנאטן האט ער געשמאכטעט ליידיג אין שטוב. יא, און די טראסקער'ס האבען טענות אז איך בין פארווייטאגט "ווי איז דיין הכרת הטוב?"
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5328
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1984 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4970 מאל

הודעהדורך מור וקציעה » מיטוואך מאי 25, 2016 11:16 am

דאס איז א רשעות שאין כדוגמתו צו מצער זיין קליינע קינדער,
וחזקה על בר דעת שכמוך אז די האסט געטוהן אלעס אז דיין קינד זאל נישט ווערען אראפגעקלאפט ח''ו, און אז ער זאל מיטהאלטען די לימודים פון אינדרויסען אז ער זאל יעצט קענען מיטהאלטען מיט די אנדערע קינדער, ועדיין צריכין לרחמים מרובים שלא יזיק לו

איך רעד אבער נישט יעצט פון די רשעות סעלעקציעס וואס דארף א גרויסע תיקון, איך רעד פון די מלמדים וואס זענען היינט אסאך מער אקאונטעבעל ווען זיי שלאגען קינדער ווי אין מיינע צייטען
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 412
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 519 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט