אן אומפארמיידבארע מחיצה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך בן אדם » זונטאג יאנואר 03, 2016 6:41 pm

פארשוויגען האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:פארשוויגן, סאיז פאר ביידע צו שרייבן דרשות און פאר שמועסן איז ווען איינער האט א דרשה עפנט ער א נייע אשכול און ווער סאיז אינטרעסירט נפנה לשם און ווער נישט נישט,
און אז די עולם איז זיך נישט מסייחס צו אייערע תגובות טוט מיר זייער לייד אבער כמיין אז די עולם דא געווענליך קוקט גיכער אויף וואס מען האט געשריבן ווי אויף ווער עס שרייבט.

איך הער, אפשר וועל איך פראבירען שרייבען א דרשה..
ווי נעמט מען אבער די צייט דאס צו טוהן? דער עולם ארבעט נישט?

אין קאווע שטיבל דרייען זיך נאר ספעציעלע כולל יונגעלייט און חשובער ת"ח. די ארבעטארערס דרייען זיך אין אייוועלט כידוע.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2950
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 pm
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 03, 2016 6:43 pm

בן אדם האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:אונדז זעמיר די לייק געבערס...

יא. זייט די לייק סיסטעם איז עביוזט געווארן.

זיי מסביר
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:46 am
האט שוין געלייקט: 797 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל

הודעהדורך פארשוויגען » זונטאג יאנואר 03, 2016 6:44 pm

שש משזר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט צום יצר הרע פון שרייבן קנאפע 11 תגובות און פון דעם צוויי אטאקעס [איידעלע] קעגן א ניק וואס פלאגט זיך אן פאר אנדערע מענטשן. אבער איי געס נישט אלס קען איך פארשטיין.


איך מיין אוודאי נישט ח"ו צו "אטאקירען" קיינער פרעזנליך, נישט איידעל און נישט אומאיידל, איך האב פשוט געשריבען שאלות געשמועסט. איך פארשטיי נישט די פראבלעם האבען נאר פון 11 תגובות איך בין דא לעצטנס אנגעקומען דאס איז אן עוולה? פארוואס איז אלעס פערסאנעל? איך פארשטיי אינגאנצן נישט. די ערשטע תגובה צו שש האב איך געפרעגט פארוואס שרייבט ער נישט די מקור פון א שמועס, דאס איז אן אטאקע? סתם א שאלה. די זעלבע דא עס איז זיער אן אינטרעסאנע נושא מיט פארשידענע צדדים פרעג איך פארוואס צו צוטיילען אזוי? זעהט אויס איך פארפאס דא עפעס איך בין נישט זיכער וואס.
פארשוויגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

אן אומפארמיידבארע מחיצה

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג יאנואר 03, 2016 6:53 pm

שש, איך האלט אז חוץ פון די הלכה׳דיגע פראבלעם (וואס ווי די אראבישע פרינץ האט אנגעמערקט איז נישט פשט אז להלכה מוז עס אזוי זיין נאר אז להלכה איז אזא הנהגה משובח און פאזיטיוו) איז דא א השקפה׳דיגע פראבלעם פון די ליבעראלע עקסטרעמע פרויען גלייכבארעכטונג וכו׳ ווי מען זעט אין דעם בריוו פון דעם מאן אז ער ליידער פארגיפטעט געווארן מיטן ליברעראלן גייסט. כהאף איך בין גענוג קלאר.
נאך א הערה, די אלע גדרים אין קדושה וואס חז״ל האבן אונז אוועקגעשטעלט איז נישט נאר אלס חשש פון עבירה בפועל נאר היות סאיז אסור אפי׳ א הורהור.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ירא שמים אום זונטאג יאנואר 03, 2016 7:08 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 997 מאל

אן אומפארמיידבארע מחיצה

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג יאנואר 03, 2016 7:07 pm

׳.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ירא שמים אום זונטאג יאנואר 03, 2016 7:08 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 997 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג יאנואר 03, 2016 7:08 pm

@אלאדין, כ'וועל ציטירן ציטאטן פון דיין תשובה, און זיך באציען צו זיי אחת אחת:
אלאדין האט געשריבן:טייערער שש משזר, ס'איז א פארגעניגן צו ליינען יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון דיין פעדער. איך ווייס נישט צי איך האב ריכטיג פארשטאנען גענוי וואו דו ביסט יא מסכים מיט מיר און וואו נישט, אבער איך וועל רעאגירן לויט ווי איך האב פארשטאנען. פארשטייט זיך אז דו וועסט נאכדעם זיך קענען אויסקלארן.

זיי מיר מוחל אויב איך וועל איגנארירן דיין הלכה'דיגן פערספעקטיוו, ווייל מער ווי דו האסט אויסגעצייכנט א הלכה'דיגן דיאגראם האסטו געגעבן א השקפה שמועס. ס'איז נישט אנדערש ווי יעדע טעמע אין השקפה וואו מ'קען טרעפן מאמרי חז"ל אויף יעדער זייט, און דו האסט פארזען די גאנצקייט פונעם בילד. אין דער גמרא אין בבא בתרא (צ"א ע"ב) דערציילט אונז רבי יוחנן: "איך געדענק נאך ווען ס'פלעגן שפאצירן זעכצן-זיבעצן יעריגע בחורים און מיידלעך אויף דער גאס און זיי האבן נישט געזינדיגט." אויב איז די משנה פון "אל תרבה" א מחייב אין הלכה, וואלטן די ווערטער פון רבי יוחנן נישט געהאט קיין פשט.

ווען איך האב אנגעכאפט די לשון 'הלכה'דיג' האב איך אויסדריקליך נישט געמיינט טריקענע שו"ע, נאר אויך די השקפה. דערפאר האב איך נישט געמאכט קיין באזונדערע תגובה פאר 'השקפה'. אבער אין אמת'ן אריין, איז פשוט אז דאס נעמט אריין גענוג הלכה אין זיך, און קיין רעכטע גמ' אויף פארקערט וועסטו נישט געפונען.

איבער די גמ' אין ב"ב כד הוינא טליא, איז לכאורה פשוט אז ס'נישט דומה צום 'אל תרבה שיחה עם אשה'. דארט רעדט מען פון פארהייראטע פרויען [באשתו נדה אמרו, ק"ו 'באשת חבירו'], נישט פון מיידלעך. געדענק אויך אז מיידלעך פלעגן יענע צייטן גיין אין מקוה. און צום סוף, ווילאנג די גמ' איז מעיד אז זיי פלעגן נישט זינדיגן, איז עס טאקע נישט געווען קיין פראבלעם. די רגע וואס ס'קען ברענגען זינד - און נאר א שוטה וועט לייקענען אז לפחות בזמנינו קען עס ברענגען זינד - איז נישטא קיין היתר, נאר אויב עפעס ווערט די גמ' אין ב"ב א ראי' לאיסור.

איך מיין אז דאס איז די גאנצקייט פונעם בילד, ווי עס שטעלט זיך ארויס פון כמעט יעדע מאמר חז"ל בשייכות געזעלשאפטליכע באציאונגען צווישן מענער און פרויען. אויב דו טרעפסט מקורות אויף פארקערט, וואלט איך מיך שטארק געפרייט צו הערן דערפון. איך וויל אויך ענדערש די צד היתר...


פון א היסטארישן שטאנדפונקט ווידער, וואונדערט מיך פון וואו דו האסט גענומען די אינפארמאציע. פונקט ווי ס'איז נישט געווען אייניג פון איין דור צום צווייטן אין די צייטן פון חז"ל, אזוי איז עס קיינמאל נישט געווען אייניג. פון די תשובה ספרים באקומט זיך דוקא גאנץ אן אנדער בילד פון וואס מיר ווילן זיך פארשטעלן וועגן דער פארגאנגענהייט. איך מיין אז ס'איז איבריג אנצוהייבן אויסרעכענען, ווייל יעדער וואס האט א געשמאק אין תשובות וועט קענען אפירברענגען צענדליגער ביישפילן (אויב דו וועסט עס פאדערן וועל איך צוברענגען). פון זיכרון למשל געדענק איך א תשובה וואס רעדט וועגן דעם אז מ'זאל אפהאלטן חתנים און כלות פון זיך ארומנעמען און קושן פאר דער חתונה.

דאס קוקן אויף דער גאנצער אידישער היסטאריע מיט א מאנאליטישן בליק איז א קינדישע טענדענץ פון אונזער געזעלשאפט, ווי גלייך אלעס וואס ווערט יעצט באטראכט אלס דער אידעאל פונעם פרומען לעבן איז שטענדיג אזוי געווען. ס'איז גענוג צו ליינען שילדערונגען פונעם לעבן אין אייראפע פאר'ן קריג, צו זען אז ס'האט זיך געהאנדלט פון אן אנדער וועלט. איך האב אליין געהערט אן א שיעור עדות'שאפטן פון קרובים, אבער צום באדויערן קען איך נישט שרייבן וועגן זיי ווייל ס'קען מיך ארויסגעבן. איך וועל נאר זאגן אויף אזויפיל אז א קרובה מיינע איז געווארן ארומגענומען דורך איר פעטער, א גרויסער וועלטס רבי, ביי די 17 יאר אלט. (איך בין זיכער אז יענער האט זיך טועה געווען אין איר עלטער, מיין מומע איז געווען א נידריגע מיט א שמאלן געוויקס, אבער ס'צייגט יעדנפאלס אויף א מער מענטשליכן צוגאנג צו מיידלעך.)

איך פאדער אויסדריקליך די צענדליגע ביישפילן פון תשובות, וואו מ'זעט דאס פארקערטע. ווי געזאגט, איך זוך נישט די צד איסור, איך האב פשוט נישט באגעגענט קיין צווייטע צד, און כ'גלייב נישט אז ס'עקזיסטירט אין אונזערע מקורות.

דיין באקאנטע ביישפיל פון חתנים וואס פלעגן זיין גאר נאנט מיט זייערע כלות, איז טאקע גוט. איך וועל אפילו מוסיף זיין משלי, די תשובות וואס פארפירן קעגן די איינגעגעסענע פירצה פון יונגען און מוידן וואס פלעגן טאנצן צוזאמען. פארט וואלט איך נישט געקענט ארויסנעמען פון דעם אז דאס איז געווען דער מצב הדור, נאר ענדערש א געוויסע פירצה אין געוויסע מקומות אין געוויסע זמנים. והא ראי', אז קישן און ארומנעמען די כלה איז זיכער אן איסור גמור לכל הדעות. אוודאי איז אין געוויסע תקופות אין געוויסע מקומות די מצב היהדות געשטאנען נידעריג, אבער פון דעם קען מען בכלל נישט ציען קיין שום החלטה לגבי די עצם נאנטקייט צווישן מענער און פרויען באופן כללי.

בנוגע דיין שיינע מעשה מיט יענע אדמו"ר, האלט איך דאך פונקט ווי דיר. בנוגע קרובים זענען מיר געפאלן עשר מעלות אחורנית, און דאס איז א דירעקטע תוצאה פונעם אכשר דרא'דיגן סיסטעם, ועי' כאן. אבער פרעמדע? דהיינו סתם מענער מיט פרויען? אודאי נישט.


נאר וואס טויג דען צו רעדן וועגן אינדיווידועלע פאלן? לאמיר נעמען אלס ביישפיל די ישיבה "תורה ודעת" פון דער צייט וואס ס'האט זיך געפירט אונטער הרב שרגא פייוויש מענדלאוויטש, און אויך ר' ראובן גראזאווסקי איז געווען אנגעשטעלט אין דער ישיבה. איך האב ביי מיר אין דער האנט קאפיעס פון א יארבוך פון דער ישיבה וואס איז געדרוקט געווארן אין 1937. דארט ווערט געשריבן אז די בחורים זענען ארויסגעפארן אויף אן אויספלוג צו זען דעם פילם "Stowaway" דורך שורלי טעמפל (Shirley Temple). אויפ'ן פילם איז דא צוויי לידער וואס ווערן געזונגען דורך טעמפל – וועלכע איז אגב געווען א פרוי. אינעם יארבוך זעט מען אויך אן אויספרעג ביי די בחורים איבער פארשידענע זאכן וואס זיי האבן ליב. צווישן די פראגעס זעט מען "ווער ס'איז זייער באליבסטע אקטריסע..."

זעסטו, איך פאדער נישט אז מיר זאלן גיין אזוי ווייט. צווישן אונז גערעדט זענען דאך די "תורה ודעת'ניקעס" גויים גמורים... נישט אזוי? אבער דא מוז מען מודה זיין אז דער גאנצער אונטערשייד איז איבערהויפט קולטורעל. הרב מענדלאוויטש וואלט נישט געקענט צולאזן אז הלכה זאל ווערן צעטרעטן ביי אים אין ישיבה, און ווען מיר קוקן נאר אין די ביאגראפיעס פון ישיבה בחורים אין ליטע באקומט זיך אויך גאנץ אן אנדער בילד פון אונזער לעבן. דערנאך קען צוהעלפן אריינצוקוקן אין דער ביאגראפיע פון הרב וויינבערג, דעם בעל "שרידי אש", סיי לגבי זיינע פערזענליכע איבערלעבונגען אלס בחור, און די שריפטליכע קשרים וואס ער האט געהאט מיט א מיידל אדער מיט מיידלעך. און נאך מער איז וויכטיג צו באטראכטן די היתרים וואס ער האט געגעבן פאר געמישטע זינגען פון מיידלעך און יונגלעך.

מיין רעאקציע איז נישט קיין דורכדרינגליכע. אויב מ'וויל אנהייבן מיט זאמלען מקורות וועט עס פאדערן א סך צייט און ענערגיע, וועלכע איך האב נישט אויף דער מינוט. איך וויל אבער אז דו זאלסט אנערקענען אז דו האסט פארזען די גאנצקייט פונען בילד. דו האסט אפגעטייטשט סיי הלכה און סיי היסטאריע לויט דעם יעצטיגן קולטורעלן בליק.

איך וואלט נישט געברענגט קיין גרויסע ראי' פון די תורה ודעת'ניקעס פון יענע תקופה. ווען אמעריקע איז געווען א רוחניות'דיגע שמעלץ טאפ, איז תורה ודעת געווען א הצלה אין פשוט'ן זין פון ווארט. איך גלייב אז זיי האבן מקיל געווען און צוגעלאזט פארשידענע זאכן וואס זענען נישט געווען אקצעפטירט אין רעגולערע אידישע מקומות, ווייל אנדערש איז געווען אוממעגליך. איך האב קלאר אויסגעשמועסט אז אוודאי זענען געווען סיטואציעס יוצאים מן הכלל, אבער ווען מ'וויל דן זיין וויאזוי ס'האט אויסגעזען אמאל, פסק'נט מען נישט אפ פון תורה ודעת, ענדערש נעם נארמאלע ישיבות אין אייראפע אדער ארץ ישראל צו גאר באגדאד, און אזוי זאלסטו אפ'פסק'ענען.

דאס זעלביגע איז בנוגע הרב רי"י וויינבערג. די היתרים וואס ער האט געגעבן איז געווען וויבאלד דאס איז געווען דער בוחר הרע במיעוטו. נישט אזוי פסק'נט מען אפ היסטאריע, צו אפילו דעת הרבנים.

דאס וואס דו רעדסט פון די בריוולעך פון הרב וויינבערג צו מיידלעך, איז טאקע גוט. איך וועל צולייגן נתן קאמינעצקי'ס באקאנטע בוך אויפן טאטן רבי יעקב, וואו ער דערמאנט ענדליכעס. אזוי אויך חיים גראדע'ס צמח אטלס. היות די תקופה בעפארן קריג איז שוין געווען ביטער, זענען טאקע פארשידענע גבולות נפרץ געווארן. דערפאר האב איך מקפיד געווען צו שרייבן 'צוויי הונדערט יאר צוריק'. כלומר, בעפאר די השכלה האט געשלאגן טיפע ווארצלן אין ליטע. ודו"ק היטב.

איבעריגס, איך וואלט געגארט צו טרעפן מקורות אין פריערדיגע ספרים, וואס געבן אן אנדערע פרעספעקטיוו צום נידון. אדרבה, געב מיר נאר די פתח היתר...
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15351 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 03, 2016 7:18 pm

ירא שמים האט געשריבן:פארשוויגן, סאיז פאר ביידע צו שרייבן דרשות און פאר שמועסן איז ווען איינער האט א דרשה עפנט ער א נייע אשכול און ווער סאיז אינטרעסירט נפנה לשם און ווער נישט נישט,
און אז די עולם איז זיך נישט מסייחס צו אייערע תגובות טוט מיר זייער לייד אבער כמיין אז די עולם דא געווענליך קוקט גיכער אויף וואס מען האט געשריבן ווי אויף ווער עס שרייבט.

כאטש וואס ס'קימט נישט יעצט אריין אינעם שמיעס גיי איך דא קאמפלעמענטירן @ירא שמים א שטילער איידעלער באזעצענער ניק, ווי אלע שרייבערס דא איז ער זיך אזוי אריינגעקימען שטילערהייט געמאכט זיכער אז קיינער באמערקט עים נישט און אזוי מיט קליינע טיפיטוי סטעפס איז ער אזוי געווארן אזוי אומבאמערקטערהייט פון די סאמע אויבן אן יודן

ער האט אויך געפילט אזוי ווי רוב נייע ניקס פילן אז קיינער קיקט נישט אויף זיין זייט -באקימט נישט זיין פארדינטע לייקס- אבער זיך נישט דערשראקן נאר מיט פעסטע טריט געשפאנט. געטיילט לייקס מיט א ברייטקייט און געזאגט זיינע דעות מיט אלעם.

ממנו ילמדו וכן יעשו!!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:46 am
האט שוין געלייקט: 797 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל

Re: אן אומפארמיידבארע מחיצה

הודעהדורך רימון » זונטאג יאנואר 03, 2016 7:28 pm

ירא שמים, יו ראק! ווערט נישט נתפעל פונעם ווינט, וועט זאגן זיין מיינונג אפילו עס איז נישט פאפולער אין שטיבל. מיר גלייכן זייער אייערע תגובות וועלכע גיט צו א ספעציעל ספייס צום שטיבל, עס זאל זיין באלאנסירט, און דאס בענדל זאל נישט שלעפן צופיל לינקס. כל מי שיש לו יראת שמים דבריו נשמעים.
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 1018 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 536 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג יאנואר 03, 2016 7:40 pm

געוואלדיג האט געשריבן:עס איז ריכטיג אז אין אפיציעלע לעבן איז היינט דא מער פארקער און שייכות מיט פרויען, אבער אין די אינוועדועלן לעבן פונען המון עם איז היינט ערגער, דאס מיינט אין שוהל און ביי פאזיציעס, שיעורים, אד"ג איז טאקע דא היינט א סאך מער פרויען ווי אמאל, אבער מצד שני איז אמאל געווען נארמאל צו שמועסן מט א ערשטע קאזין א מיידל, אדער צו גריסן א עלטערע באקאנטע פרוי, מען האט געקענט און געשפילט מיט די שכנים'ס מיידלעך ביז מען איז אין ישיבה געגאנגען, מען האט געקענט רעדן צום שכן'ס פרוי וכדו', אבער היינט קיין שייכות מיט מיידלעך אפי' אין די פערזענליכע לעבן.

די עלטערע אידן וועלכע מיר זעען באגריסן עלטערע פרויען וועלכע זיי קענען נאך פון אייראפע פאר'ן חורבן, זענען אמאל געווען יונגעלייט וועלכע האבן באגריסט די זעלבע פרויען ווען זיי זענען נאך געווען יונג...
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8714 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 03, 2016 7:51 pm

ראובן האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:עס איז ריכטיג אז אין אפיציעלע לעבן איז היינט דא מער פארקער און שייכות מיט פרויען, אבער אין די אינוועדועלן לעבן פונען המון עם איז היינט ערגער, דאס מיינט אין שוהל און ביי פאזיציעס, שיעורים, אד"ג איז טאקע דא היינט א סאך מער פרויען ווי אמאל, אבער מצד שני איז אמאל געווען נארמאל צו שמועסן מט א ערשטע קאזין א מיידל, אדער צו גריסן א עלטערע באקאנטע פרוי, מען האט געקענט און געשפילט מיט די שכנים'ס מיידלעך ביז מען איז אין ישיבה געגאנגען, מען האט געקענט רעדן צום שכן'ס פרוי וכדו', אבער היינט קיין שייכות מיט מיידלעך אפי' אין די פערזענליכע לעבן.

די עלטערע אידן וועלכע מיר זעען באגריסן עלטערע פרויען וועלכע זיי קענען נאך פון אייראפע פאר'ן חורבן, זענען אמאל געווען יונגעלייט וועלכע האבן באגריסט די זעלבע פרויען ווען זיי זענען נאך געווען יונג...

די " רעבעצינס" האבן קיינמאל געהאט א פראבלעם צו רעדן מיט מענער
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:46 am
האט שוין געלייקט: 797 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג יאנואר 03, 2016 7:51 pm

א גוטע דוגמא איז די פאלגענדע תגובה, ירא שמים איך האלט גענוי ווי דיר איך האב אבער שוין נישט קיין געדולד זיך צו גיין טענה'ן איבער מיינע דיעות וואס זענען זייער אומפאפולער אין שטיבל, און געווענליך ענטפערט מען נישט לענין מען נעמט זיך שיקן קיין אייוועלט וכו' וכו'. איך האב דיר אפילו געוואלט שרייבן אין אישי אויף די תגובה אז ס'איז א שאד די צייט און עגמ''נ, וואס קען מען טוהן, איך פארמאג נישט די טאלאנט פון שש משזר צו גיין אזוי ציווישן די שורות און טראפענעס און זיך ערווערבן לייקס פון די רעכטע און פון די לינקע, און א סך מאל טראכט איך אפילו אז אזא מהלך איז אביסל אפגעקראכן פונעם אמת, אבער אז דער עולם גיבט חיזוק איז הנני מצטרף.
ירא שמים האט געשריבן:שש, איך האלט אז חוץ פון די הלכה׳דיגע פראבלעם (וואס ווי די אראבישע פרינץ האט אנגעמערקט איז נישט פשט אז להלכה מוז עס אזוי זיין נאר אז להלכה איז אזא הנהגה משובח און פאזיטיוו) איז דא א השקפה׳דיגע פראבלעם פון די ליבעראלע עקסטרעמע פרויען גלייכבארעכטונג וכו׳ ווי מען זעט אין דעם בריוו פון דעם מאן אז ער ליידער פארגיפטעט געווארן מיטן ליברעראלן גייסט. כהאף איך בין גענוג קלאר.
נאך א הערה, די אלע גדרים אין קדושה וואס חז״ל האבן אונז אוועקגעשטעלט איז נישט נאר אלס חשש פון עבירה בפועל נאר היות סאיז אסור אפי׳ א הורהור.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2136
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג יאנואר 03, 2016 7:52 pm

אלאדין האט געשריבן:שש, איך וועל מיך באציען דירעקט צו אפאר ציטאטן פון דיינע ווערטער:
@אלאדין, איך וועל דיר ענטפערן אין דעם קאליר:
שש משזר האט געשריבן:ווען איז אמאל געווען אזא זאך אז פרויען זאלן זיין מער נאנט מיטן מענער שול? בפשטות קיינמאל. נישט נאר דאס, נאר לכאורה איז היינט סאך בעסער אין דעם הינזיכט ווי אמאל. אין גמרא געפונען מיר נאר איין באוואוסטע רעביצין, ברוריה אשת רבי מאיר [אליינס א רבי'ש קינד, בת התנא רבי חנינא בן תרדיון הי"ד], וואס האט געהאט שייכות מיטן מענער שול.

היינט צוטאגס, זענען דא אן א שיעור רעביצינ'ס וואס פארנעמען א היבשער פלאץ אין כלל ישראל. זאל עס זיין בעלזער רעביצין וואס נעמט קוויטלעך פון מענער, ווערט געדרייווט און האט גבאים מענער, און נעמט אויף מענער פאר ברכות וכו'. זאל עס זיין סאטמארער רעביצין סאשע, וואס איז כמה פעמים געווען גאר שטארק אינוואלווד. זאל עס זיין די אלטוועלטליכע רעביצין קנייבסקי, וואס האט געפירט א ליטווישע סטיל רבי'סטעווע. זאל עס זיין די פאפולערע אדמורי"ת אלטע פייגע אשת סאטמארער רב. זיי האבן געפירט, פארפירט, און געווען מעורב בכל התחומים אפילו ביי מענער.

איז דען אמאל געווען אזא זאך אין די היסטאריע [חוץ אמאל אמאל אחד בדור]?!

די ביישפילן פון רעבעצינס וואס דו ברענגסט איז דוקא כאראקטעריסטיש צו אלע דורות. דו רעדסט נישט וועגן אנטיילנעמען אין די אינטעלעקטועלע דיסקוסיעס פון דער פירערשאפט, נאר וועגן צוציען אן עולם פון נאכפאלגער צוליב מיסטישע קוואליפיקאציס. ווייבער פלעגן שטענדיג ציען צו מיסטיק (נאך מער ווי מענער) און געשלעפט מיט זיך א סך נאכפאלגער.

ברוריה איז טאקע אן אויסנאם. אזעלכע זאכן פלעגן זיך מאכן במשך די דורות (אנגעהויבן פון דבורה הנביאה, צו דער מאמע פונעם סמ"ע, און נאך ענליכע לעגענדארישע פיגורן), אבער דאס איז בכל אופן א שמועס פאר זיך.
שש משזר: ווי איך האב דערמאנט קלאר, האט זיך געמאכט אמאל אחד בדור וואס איז געווען א לעגענדארע פרוי. אבער די רעביצינ'ס פון היינט צוטאגס איז א נייע פענאמען. אזויפיל פרויען זאלן האבן מאכט און איינפלוס אויף די מאסן, און נישט נאר פרויען נאר זאגאר מענער. דאס איז פרעצענדלאז.

אפילו פרויען, וואס פלעגן טאקע לויפן צום רבי'ן צוליב זייער ספעציעלער גלויבן אין מיסטיק, זענען אבער זיי אליינס נישט געווען קיין מנהיגות [למעט די לודמירע מויד, און נאך צוויי דריי וואס זענען שוין געווען בנש"ק'לעך]. מיט דעם אליינס איז שוין היינט נשתנה המצב.


נאכמער. היינט צוטאגס ארבעטן א ריזיגע פראצענט פרויען, אין אפיסעס, אין מוסדות, אין געשעפטן, וכו', וואו זיי זענען אין שטענדיגן קאנטאקט מיט מענער. קיין פראבלעם. אבער פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, ווען 'כל כבודה בת מלך פנימה' האט נישט באדייט א מליצה פאר רעביצין סטיל דרשות, נאר איז געווען אן אינטערגראלער חלק פון דרך החיים, איז נישט געווען אזא מציאות בכלל אז מענער און פרעמדע פרויען זאלן אויסטוישן ווערטער, שמועסן איבער ביזנעס, פראבלעמאטישע קינדער, וכו'. די מסך המבדיל איז בפשטות געווען גרעסער.

ווי געזאגט, טייטשטו אויס דאס בילד פונעם "אמאל" לויטן אידעאל פונעם "היינט". ס'האט אבער גאנץ א קליינע אחיזה אינעם מציאות.
שש משזר: ווי שוין געענפערט, זוך איך נאך א מקור ווי דער 'אמאל' איז נישט געווען אזויווי איך האב עס אפגעטייטשט. די בעסטע האט עס נאך ישראל קאפקע גענאגלט, אז ס'האט זיך געוואנדן אין גרויסע שטעט לעומת די דערפלעך וכו'. איך האב געקלערט דערפון בשעת'ן שרייבן, און פארגעסן צוצוצייכענען אויף למעשה. קוקנדיג אין פארצייטישע ביכלעך זעט מען אז דאס איז דער אמת לאמיתה.

דאס זעלביגע פארקערט. היינט ווען ס'זענען דא מיידל סקולס, זענען כסדר דא דרשות פון רבנים, מנהלים, בקיצור - מענער, פאר די מיידלעך. פארשידענע אסיפות מיט דרשות פאר פרויען - דורך מענער - איז א דבר יום יומי.

נו אודאי. די מענער דאמינירן דעם דיסקורס. זיי באשליסן ווען צו געבן דרשות פאר ווייבער, און על פי רוב איז דאס כדי זיי "מעורר צו זיין" אויף די מענערישע פאדערונגען קעגן ווייבער. ס'איז נישט ווי א דיאלאג נאר ווי א פרעדיגונג, און די ווייבערישע וועלט וואלט בעסער געשטאנען אן דעם.
שש משזר: גראדע האלט איך דא פונקט ווי דיר. און ס'איז ארויסגעברענגט געווארן צינישערהייט [כאטש ברמז] אין מיין תגובה איבער 'קולטור'. כאטש איך מוז צולייגן, אז ס'איז פשוט נישט שייך אז פרויען זאלן רעדן פאר מענער, דאס איז אויך א זאך וואס 'אכשר דרא' וועט נישט צולאזן.

היינט זענען דא פרויען וואס געבן ארויס ביכער פאר די מענער שול, פרויען וואס שרייבן מחקר, פרויען וואס שרייבן דזשורנאלן, פרויען וואס שרייבן ארטיקלען אין צייטונגען און מאגאזינען, טאקע מיטן ווייבערישן געפיל און געדאנקנסגאנג, און מענער ליינען זייערע געדאנקען און באשרייבונגען מיט דארשט [אפגערעדט אז פארקערט איז פשוט, אז פרויען ליינען כסדר מענער'ס ווערק], א זאך וואס איז אמאל נישט געווען קיין הוה אמינא.


דער פרט איז ריכטיג. אינדיווידועלע פרויען האבן היינט א מעגליכקייט וואס איז אמאל נישט געווען, צו קענען ארויסגעבן זייערע געדאנקען אויסער די גרעניצן פונעם בית מדרש - א שטייגער ווי גליקל פון האמעלן האט געטון מיט אפאר הונדערט יאר צוריק אין אייראפע. דאס קען ברענגען צו א שטיקל דיאלאג, אבער ס'איז ווייט נישט גענוג.

שש משזר האט געשריבן:אזוי אויך איז שוין אויסגעשמועסט געווארן דורך אנדערע, אז בעצם אזויווי די מליצה 'חסד הייבט זיך אן אינדערהיים', וואלט זיך געדארפט אנהייבן א געשמאקע אינטעלעקטואלע שמועס, צו זאגאר נארמאלע שמועס כדבר איש אל רעהו בשוק/מקוה/פאליש, מיט זיין ווייב, מאמע, שוועסטער, אד"ג. אויב דאס געשעט נישט, און ע"פ רוב געשעט דאס נישט - אודאי נישט ווי עס דארף זיין און קען זיין, איז דאס צוליב דעם וואס די מענער און פרויען אין אונזער קולטור האבן טאקע נישט קיין סאך געמיינזאמעס צו דיסקוסירן. וואס פאראינטרעסירט אים, נערווערירט איר, וחלופיהן בהאשה.

דאס וועס יענער קרעכצט אפ מיט א קלוגע פרוי אויפן סאציאלן געוועב, איז נאר צוליב'ן אנטרעפן א פרוי מיט גענוג אן אינטעלעקטואלן שטאפל פון זוכן עפעס מער ווי די טיפישע גערעדעכץ פון נשות חרדיות בזמנינו. אבער אויב אזוי, וואס איז די טענה? ס'דאך טאקע נישטא וואס זאל קלענער מאכן די חומה, אויב די פארשידנהייט איז נישט נאר אין עזרת נשים ווערסעס מענער שול, נאר די עצם מהלך המחשבה און וואס זאל פאראינטערעסירן די צוויי 'פעלקער'.

איך האב נישט פארשטאנען. מיר רעדן וועגן דעם אז די צוויי מינים זענען צו שטארק אפגעטיילט, ביז ס'קומט צו א מצב וואו מ'קען זיך שווער פארשטיין. איז וואס זאגסטו? אז היות מ'קען זיך שווער פארשטיין, פעלט שוין נישט אויס צו טוישן דעם מצב?... אודאי זענען די צוויי מינים אנדערש אין נאטור, אבער דער פראבלעם וועגן וואס מיר רעדן איז כאראקטעריסטיש צו אונזער געזעלשאפט, און דערפאר איז עס מעגליך צו פארריכטן, ווייניגסטנס טעארעטיש. נישט אזוי?
שש משזר: ניין, ווען א יונגל האט א שוועסטער אינדערהיים, וויפיל עלטער ער ווערט האט ער ווייניגער אין קאמאן מיט זיין שוועסטער [וואס צו דיסקוסירן, מער ווי משפחה ענינים וכו']. פארוואס? דא איז דאך נישט שייך דער אפיציעלער אפטיילונג פון די מינים ביי 'חרדים'?!! אזוי אויך ווען א מיידל אין סקול איז נישט אינטרעסירט אין מחלוקה'לעך/פאליטיק, אין אמעריקאנע פאליטיק, און אין העמק דבר'דיגע נושאים, איז דאס א תוצאה פון אפטיילונג פון די מינים?! פארוואס אינטרעסירט זיי מעיקרא אין מיידל סקול אינגאנצן עפעס אנדערש ווי דאס וואס אינטרעסירט דעם בחור אין ישיבה?! אלא מאי, ס'איז דא א פונדאמענטאלע חילוק צווישן די צוויי, וואס האט שוין נישט מיט די חרד'ישע סעקס צוטיילונג. @גראדעמעכעלע האט גע'טענה'ט ענליך אין דיין אשכול.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15351 מאל

Re: אן אומפארמיידבארע מחיצה

הודעהדורך שמערל » זונטאג יאנואר 03, 2016 7:54 pm

שש כ'דענק יעצט נישט דעם תוכן אבער דאכט זיך אז דער דרך פיקודיך איז מתיר בשופי דער דעמאלטס'דיגער אנגענומענער פארקער מיט פרויען.
בנוגע די אמאליגע טענץ בתערובת, פילע מקורות זענען דא אויף די מנהגים אן קיין שום התמרמרות אויף א שמץ איסור, כ'האב יעצט נישט קיין צייט עס נאכצוקוקן, אבער אזא היסטאריקער ווי דו וואלט ווען געמעגט טוהן די האומווארק אליין.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 965
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 6:05 pm
האט שוין געלייקט: 1108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1139 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג יאנואר 03, 2016 7:54 pm

ריכטיג האט געשריבן:די טאלאנט פון שש משזר צו גיין אזוי ציווישן די שורות און טראפענעס און זיך ערווערבן לייקס פון די רעכטע און פון די לינקע, און א סך מאל טראכט איך אפילו אז אזא מהלך איז אביסל אפגעקראכן פונעם אמת

קודאס פאר דיין אנהייב, אאוטש פאר דיין המשך... :D
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15351 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג יאנואר 03, 2016 7:55 pm

ראובן האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:עס איז ריכטיג אז אין אפיציעלע לעבן איז היינט דא מער פארקער און שייכות מיט פרויען, אבער אין די אינוועדועלן לעבן פונען המון עם איז היינט ערגער, דאס מיינט אין שוהל און ביי פאזיציעס, שיעורים, אד"ג איז טאקע דא היינט א סאך מער פרויען ווי אמאל, אבער מצד שני איז אמאל געווען נארמאל צו שמועסן מט א ערשטע קאזין א מיידל, אדער צו גריסן א עלטערע באקאנטע פרוי, מען האט געקענט און געשפילט מיט די שכנים'ס מיידלעך ביז מען איז אין ישיבה געגאנגען, מען האט געקענט רעדן צום שכן'ס פרוי וכדו', אבער היינט קיין שייכות מיט מיידלעך אפי' אין די פערזענליכע לעבן.

די עלטערע אידן וועלכע מיר זעען באגריסן עלטערע פרויען וועלכע זיי קענען נאך פון אייראפע פאר'ן חורבן, זענען אמאל געווען יונגעלייט וועלכע האבן באגריסט די זעלבע פרויען ווען זיי זענען נאך געווען יונג...


איך האב דאס געמיינט, מען האט אמאל מיט א באקוועמהייט געקענט גריסן א באקאנטע, לכה"פ מיט א שאקל מיטן קאפ, עפעס וואס איז שוין היינט מעט לא יראה ולא ימצא.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4844 מאל

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג יאנואר 03, 2016 7:58 pm

שש משזר האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:די טאלאנט פון שש משזר צו גיין אזוי ציווישן די שורות און טראפענעס און זיך ערווערבן לייקס פון די רעכטע און פון די לינקע, און א סך מאל טראכט איך אפילו אז אזא מהלך איז אביסל אפגעקראכן פונעם אמת

קודאס פאר דיין אנהייב, אאוטש פאר דיין המשך... :D

ס'איז גארנישט... ס'קומט זיך מיר נאך פונקט אזויפיהל פעטש פאר מיין שב ואל תעשה סטראטעגיע...
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2136
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 03, 2016 8:03 pm

אינטערסאנט אלטץ קינדער שפילן מיר מיט די שכנים געהעריג מיט די מיידלאך אויך , די רגע מיר ווערן בר מצווה ניטאמאל א שאקעל אדער א ווינק מעגן מיר געבן מען דארף זיי גענצליך איגנארירן
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:46 am
האט שוין געלייקט: 797 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל

Re: אן אומפארמיידבארע מחיצה

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג יאנואר 03, 2016 9:46 pm

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז אונזערע הונדערט פיסיגער דיקע מויער בין מין למין האט אנגעטון א מאנטל פארן ׳עם בפני עצמם׳ און דאס האט גאר א דירעקטע השפעה אויף די אויסגאנג פון שלום בית. א מאן און פרוי האבן קעגנזייטיגע מיינונגען, געוויס הרגש און שכל נעמען די אויבן אן, און ועל כולם דעם אויסדריק פון עם בפני עצמם. אם כל זאת ווי להכעיס האט דער סעגרעגאציע בייאיינפלוסט דאס פרעמדקייט בין מין למינו ווי ישראל בין העמים. נישט נאר האבן זיי אנדערע הרגשים און שכל, נאר אויך אנדערע מהלכים אין יעדן פראספעקטיוו פון לעבן.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1533
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1814 מאל

Re: אן אומפארמיידבארע מחיצה

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג יאנואר 03, 2016 9:56 pm

דורכגעליינט שש׳ס תגובות, נורא נוראות!! מחשבה פון גאלד און א פעדער פון זילבער!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1533
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1814 מאל

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג יאנואר 03, 2016 9:56 pm

הייסט עס לדבריך קען געמאלט זיין אז ווען ס'וואלט נישט געווען קיין סעגרעגאציע מעיקרא וואלט די גאנצע אריינשטעלן א פרוי אין וועד החינוך נישט געהאט קיין תועלת ווייל מיר וואלטן דאך מעיקרא געהאט דעם זעלבן געדאנקנסגאנג.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2136
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

אן אומפארמיידבארע מחיצה

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג יאנואר 03, 2016 10:07 pm

ריכטיג האט געשריבן:הייסט עס לדבריך קען געמאלט זיין אז ווען ס'וואלט נישט געווען קיין סעגרעגאציע מעיקרא וואלט די גאנצע אריינשטעלן א פרוי אין וועד החינוך נישט געהאט קיין תועלת ווייל מיר וואלטן דאך מעיקרא געהאט דעם זעלבן געדאנקנסגאנג.

א פרוי און א מאן זענען צוויי אנדערע ברואים לחלוטין, דאס איז אייגענטליך די נסיון המין שהקב״ה נתן לנו אז מען זאל זיי צוזאם צושטעלן און מען זאל ארבעטן אויף די פארגרעבטע מידות. זהו הנסיון שלנו! זהו זה. אבער וואס מיר זוכן צו פארשטיין איז, אויב די ׳שטארקע׳ אומוויכטיגע סעגרעגאציע האט נישט געמאכט דעם נסיון אלף פעמים שטערקער!!!!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1533
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1814 מאל

אן אומפארמיידבארע מחיצה

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג יאנואר 03, 2016 10:45 pm

אנטשולדיגט פארן פארדרייען די אשכול אבער פטור בלא כלום אי אפשר,
א גרויסן יישר כח פאר די וואס האבן מיר געגעבן ווארימע חיזוק רייד און סדערפריידט מיר אז סדא וואס האבן הנאה פון מיינע תגובות און סאיז אפי׳ דא אזעלכע וואס אידענטיפיצירן זיך מיט מיינע געדאנקען און געפילן, ייש״כ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ירא שמים אום זונטאג יאנואר 03, 2016 11:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 997 מאל

אן אומפארמיידבארע מחיצה

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג יאנואר 03, 2016 10:49 pm

שמערל האט געשריבן:שש כ'דענק יעצט נישט דעם תוכן אבער דאכט זיך אז דער דרך פיקודיך איז מתיר בשופי דער דעמאלטס'דיגער אנגענומענער פארקער מיט פרויען.
בנוגע די אמאליגע טענץ בתערובת, פילע מקורות זענען דא אויף די מנהגים אן קיין שום התמרמרות אויף א שמץ איסור, כ'האב יעצט נישט קיין צייט עס נאכצוקוקן, אבער אזא היסטאריקער ווי דו וואלט ווען געמעגט טוהן די האומווארק אליין.
בילד פון א ליקוט ספר אויף עניני נשואין אות ו׳.
ImageUploadedByTapatalk1451887269.224153.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ירא שמים אום מאנטאג יאנואר 04, 2016 1:01 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 997 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 03, 2016 11:21 pm

אזוי לאנג ווי מען גייט מאכן צניעות אסיפות ווען ס'איז ביטער קאלט אינדערויסן איז טאקע די מחיצה אומפארמיידבאר...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:46 am
האט שוין געלייקט: 797 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל

הודעהדורך שמערל » מאנטאג יאנואר 04, 2016 8:38 am

בן אדם האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:ווען איז געווען אזא זאך אז פרויען זאלן זיין מער נאנט מיטן מענער שול?


אפשר פאר עס איז באשאפן געווארן אזא מושג ווי א מענער שול? היסטאריש איז די אפטיילונג פון מענער און פרויען מיט מחיצות אינגאנצן זיבן הינדערט יאר אלט. אין גמרא און אין רמב"ם זעט מען נישט דערפון קיין זכר.

אין ביהמ"ק איז געווען א עזרת נשים (אפשר נישט קיין מחיצה? אבער זיכער גענוג אפגעטיילט).


מקור השם 'עזרת נשים' בעזרת הנשים שהייתה בבית המקדש, אף כי שם לא מדובר באזור המיוחד לנשים, אלא בתיאור המקום שאחריו אסור היה לנשים להיכנס פנימה, לתוך עזרת ישראל וההיכל.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 965
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 6:05 pm
האט שוין געלייקט: 1108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1139 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט