א גאסט אין שטאט, שטורעמט אויף די מענטשהייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
medic
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:04 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

א גאסט אין שטאט, שטורעמט אויף די מענטשהייט

שליחה דורך medic »

איך ספין, אלעס דרייט זיך, אן עבודה אויסברוך!

איך בין א פאסיווער רואיגער מענטש, האט ליב צו דאווענען געלאסן אבער נישט שנעל און נישט אויסציען, כ'האב ליב צו דאווענען אין א שוהל וואס איז נישט צו גרויס און נישט צו קליין, איך וועל שמייכלען אייניג צו א סאטמארער אדער בעלזער, אגודיסט אדער נטורי קרתא, זיך דרייען און פארברענגען מיט "נארמאלע מעינסטריעם" מענטשן.

ווען איך האב געליינט א קליינע מודעה אין די טעגליכע בלעטל אין ביהמ"ד אז ס'קומט קיין וויליאמסבורג דער משפיע הרב צ"מ זילבערבערג פראווען א שב"ק, האט עס גערעדט צו מיר אזויפיל ווי די GB קאלער סעיל, אוודאי וועלן גיין דארט אויסגעקליבענע עובדים, כוכבים, אדער מענטשן וואס גלייכן אינטרעסאנטע און מאדנע געשעענישן, איך בין דאך פון די "נארמאלע" מענטשן וואס לאזן זיך נישט פון קיין געפילן און עמאושנעס. אבער פרייטאג צונאכטס גייענדיג צו א שמחה האב איך געזען א שטראם מענטשן קיין קאנטינענטאל, הערנדיג אז זיי גייען צו רב זילבערבערג'ס באטע, קלער איך מיר, אויב אזויפיל מענטשן גייען, מוז עפעס זיין דארט "עקשאן", געוויס קען עס זיין אינטערעסאנט, סייווי בין איך שוין אויף די גאס, לאמיך אהין גיין אויף בלויז פינף מינוט, איך קען דאך נישט דערהייבן די זאכן צו לאנג עניוועי. מיינע פיס האבן מיך אריינגעפירט אין דעם גרויסן קאנטינענטאל זאל, קיין פלאץ צו זיצן האב איך שוין נישט געהאט, כ'האב זיך צוגעשטופט צו א גוט ווינקל ווי מ'קען זען און הערן, איך בין אנגעקומען צו אשת חיל פאר קידוש, גראדע גאנץ א אומבאקאנטע אבער שיינע ניגון, געזונגען מיט ערנסטקייט,

מ'גרייט זיך צו קידוש היום, א שטילקייט האט געהערשט אין זאל. איך מוז זאגן, איך האב נאך אזאנס נישט געזען, א קידוש מיט אזוינע קולות און אזא פייער, איך בין נתפעל געווארן, אבער איך'על מודה זיין, איך האב זיך זייער געוואלט צושמייכלען אינמיטן, כ'האב געזוכט צו וועם צו לאכן, אבער אלע שטייען מיט א געבראטענע ערנסטקייט, איך האב זיך געשטארקט, איך בין דאך דער "נארמאלער" מענטש, אויב קיינער לאכט נישט, וועל איך אויך חלילה נישט לאכן, אזוי האב איך שוין אויסגעווארט אויך די נטילת ידים און המוציא. און אזוי שטייענדיג דארט האב איך נישט באמערקט ווי איך בין אומבאמערקטערהייט אריינגעשלעפט געווארן אין אן עקסטאז פון ערנסטקייט, פון קדושת שב"ק, פון העכערע געפילן, איך בין געבליבן צוגעשמידט צום פלאץ, זמירות און ווארעמע שיינע ניגונים, און דער עולם א געפאקטער קאנטינענטאל זינגט מיט כאיש אחד בלב אחד, ס'איז געווען א מורא'דיגע מחזה וואס מ'זעט נישט דא יעדע שני וחמישי, א משפיע אן א פארטיי, מיט אזא ריזן עולם אנהענגערס פון אלע קרייזן, ס'האט זיך געשפירט העכער. איך מוז מודה זיין איך בין געווארן גערירט, איך האב אויסגעהערט די תורה, זייער שיין ארויסגעברענגט די קדושה פון די "הייליגע הייליגע" טאג, און די "הייליגע הייליגע" סעודת שב"ק, דערנאך איז געקומען א רקידה אז די ווענט האבן מיטגעטאנצן, איך האב מיך געהאלטן קיל, אבער ס'האט מיך אויך מיטגעשלעפט, ס'האט זיך געשפירט ווי אין אן אנדערע וועלט, ס'האט מיר נישט געגלוסט זיך אוועקצורייסן פון דארט, צוביסלעך האבן מיינע פיס מיר געמאלדן אז זיי זענען נישט גרייט מיך ווייטער אונטערצוהאלטן דא אזוי, זיי האבן מיך געפירט ארויס אויף די גאס, און אהיים! אנקומענדיג אהיים האב איך נישט געגלייבט אז ס'איז שוין 12 אזייגער!

מיין אשת חיל איז שוין געווען ביטער אנגעצויגן, וואו אין די וועלט איך בין שוין באלד דריי שעה! בלויז געגאנגען צו א שמחה אפאר מינוט, זי האט מיך נישט "חושד" געווען אז איך בין אריין צו א טיש..

די מחזה פון פרייטאג צונאכטס האט מיר געגריבעלט א גאנצן טאג, פאר מנחה האב איך - נישט פלאנירנדיג פון פאראויס - זיך געטראפן איינמעלדן פאר מיין ווייב אז זי זאל מיך נישט ערווארטן צוריק פאר צוויי שעה נאכ'ן זמן.

ווי א מחותן שפאציר איך אריין אין זאל נאך בעפאר זמן הדלקה, וועלנדיג כאפן א גוטן זיץ פלאץ, צו מיין באדויער זענען שוין אלע פלעצער געווען פארנומען, איך דריי מיך ארויף און אראפ, ביז א ידיד מיינער, גראדע א חשובע אינגערמאן, ווינקט מיר פון דערווייטנס, און האט מיך אריינגערוקט נעבן זיך. א געוואשענער האב איך זיך אריינגעקוועטשט אינעם באנק מיט מיין בארכעלע אין די האנט, און דא בין איך. איך האב נישט געואוסט דעמאלס אז דא בין איך פאראורטיילט צו בלייבן די נעקסטע פינף זעקס שעה..

מ'האלט נאך פאר מנחה, און די מאסן מענטשן האבן נישט אויפגעהערט אריינצושטראמען, די בענק זענען שוין פארנומען, פארענטשעס זענען שוין געפאקט, די זאל ווערט פשוט איבערגעפולט. נאך מנחה, דער עולם מאכט זיך באקוועם, די לעקטערס ווערן פארלאשן. ווען איך האב געמיינט אז איך דארף אין בית כסא, האב איך מיך איבערצייגט אז ס'איז א שאד צו דארפן, ווייל ס'איז נישטא קיין וועג ארויס און נישט אריין..

איך האב נישט קיין ווערטער אראפצולייגן די מחזה, די מצב, די לופט, די אטמאספערע, איך האב נישט געקלערט איך בין אויף די וועלט בכלל. מ'האט ווי פארמאכט די טיר פונעם עראפלאן, און ארויפגעפלויגן אין עפעס א העכערע וועלט, איך בין שוין נישט געווען בעל הבית אויף מיר, איך האב געשוועבט עפעס אין העכערע עולמות, איך האב מיך געהערט מיטזינגען די ניגוני התעוררות, איך האב מיך באמערקט ווישן די טרערן ביי די תורה, איך בין נישט געווען "זיך". ווען איך האב ענדליך נאך תורה און ריקודים ארויסגעשטופט פון דארט, איז שוין געווען נישט ווייניגער ווי 5 שעה נאכ'ן זמן..

איך בין שנעל ארויס כאפן א בענטשן און מעריב, און זיך געיאגט אהיים, אבער ס'האט זיך נישט געענדיגט דא, ס'האט זיך הערשט אנגעהויבן. די פאר שעה וואס איך דארט אנגעהערט נאגט מיך ביים הארץ, ס'פאדערט מיך, איך שפיר ווי אויף א מערי גאו ראונד, איך בין צונומען אויף שטיקער, איך שפיר ווי איינער האט מיך דא אויפגעוועקט פון שאק, פון א טיפער שלאף..

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר