קאלט דאס מענטשהייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

קאלט דאס מענטשהייט

שליחה דורך ברוך בער »

נעכטן אווענט, שפאצירנדיג אהיים דורך די בראדוועי גאס, דערזעה איך א מאן קלאפט אויף א טיר און שרייט העלפ מי. אינסטינקטלעך שטעל איך מיר אפ, איך זעה א מיטל יעריגער הויכער טונקל הויטיגן מאן מיט אזא אקסיזשען טענקל אויף א וועגעלע קלאפט אויף א פארשפארטן טיר און שרייט היסטעריש העלפ מי איי קענט ברידט. איך גיי צו עס זעט אויס ווי א רעסטוראנט צו וואס מיט עטליכע מענטשן אינווייניק אבער מאכן זיך נישט וויסנדיק. מענטשן גייען דורך קיינער שטעלט זיך נישט אפ. איך וואונק פאר איינעם צוויי דער מענטש דארף הילף ווייז איך, עטליכע קומען צו וואונקען צו די פון אינווייניג עס איז אן עמוירזשענסי, אבער קיינער מאכט זיך וויסנדיק. איך פרעג דעם מאן צו איך זאל רופן אן אמבולאנס ער זאגט יא, איך דייל 911 זיי פרעגן קשיות און זאגן בלייב אויפן ליין. די מענשטן זעענדיג איך רוף שוין זענען ווייטער געגאנגען, איינער אויסגעזען ווי אן אנדיאנער צו פאקיסטאנער צו וואס איז געבליבן ווארטן מיט מיר ביזן סוף. עס איז ביטער קאלט עס איז דורך צען מינוט אין קול ועונה קיין אמבולאנס איז נישטא. אט וואקסן ארויס צוויי פאליציי אפיצירן איך בין זיכער 911 האט זיי געשיקט, איך ווייז זיי אן דא איז ער, זיי פרעגן צוריק אויב די קאר ביים קורב איז מיינס. יעצט זעה איך זיי זענען טראפיק אפיצירן אויפן זשאב, איך ווייז זיי דער מאן דא קען נישט אטעמען, זיי גיבן ניטאמאל א בליק נאר שרייבן ווייטער די פארקינג טיקעטס.

ענדליך הער איך סיירינעס פונעם בריק ריכטונג אן אמבולאנס איז אנגעקומען איך ווייז אן דא איז ער זיי לייגן איהם אריין אין אמבולאנס בעת ער גיבט מיר קיין בליק זאגט נישט קיין ווארט קיין טענק יו, ער זעט אויס שטארק אנגעווייטאגט. איך באדאנק דעם אינדיאנער זאג איהם עס איז שיין צו זעהן איינער קערט.

שפאציר איך ארויף לי עוו עס איז מיר קאלאמוטנע אויפן הארצן. דא אינעם גרעסטן רייכסטן שטאט אויפן פלאנעט דרייען זיך אזויפיל ביים אפגרונג ווייניג קימערן זיך. דא האב איך בייגעוואינט איינעם שרייט פאר הילף צו אטעמען און יעדער גייט מיט קאפ גראד מיט איר פאונס אין די אויערן עס איז מיינד יור אען ביזנעס. ספעציעל רעגט מיר די צוויי טראפיק אפיסערס, זיי ארבעטן פארן רעגירונג גייען מיט אוניפארם, וואלטן געדארפט זיין די ערשטע צו קומען צן הילף ווען נויטיג. א שאנדע איז נישט דאס ווארט.

מיין קליינער קאלט מיר אריין. ער דארף עפעס צו לערנען שעות רצופות שובבי"ם, א אידיש משניות צו וואס. אינטערסאנט א דור צוריק האב איך זיך ערשט דערוואוסט פון שובבי"ם רצופות אין ישיבה קטנה, היינט האלט עס שוין ביי כיתה ג' אכשיר דרא.

איך גיי אריין אין א כלי קודש געשעפט אויפן גאס, נעם אזא משניות און שטעל זיך אין רייע צו באצאלן. עס שפאצירט אריין א טונקעלער פערזאן היימלאז אויפן אויסזעהן צו ענליכס, רופט אויס "מיין ליטל גירל איז אין האספיטאל ווער קען העלפן". איך גיב איהם א דאלאר, עס שטייט דאך מפרנסין עניי עכו"ם זאג איך צו זיך ווי א פארענטפערונג זעענדיג די ברויזנדע בליקן פון ארומיקע.

דער געשעפט אייגנטומער, א מיטל יעריגער פון דור הישן רופט דעם גוי אין זייט זאגט איהם "איך גיב דיר א דאלאר אבער בתנאי אז קומסט נישט דא אריין פאר 4 חדשים". "ס'איז מיין ליטל גירל אין האספיטאל" זאגט דער ערל. "איי דאנט קעיר" זאגט דער איד.

דער שווארצער לויפט צום טיר באליידיגט שרייט איך דארף נישט דיין דאלאר אז דו קענסט זאגן אויף מיין ליטל גירל אין האספיטאל איי דאנט קעיר. עפעס האט מיר דער צווייטער עפיזאד אין זעלבן טאג מער געבאדערט ווי דעם ערשטן.

בצלם אלוקים עשה את האדם זאגט דער פסוק. א מענטש אלץ א מענטש פארמאגט העכערקייט און פארדינט רעספעקט, זאגט נישט איי דאונט קעיר און אז ער שרייט העלפ מי שטעלט אייך אפ.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר