הרב נפתלי [מארק] האראוויץ בווילימסבורג

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2270
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 880 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1163 מאל

הרב נפתלי [מארק] האראוויץ בווילימסבורג

שליחה דורך עמעזאן »

ווי עס קומט אריין די נייעס אז הרב בנש''ק מארק האראוויץ וועט אפשטאטען א באזוך די ערשטע מאל עכ''פ לויט מיין אינפארמציה אין ווילימסבורג און געבן א שיעור צו האבען א ריכטיגע בליק אויף די ביזנעס וועלט, זייענדיג אליין אויפגעוואקסן אין א ארים הויז און געווען א בן תורה אין לייקוואד נאך וואס ער האט געלערנט אין בריסק, און זיך ארויפגעדראפעט אין די ביזנעס וועלט אנהייבענטיג ביי 0 זייענדיג א סעילס מאן ארויסהעלפנדיג זייו שווער אין זיין פרינטונג קאמפעני מיטמאכענדיג קווענקלניש פאר יעדע פוין קאל פון בושה און פחד און געוויינט נאך וואס מ'האט אראפגעהאקט די פוין אויפ עם,

אנקומענדיג היינט צו טאגס ביז זיין פאזיציה היינט צו טאגס אלס א פארטנער אין וואל סטריעט האבענדיג קליענטן ביליאנערן און זיין מינומים איז 5 מיליון.. האט ער א באזונדערע חן איבערגעבנטיג זיין אייגענע עקספיריענס, לאפוקי די אלגעמיינע קאנסאלטענט וואס זייער איינציגע עקפיעריענס איז וויאזוי צו מאכן א דאלער פון איינעם...
דאס איז חוץ מזה וואס ער איז בעצם א גאר גלונגענע געשמאקע רעדנער,

ס'ווערט צו דערמאנען כאטש זיין פאזיצי' און רייכטום איז ער געבענטשט מיט א געוואלדיגע ענוות חן און ער העלפט ארויס יודען וואס קומען צו עם מיט א געוואלדיגע איבערגעבנקייט.

בדרך כלל זענען זיינע שיעורים בחנם זייענדיג א מולטי מיליונער נייטיגט ער זיכ נישט אינעם ארים בלוטיגע דאלער, דא אבער ארגענעזירט עס איינער אויפצוטרייבען געלט לרפואת א מאמע פון 5 קונדער ה''י.

אויב איינער האט מער אינפארמצי' איבער עם כל הכבוד.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר