ביטקוינס Bitcoin

הילף, עצות און טיפס

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 1:14 am

סמבטיון האט געשריבן:קוקערלענד, סעגעפעלט מיר ווי דו כאפסט זיך ארויף אויפן באן... " און איך בין א שטארקע חסיד פון ביטקוין נאך פון סאמע אנפאנג", סיריעסלי????

סעריעסלי! איך רעד פון ווען ס'איז נאך געווען אונטער הונדערט דאלער! דאס אז איך בין א חסיד פון די קאנצעפט און די פראדוקט מיינט נישט אז ס'איז ווערט עלף טויזנט דאלער, איך בין נאר סקעפטיש אויף די פרייז די לעצטע יאהר צייט ווען רוב מענטשן וואס גייען אריין דערין אינטערעסירט זיי נישט וואס דאס איז און זיי ווייסן נישט און ווילן נישט וויסן נאר איין זאך אז ס'גייט זיין איין טאג ווערט מער, דאס מאכט די געוואוקס דערפון זייער נישט געזונט און ס'איז זייער מעגליך אז ס'איז אין די טעריטאריע פון א באבל. דעריבער וואלט איך נישט מציע געווען קיינער אריינצוגיין ווייל מען ווייסט נישט ווען ארויס צו גיין.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 1:17 am

נניח אז עס איז א באבעל, נאכאלטס קענען מענטשן מאכן אסאך געלט אדערווייל.
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 908 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 1:21 am

סמבטיון האט געשריבן:נניח אז עס איז א באבעל, נאכאלטס קענען מענטשן מאכן אסאך געלט אדערווייל.

די פראבלעם איז אז מ'קען נישט פאראויס זאגן וואס ס'גייט פאסירן און ס'איז כמעט נישט במציאות אריין און ארויסצוגיין אין די ריכטיגע צייט. אוודאי וועט זיין א געציילטע עולם וואס וועט פארדינען אבער לדאבונני וועלן רוב פארלירן די הויזן. אדרבה קוקט אייך און וועט איר זעהן אז רוב עולם לייגט אריין ווען ס'איז אויף די העכסטע שטאפלן און פארקויפן נישט נאך ס'גייט ארויף. מען דארף האבן עקסטרעמע דיסציפלין צו טוהן וואס איז ריכטיג. א סקילל וואס איז זייער זעלטן ציווישן מענטשן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 2:20 am

ביטקוין איז גארנישט אנדערש ווי יעדע אנדערע סטאק אין אמעריקא.
די גאנצע אמעריקאנע עקאנאמיע איז איין שטיק באבל, די סטאק מארקעט, ריעל עסטעיט, אלעס איז נאר פאר-מארגעדזשעט, און אפגעשטיפט פאר מארגן און איבער מארגן. ווער סהאט מזל און שכל נעמט advantage פון דעם דערווייל. כאפ נאכנישט די חילוק צווישן ביטקוין און גאלדמאן-סאקס.
.The good person loves people and uses things, while the bad person loves things and uses people
Sydney J. Harris
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4645
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2657 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 10:23 am

א גוט מארגן טייערע חברים!
12873
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 908 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 10:33 am

און לויט coinmarketcap האלט עס שוין ביי 13020
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 908 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 12:32 pm

קורקלאנד, רוב עקאנאמיסטן זענען אקעגן די גאלד סטאנדארט, און פארדעם איז עס טאקע בטל געווארן, די היינטיגע מאדערנע (קאפיטעליסטישע) עקאנאמיע וואלט קיינמאל נישט געקענט עקזיסטירן מיט א גאלד סטאנדארט. (די ווערד פון די גאנצע גלאבאלע גאלד רעזערוו איז ווערד צוויי טריליאן דאללאר, די אמעריקאנער עקאנאמיע איז ווערד צוואנציג טריליאן דאלאר... )

עניוועיס מען קען זיין אקעגן א גאלד סטאנדארט און נאכאלטס זיין פרא ביטקוין, פונקט ווי מען קען האלטן פון די וועליו פון גאלד אליין אן האלטן פון א גאלד סטאנדארד. עס האט גארנישט איינס מיט די אנדערע.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 912
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1077 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1067 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 3:42 pm

אריבער 13000!
13078
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 908 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 4:10 pm

13148
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 908 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 4:12 pm

סמבטיון האט געשריבן:13148

האסט שוין איינגעקעשט? אדער דו ווארסט נאך?
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 701
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 688 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 662 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 4:15 pm

13288
א חלק
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 908 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 4:48 pm

13418
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 908 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 6:57 pm

זעהט אויס ווי און די קומענדיגע מעניטן גייט מען אריבערגיין דעם ארבעה עשר אלפים
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 908 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 7:03 pm

14369
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 908 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 9:28 pm

שמערל האט געשריבן:קורקלאנד, רוב עקאנאמיסטן זענען אקעגן די גאלד סטאנדארט, און פארדעם איז עס טאקע בטל געווארן, די היינטיגע מאדערנע (קאפיטעליסטישע) עקאנאמיע וואלט קיינמאל נישט געקענט עקזיסטירן מיט א גאלד סטאנדארט. (די ווערד פון די גאנצע גלאבאלע גאלד רעזערוו איז ווערד צוויי טריליאן דאללאר, די אמעריקאנער עקאנאמיע איז ווערד צוואנציג טריליאן דאלאר... )

עניוועיס מען קען זיין אקעגן א גאלד סטאנדארט און נאכאלטס זיין פרא ביטקוין, פונקט ווי מען קען האלטן פון די וועליו פון גאלד אליין אן האלטן פון א גאלד סטאנדארד. עס האט גארנישט איינס מיט די אנדערע.

קען זיין אז רוב עקאנאמיסטן זענען אקעגן די גאלד סטאנדארט, למעשה פאר מיר צו שוקל זיין מיין פערזענליכע אפיניאן מאכט נישט אויס די נומער אדער מערהייט פון עקאנאמיסטן, ס'אינטערעסירט מיר בעיקר וואס זייערע סיבות און טענות זענען. אגב דרייט זיך דא א ידיד אונזערע וואס רופט זיך @שבת אחים און זאגט כסדר אז רוב עקאנאמיסטן האלטן אז קאפיטאליזם בכלל קען מער נישט ארבייטן.....

איך ווייס נישט וואס איר מיינט מיט מאדערענע קאפיטאליזם, מיינט איר אפשר סאציאליזם וואס מ'רופט קאפיטאליזם אדער גאר קראוני קאפיטאליזם? אויף ווי ווייט איך האב פארשטאנען לעת עתה (ס'קען זיך נאך טוישן 'עז איי גאו אלאנג ענד ריעד מאור') איז א פיאט וואלוטע זייער נישט איינשטימיג מיט די הויפט פרינציפן פון קאפיטאליזם.

איך פארשטיי נישט פארוואס די היינטיגע עקאנאמיע וואלט נישט געקענט עקזיסטירןמיט די גאלד סטאנדארט, מער אבער פארשטיי איך נישט וויאזוי איז ביטקוין אנדערשט טאקע אין די פרט? ס'איז דאך פונקט אזוי (און מעגליך מער) באגרעניצט אין קוואנטום ווי גאלד? אפשר מיינט איר צו זאגן אז ביטקוין איז נישט קאמפעטענט אלץ א וואלוטע אבער ס'איז נאכאלץ ווערט אן קיין ניצן, לדעתי וועט אזא זאך עווענטועל פארלירן די שוויות אויב ס'האט נישט א ריזאנעבעל ניצן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קורקלענד אום מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 11:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 10:59 pm

שבת אחים האט געשריבן:איך האב געקויפט א היפשע פאר יאהר צוריק אסאך ביטקוינס פאר פרוטות. איך האב עס געדארפט ווייל דעס איז געוועהן דאן די גרינגסטע וועג צושיקן געלט קיין כינע, סאיז מיר איבערגעבליבן 42 ביטקוינס, דאכצעך סדארף צוזיין ווערט היינטיגע טעג איבער פיר הונדרעט אלפים. כגעדענק אבער נישט די פעסווארד. סאיז געוועהן די Wallet.

איינער האט אן עצה? אדער סאיז א גם זו לטובה בחינה... און געגעאנגען ווייטער. איך האב געזוכט אין מיין אלטע Memos אין מיינע אלטע טעלפאון, מיין אלטע קאמפיוטערס, אימעילס, אבער דערווייל טאפ איך א וואנט.
איך האב קיינמאל נישט געחלמט אז דעס גייט נאך אמאל ווערט זיין אזויפיל געלט.
אפשר זאל איך גיין צום ריבניצער? :) סאיז ממש א שאד! וואס טוט מען? איינער האט עפעס א עצה? אדער סאיז בעסיקלי אזויווי איך וואלט פארלוירן קעש אין מקוה. הדא הוא דכתיב ש-ט...!

#אמר ר׳ בנימין

https://www.quora.com/I-mined-bitcoin-as-a-lark-in-2010-I-still-have-the-old-PC-How-can-I-recover-the-coins
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3632
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1676 מאל

הודעהדורך שמערל » דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:07 am

ביטקוין קען זיין ווערד אלס א וואלוטע אזויווי גאלד איז ווערד אלס וואלוטע, אבער וועט קיינמאל נישט קענען איבערנעמען און ווערן א הויפט וואלוטע אשטייגער ווי דער דאללאר אדער יורא. וויבאלד די גאנצע קאפיטעליסטישע וועלט לויפט היינט אויף א אנדערע באגריף ווי אמאל ווען גאלד איז געווען די סטאנדארט.

עס איז שווער עס מסביר צו זיין אויף איין פיס, אבער דער שפיץ איז אז ביז צו נישט לאנג צוריק, ביז די אינדאסטריעל רעוועלאציע, איז רייכטום געווען באטראכט אלס א קאנסטענט, פאר טויזנטער יאר איז גארנישט צוגעקומען צו די וועלט, און געבליבן די זעלבע רייך, די מושג אז מען קען קריעטן פרישע רייכטום (wealth) האט פשוט נישט עקזיסטירט. במילא איז געלט געווען פשוט באזירט אויף די עקזיסטירנדע וועליו וואס זי האט געהאט, וואס איז געווען על פי רוב גאלד. די חידוש פון די היינטיגע מאדערנע עקאנאמיע איז די איידיע אז די וועלט גייט מארגן זיין רייכער ווי היינט, במילא איז די ווערט פון די געלט מיט וואס מען האנדלט היינט באזירט על שם העתיד ווייל מ'האפט אז מארגן גייט עס זיין ווערט. די סטאקס פון די פירמע עפל איז ווערט ביליאנען דאלארן נישט ווייל זי איז יעצט אזויפיל ווערט, נאר ווייל מיר פרעדיקטן אז נעקסטע יאר גייט זי ארויסגעבן א נייע פאון, און דעמאלטס איינקאסירן אזויפיל רווחים. און אזוי לויפט די גלאבאלע עקאנאמיע פון די גאנצע וועלט, אמעריקע און יעדע אנדערע לאנד דריקט געלט אויפן חשבון אז זי גייט אין די עתיד זיין אזויפיל ווערט.
אויב זאלן מיר אויפהערן צו טראסטן די פיוטשער, פאלט די גאנצע מאדערנע עקאנאמיע צוזאם אין איין רגע. די גאנצע סטאק מארקעט איז ווערט זילטש. במילא כל זמן מיר גלייבן יא אין די מאדערנע עקאנאמיע, האט נישט קיין שום זין אריבערצוגיין צו א אלטמאדישע סיסטעם פון געלט וואס האט א אייגענע יעצטיגע שוויות. פארשטייט זיך אז עס קענען אלס זיין גענוג מענטשן וואס זאלן יא וועלן דוקא האלטן זייער געלט אין גאלד אדער ביטקוינס, אבער פאר די אלגעמיינע עקאנאמיע מאכט עס גארנישט אויס.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 912
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1077 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1067 מאל

Re: ביטקוינס Bitcoin

הודעהדורך או אינו » דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:42 am

שמערל, דיין גערעדכץ איז פארשמירט אין ציווישט. קריפטא גייט איבערנעמען די וועלט. די איינציגסטע מהלך דאס צי אפשטעלן איז אויסלעשן די אינטערנעט, לאנג וועט לעבן די אינטערנעט אין לאנג וועט לעבן קריפטא. דאס וואס די זאגסט אז עקאנאמיע איז באזירט אויף שפעטערדיגע וואוקס איז נישט אמת. יעדער אינוועסטמענט חוץ טעק ווערט אינטערגעשריבען אויף א ריטארן במשך די האלטונגס טערמין בעיסד אויף וואס די קאמפעני פראדעצירט רווחים מיט הייטיגען ביכעל. קאפיטאל וואוקס איז מתברכים מכמה סיבות.. אינטרעסט ראטע, אויסלענדישע אינוועטירער, ארביטראש. ודי לחכימא ברמיזא. שווער צי שרייבן אין אידיש.

פאר שפאקעליר, עס לאזט זיך טראכטן אז די עמעריקאנע גאווערמעט שטייט אינטער די גאנצע מעשה. פטור אן עסק מיט פארמאכטע טויערן פין כינע איר רוסלאנד. קאפיטאל אייטפלאוס איז זייער ריסטריקטעד געווארן אין אלע צווייטוועלטיגע קאנטריס. סא דאס האט א שטארקע אפעקט אויף פיקסד אינקום עסעטס. כאשר

Sent from my Pixel 2 XL using Tapatalk
או אינו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 10:57 am

און אין אנדערע נייעס האלט ביטקוין אויף די מאמענט ביי 15959.
עס קאסט מיר א לאך ווען איך דערמאן זיך וואס איך האב געשריבן א וואך צוריק אז ביז 2018 וועט עס אריבערגיין די 10000 נאמבער.
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 908 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 11:00 am

און די עקאנאמיסטן וואס ווייסן אז עס גייט קראכען אויף פעניס.
אישתישבי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 696
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 11:15 am

16070!!
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 908 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 12:07 pm

16948
קען עס אנקומען צי 20000?
ימים/שעות ידברו
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 908 מאל

הודעהדורך שמערל » דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 12:57 pm

או אינו האט געשריבן:שמערל, דיין גערעדכץ איז פארשמירט אין ציווישט. קריפטא גייט איבערנעמען די וועלט. די איינציגסטע מהלך דאס צי אפשטעלן איז אויסלעשן די אינטערנעט, לאנג וועט לעבן די אינטערנעט אין לאנג וועט לעבן קריפטא. דאס וואס די זאגסט אז עקאנאמיע איז באזירט אויף שפעטערדיגע וואוקס איז נישט אמת. יעדער אינוועסטמענט חוץ טעק ווערט אינטערגעשריבען אויף א ריטארן במשך די האלטונגס טערמין בעיסד אויף וואס די קאמפעני פראדעצירט רווחים מיט הייטיגען ביכעל. קאפיטאל וואוקס איז מתברכים מכמה סיבות.. אינטרעסט ראטע, אויסלענדישע אינוועטירער, ארביטראש. ודי לחכימא ברמיזא. שווער צי שרייבן אין אידיש.

פאר שפאקעליר, עס לאזט זיך טראכטן אז די עמעריקאנע גאווערמעט שטייט אינטער די גאנצע מעשה. פטור אן עסק מיט פארמאכטע טויערן פין כינע איר רוסלאנד. קאפיטאל אייטפלאוס איז זייער ריסטריקטעד געווארן אין אלע צווייטוועלטיגע קאנטריס. סא דאס האט א שטארקע אפעקט אויף פיקסד אינקום עסעטס. כאשר


בעוה"ר בין איך אזוי ציווישט אז איך פארשטיי ליידער נישט קיין איין ווארט.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 912
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1077 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1067 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:03 pm

עס איז געווען פאר א פאר מעניט ביי 19450 גלייך נאכדעם איז געווען א קארעקשען ביז 17300

נעקסטע אפדעט וועט קומען פארנאכטס.
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 908 מאל

Re: ביטקוינס Bitcoin

הודעהדורך טרויבן88 » דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:44 pm

האלט יעצט ביי 15026
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 597
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 208 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט