זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

הילף, עצות און טיפס

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 9:28 am

נפה: ייש"כ פאר אנרופן זיך. נאר די שאלה וואס איך האב געפרעגט איז מתחילה געווען בבחינת רעטאריש. ווייל איך האב געוואוסט דעם ענטפער פון פריער. איך האב עס נאר געשריבן כדי להגדיל תורה ולהאדירה.

איז אזוי. מיט דעם ערשטן חלק פון דיין תשובה ביסטו גערעכט. אז די שטארקייט פון עלעקטרישן שטראם אויף די צווייטע זייט (סעקאנדערי) ווענדט זיך אין די צאל פון דרייען פון די (גאר דינע) עלעקטרישע דראטן. נאר דער צווייטער חלק פון דיין תשובה איז נישט אינגאנצן מדוייק. דער מציאות איז אז אויב די צאל פון דרייען (טוירנס) אויף די סעקאנדערי איז גרעסער, דאמאלס איז דער כח שטערקער. און, פארשטענדליך. אויב די צאל פון טוירנס אויף די סעקאנדערי איז ווייניגער ווי די פון די ערשטע, דאמאלס איז די וואלטידזש ביים צווייטן עק שוואכער. טעכנישט ווערט דאס אנגערופן...די ערשטע א ..."סטעפ-אפ"...טראנספארמער. און די צווייטע. א ..."סטעפ-דאון"...טראנספארמער...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 3:19 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10604 מאל

הודעהדורך נפה » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 12:15 pm

גערעכט איך שטעל אן אמורא אויף מיר און איך זאג דברים שאמרתי לפניכם טעות הן
נפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 3:39 pm

נפה: חס ושלום. דו זאגסט אייביג גוט (אויסער ווען נישט, פארשטייצעך...לאל). נאר ס'איז פשוט מסתבר (אזוי וי איך האב געזאגט). אויב דו וועסט זעהן א פיקטשער אדער א דראואינג פון א טראנספארמער מיט אלע זיינע/איהרע חלקים, וועסטו עס פארשטיין מיט א געוואלדיגע קלארקייט...!

ועוד...מדי דברי...! עמיר שוין אינאיינוועגס מסביר זיין בכלל די פרינסיפל וויאזוי א טראנסאפרמער (נישט א רעפארמער, ווי ראביי אבי ווייס) ארבעט. והנה: נאר מ'דארף מאכן א שטיקל הקדמה. ס'איז פארהאן 2 ערליי אופנים וויאזוי די עלעקטרישע שטראם לויפט...איינס: דיירעקט קארענט. (די.סי.). די צווייטע. אלטערנעיטינג קארענט. (עי.סי.). ביי די.סי. בלייבט די פאזיטיוו אייביג פאזיטיוו. לעומת ביי עי.סי. טוישט זיך עס 120 מאל אין א סעקונדע אין אמעריקע און קענעדע.(60 סייקלס). לעומת אין ארץ ישראל און ענגלאנד. און נאך א פאר מדינות איז עס איינגעשטעלט אויף 100 מאל א סעקונדע (50 סייקלס). דאס איז דאך ידוע אז עלעקטריק מאכט מאגנעט. (און פארקערט אויך. מאגנעט מאכט עלעקטריק. זיי זענען זייער נאנטע קרובים.). והנה. ווען מ'לייגט צו איין קויל (נישט א קנויל. נאר אפשר יא.) נעבן די צווייטע. און מ'לאזט אריין אן עלקטרישן שטראם. באשאפט דאס א מאגנעטישן כח. ווען דער מאגנעטישער כח פאלט צוזאם. (אין די מייקרא-סעקונדע וואס די סייקל טוישט זיך) געבט דאס אריין אן עלעקטרישן שטראם אין דעם דערנעבנדיגן קויל. וחוזר חלילה...! נפלאות הבורא... דו מוזסט מיר נישט גלייבן. און טאמער וועט זיך טרעפן איינער אן (אויבער, אדער אונטער) חכם וואס מכח קוצר שכלו והבנתו וועט ער נישט פארשטיין וואס אונז האמיר דא אויסגעשמועסט. און ער 'עט זאגן אז דער בעל עגלה רעדט נארישקייטן. להוי ידוע לו ולהם. אז דער בעל עגלה האט שוין שטודירט די טעאריע (און פראקטיק) פון דעם וואנדערבארן פענאמען עלעקטריק נאך פאר זיי זענען געבוירן געווארן...לאל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10604 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 11:43 pm

ס'זענען דא נאך א סאך אינטרעסאנטע זאכן וואס מ'קען אויסשמועסן. למשל וויאזוי א דזשענערעיטאר (ואס מאכט דעם עלעקטרישן שטראם) ארבעט. און וויאזוי אן עלעקטרישער מאטאר ארבעט. דאס עמיר לאזן פאר א צווייטע (אדער דריטע) געלעגנהייט.
היינט עמיר רעדן איבער וויאזוי די עלעקטריק כח קומט אן צו אונז אין שטוב. פאר די לייטס און פלאגס. אויך פאר די רעפרידזשערעיטארס און עירקאנדישאנערס.

מ'דארף מאכן א שטיקל הקדמה: ווען טאמאס עדיסאן האט אויפגטראפן די דינאמא. דעם עלעקטרישן דזשענערעיטאר איז דאס געווען א געוואלדיגער חידוש. צוזאמען מיט זיין עלעקטרישן לייט באלב. ס'האט אבער געהאט א גרויסן חיסרון. דער כח פון עלעקטריק האט נישט געקענט גיין זייער ווייט. נישט מער ווי (בערך) 200 פוס. איין בלאק. זיין פלאן איז טאקע געווען אז א יעדע הויז זאלל האבן א דזשענערעיטאר. אזוי ווי ס'איז דא א בוילער אין א יעדן הויז פאר הייצונג. דער פלאן האטציך אבער נישט אויסגעארבעט אין די גרויסע, קאמערציעלע בילדינגס פון וואל סטריט. איז געווען א צווייטער סייענטיסט מיט'ן נאמען טעסלא. (נישט א איד. א זון פון א גלח.) ער האט אויסגעטראפן, און עקספערימענטירט מיט אן אנדער פארם פון עלעקטריק. אנדערש ווי די פארמאט וואס עדיסאן האט ערצייגט. זיין אויפטרעף האט געהייסן..."אלטערנעיטינג קאררענט"...ס'הייסט אזוי ווייל די דירעקציע פון דעם עלעקטרישן שטראם טוישט זיך אייביג (120 מאל אין א סעקונדע). נאך א סאך מוטשענישן און די הילף פון אנדערע ענדזשינירן זענען זיי אויפגעקומען מיט א סיסטעם וואס קען אהערשטעללן דעם עלעקטרישן שטראם אין א געוויסן פלאטץ. און ס'קען ווערן געשיקט צו גאר ווייטע שטרעקעס. נאך וואס די עלעקטריק קומט ארויס פונ'ם דזשענערעיטאר גייט עס אריין אין א טראנספארמער. וואס שיסט ארויף דעם כח צו זייער שטארק. (בערך 250,000 וואלטס און העכער.) דאס ערמעגליכט עס צו פארן צו זייער ווייטע שטרעקעס. אין פארשידענע שטעט הונדערטער מיילן אוועק. ווען ס'קומט אן צו א שטאט וואו מ'וויל זיך באנוצן מיט דעם. גייט עס אדורך א טראנספארמער וואס שוואכט א ביסל אפ דעם כח.צו פארשידענע שטארקייטן...7.5 טויזנט וואלט. אויך 12 טויזנט וואלט. אין א יעדע גאס וואו ס'דא הייזער זענען דא נאך טראנספארמערס וואס ברענגען אראפ די שטארקייט צו 120/208 וואס מ'נוצט אין הייזער. היימיש גערעדט הייסט עס טו טוועני. ס'איז אבער נישט קיין 220 וואלט. מכח כמה טעמים. שאי אפשר לפורטם כאן ועכשיו.

הני מילי. דאס איז געזאגט געווארן אין אמעריקע און קענעדע. אין א סאך אנדערע מדינות ווי ענגלאנד און ארץ ישראל איז דא אן אנדער חשבון וואו די שטארקייט פון עלעקטרישן שטראם איז יא 220 וואלטס. ווייל ס'איז דער קלענערער חלק פון דעם 380 וואלט סיסטעם. וואס מ' נוצט אין אינדוסטרי. דאהי אין אמעריקע איז אויך דא (אין די גרויסע, פעקטארי בילדינגס) א שטארקייט פון עלעקטריק וואס איז צוטיילט אזוי..277/480...די קלענערע חלק נוצט מען אמאל פאר (ספעציעלע) לייטס. נאר ווען מ'כאפט א שאק, אפילו פון די שוואכערע חלק (די שטערקערע איז גאר מסוכן) ווערט די פינגערס אדער די הענט בלו. די בלוט צירקולאציע שטעלט זיך אפ פאר א פאר סעקונדעס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10604 מאל

וויאזוי ארבעט אן עלעקטרישער מאטאר?

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 1:19 pm

דאס איז דאך ידוע אז עלעקטריק מאכט מאגנעט . און מאגנעט מאכט עלעקטריק. אויך. ביי מאגנעט איז דא 2 זייטן/עקן. (אזוי ווי ביי עלעקטריק, פאזיטיוו און נעגאטיוו.) נארטה און סאוטה.ווען מ'נעמט איין עק פון א מאגנעט וואס האט דעם כח פון סאוטה (דרום) און מ'לייגט עס נאנט צו א מאגנעט וואס האט דעם כח פון נארטה (צפון) וועט עס אים צו ציען.אבער ווען מ'לייגט צו 2' מאגנעטן וואס האבן דעם זעלבן כח . א סאוטה מאגנעט צו א סאוטה מאגנעט. אדער א נארטה מאגנעט צו א נארטה מאגנעט וועט עס איהם אוועקשטופן.

א יעדער מאטאר האט עטליכע קוילס (א קנויל פון גאר דינע עלעקטרישע ווייערס אנגעשמירט מיט אן אינסולעיטאר, אזוי ווי פעינט, וואס לאזט נישט אדורך דעם עלעקטרישן שטראם) ביי די זייטן (4 אדער 6). דער חלק הייסט דער סטאטאר (פון לשון בלייבן שטיין).נאכדעם איז דא דער חלק אינמיטן, וואס דרייט זיך. דאס הייסט דער ראטאר (פון לשון ראטעישן, דרייען). ווען דער מאטאר באקומט אן עלעקטרישן שטראם ווערט דער חלק פונ'ם ראטאר וואס איז נאנט צום סטאטאר א פארקערטע כח פון מאגנעט. ממילא שלעפט איהם דער סטאטאר צו זיך. איינמאל ער קומט אן צו דעם עק פון סטאטאר (וואס איז שוין די זעלבע מאגנעטישער כח, באקומט ער א שטופ. ביז ער קומט אן צו די '2טע סטאנציע. וחוזר חלילה...! נפלאות הבורא.

ווען איך וועלל קענען וועלל איך (בלי"נ) ארויפלייגן א דראואינג פון אן עלעקטרישן מאטאר.

ס'זענען פארהאן (לכה"פ) 20 ערליי מאטארן. אבער דאס איז די בעיסיק פרינסיפל פון אן עלעקטרישן מאטאר...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום זונטאג נאוועמבער 21, 2021 11:51 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10604 מאל

וואס איז דאס אהמ'ס לאו...(געזעץ/כלל)

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:54 pm

ס'איז געווען איינער פון די חכמי אוה"ע (זיין נאמען איז געווען אהם) וועלכער האט אויסגעפארשט די אייגנשאפטן. די נאטור פון דעם עלעקטרישן שטראם. צי זאלל דאס קומען פון באטעריעס. אדער פון די עלעקטריק קאמפעני. אדער פון א דזשענערעיטאר וואס מ'האט ביי זיך אין אייגענעם הויף.

נאך א סאך ארומארבעטן מיט עלעקטריק האט ער באמערקט אז א יעדער שטראם פון עלעקטריק בויעט אויך אויף א כח פון ווידערשטאנד/רעזיסטענס. כדי בייצוקומען דעם כח התנגדות דארף מען האבן א קעגן כח. דאס איז די וואלטידזש. דער כח וואס שטופט דעם עלעקטרישן שטראם. איז ער געקומען צו אזא מסקנא. ער האט געזאגט אז אויב מ'ווייסט 2 געגנשטאנדן (חלקים) וויפיהל אדער ווי שטארק זיי זענען קענמען שוין אויסרעכענען די דריטע. ער האט עס פארמולירט מאטעמאטיש אויף אזא וועג...E=IR (IxR)...also...I=E/R; R=E/I;
אי. איז וואלטידזש. דער כח. די שטארקייט פון עלעקטרישן שטראם. איי. איז די מאס פון עלעקטריק וואס לויפט אדורך (אזוי ווי גאלאנס וואסער) געמאסטן אין אמפערס. אר. איז די ווידערשטאנד. די כח התנגדות. אויב מ'וויל וויסן וואספארא שטארקן כח מ'דארף האבן. (וואלטידזש) קענמען דאס וויסן דורך אויסרעכענען וויפיהל אמפערס (כמו גאלאנס) מ'ווילל אדורכפיהרן. און וואס דער כח פון רעזיסטענס איז...למשל. אויב איך האב א שטראם פון 10 אמפערס. און איך וויל עס אדורכשטופן דורך א רעזיסטענס פון 12 אהמס. (די מאס פון רעזיסטענס). וואספארא וואלטידזש דארף איך האבן? דער ענטפער איז...120 וואלטס... 12X10=120...! בקיצור. אלע 3 כוחות זענען פארבונדן איינס מיט'ן צווייטן. אויב מ'ווילל אויסרעכענען איינס פון זיי דארף מען צוזאמרעכענען די איבריגע 2...! וקל להבין. (איך מיין א תוספות איז שווערער.)

ס'זענען דא נאך אנדערע פארמולאס און חשבונות. נאר לאמיר קודם פארדייען די יעצטיגע לעסאן/לעקציע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10604 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:47 pm

ס'איז דא נאך א חשבון: ווען מ'וויל וויסן וויפיהל וואטס אן אפלייענס אדער מאשין פארנוצט קענמען דאס אויסרעכענען. די פארמולא איז ווי פאלגענד...P (watts) = E (volts) X I (amps.)...P =EI. Conversely. E=P/I; I=P/E...!

מ'קען אויך אויסרעכענען די וואלטידזש וואס פארלאנגט זיך פאר דעם אפלייענס. אויך וויפיהל עלעקטרישער שטראם דער אפליינעס אדער מאשין פארנוצט...! דאס מיינט אז אן אפלייענס, לאמיר זאן אן עירקאנדישאנער וועט פארנוצן א העלפט פון די מאס פון עעלעקטריק אויף א העכערן וואלטידזש. וועגן דעם טעם זענען די גרעסערע עירקאנדישאנערס געבויעט צו ארבעטן אויף 220 וואלטס.(208 די מערסטע עיקאנדישאנערס זענען געבויט צו קענען פארנעמען דעם דיפערענץ צווישן 220 און 208 וואלטס. אבער געוויסע אפלייענסעס, אוי ווי עלעקטריק היטערס וועללן נישט ארויסגעבן די פולע מאס היץ אויף א קלענערן וואלטידזש. איז דא אן עצה פאר דעם. ס'איז דא א מין טראנספארמער וואס הייסט א..."באק-ענד-בוסט"...דאס קען א ביסל הייבן די שטארקייט פון שטראם. אדער א ביסל אראפנידערן. לפי הצורך.

ומעשה שהיה. איך בין אמאל געווען אין א ת"ת אין בארא פארק וואו אן עלעקטריקל קאנטראקטאר האט אינסטאלירט עלעקטרישע היטערס אין א קלאס. און ס'איז גארנישט ווערד געווען . ס'האט נישט ארויסגעגעבן קיין היץ. וועגן דעם טעם. ווייל די עלעקטריק איז נישט געווען געניג שטארק. האביך געפרעגט דעם מנהל פארוואס מ'רופט נישט צוריק דעם קאנטראקטאר ער זאלל עס קומען פאררעכטן. האט דער מנהל געזאגט אז ער האט עס געטון בהתנדבות...האביך ערשט פארשטאנען דעם מאמר חז"ל.."אסיא דמגנא במגן שויא"...אן אומזינסטער דאקטער איז גארנישט ווערד...!























x
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10604 מאל

הודעהדורך נפה » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 11:03 pm

זייער שיין ר׳ בערל יישר כח

ואגב צ״ל: אסיא דמגן במגן מגן שוה בבא קמא פה עמוד ב
נפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 11:28 pm

ערעב בערל: כ'פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דו שרייבסט דא, אבער כ'זעה אז חוץ פון א באס דרייווער ביסטו אויך א עלעקטרישען, א נייעס קאמענטעיטאר, א אדמו"ר וואס ווייסט (וועיסט), א מהר"א נאכפאלגער (ווער ס'פארשטייט פארשטייט), קוואנטאם פיזיקס (ווהאטעווער דהעט מיענס) מסתם קענסטו אויך, אזוי זעט אויס פון די מאטעמאטישע אשכולות, און נאך א בעל תוקע צו די זייט נאך אויך (לאל...לאל...שברים...תרועה...), א אשכולות פארדרייער (קרעדיט: דער פאריקטע ל'), און צי דעם אלעם ביסטו א זיידע אויכעט....

ווען יאשקע/יוזל/יעזוז/ישו/ג'יזס/פנדירא/פונדריק/אותו האיש/קרייסט וואלט געוויסט וואס דו קענסט אלץ וואלט ער זיך פארשטעקט פאר בושה מיט זיין הייליגע בעכער.
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 621 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 1:17 pm

קהל'ס נער: ייש"כ. נאר דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. נעה. איך האב מיך אזוי שטארק געווארפן און געלאכט אויך, אז מיין שכן איז געקומען טשעקן אויב אלעס איז אין ארדענונג...שברים, תרועה. לאל. לאל, לאל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10604 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 7:04 pm

נפה האט געשריבן:זייער שיין ר׳ בערל יישר כח

ואגב צ״ל: אסיא דמגן במגן מגן שוה בבא קמא פה עמוד ב

נפה: ייש"כ. איך זעה טאקע אז דו ביסט א נפה. דו זיפסט אדורך א יעדעס ווארט מיט י"ג נפה. (י"ג אורות איז שוין דא). אויך קענמען דיך רופן הגהות הב"ח (השני)...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10604 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 9:59 am

אין ענגלאנד איז די עלעקטריק דיסטריביושן סיסטעם א ביסל אנדערש ווי אין אמעריקע און קענעדע. אויסער דעם פאקט אז זייער סיסטעם לויפט אויף (עכט) 220 וואלטס. האבן זיי נאך א פאר משוגע'נע זאכן אין דעם סיסטעם (שאי אפשר להסביר על רגל אחת.). איינס פון די זאכן איז אז די גאנצע עלעקטריק ווייערינג פן א הויז לויפט (עפ"י רוב) אויף 2 ברעיקערס. און כדי צו פראטעקטן די אפלייענסעס וואס מ'פלאגט איין האט א יעדע אפלייענס אן עקסטער פיוז. אריינגעבויעט אין דעם פלאג. הקטן לפי קטנו. והגדול לפי גדלו. די קלענערע אפלייענסעס האבן א פיוז פון 3 אמפערס. וואס פראטעקט דעם אפלייענס. און די גרעסערע, אזוי ווי א רעפרידזשערעיטאר אדער פריזער האבן איינס פון 13 עמפס. ווייל מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף דעם ברעיקער. וואס האט די שטארקייט פון 34 עמפס. (פרעג מיך פארוואס.). ווייל ביז ער וועט שפירן אז ס'איז דא א פראבלעים אויף די ליין , וועט שוין די אפלייענס לאנג זיין פארברענט אדער געדעמעדזשט. זיי האבן נאך א משוגעת. זיי האבן אזוי ווי א דזשי. עף.איי. פראטעקטאר. נאר ס'גייט אויף דעם גאנצן. אדער דעם האלבן הויז. (נישט אזוי ווי אין אמעריקע אז מ'לייגט א דזשי.עף.איי. פלאג דארט וואו מ'דארף פראטעקשן). די פראבלעם מיט דעם איז אז אויב מאכט זיך א קאנדישן וואו ס'איז דא ערגעץ וואו א ליעקידזש (א סכנה) דארף מען אדורך זוכן צענדליגער פלאגס און לייטס. ביז מ'טרעפט דעם פעלער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10604 מאל

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

הודעהדורך טמיר » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 7:00 pm

א סייט וואס האלט חשבון אויף די ip אדרעס (למשל א קליסיפייד סייט וואס לאזט נאר לייגן א באשטימטע צאל קלאסיפיידס). טאמער מען ניצט א vpn, קענען זיי נישט האלטן חשבון?
און אויב מען ניצט א פילטער אזוי ווי משומר, מיינט אז האט vpn?
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 806
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 4220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 628 מאל

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

הודעהדורך טמיר » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 7:07 pm

איז נישט פשט אז די סייט כאפט אויף די איי פי פון די vpn? איז דאך ווייטער די זעלבע פראבלעם
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 806
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 4220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 628 מאל

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

הודעהדורך פאליטיקאנט » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 8:12 pm

טמיר האט געשריבן:איז נישט פשט אז די סייט כאפט אויף די איי פי פון די vpn? איז דאך ווייטער די זעלבע פראבלעם
אמת, אויב ניצט מען די זעלבע VPN, און די VPN איז סטעטיק, טוסטו טאקע גארנישט אויף.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 633 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1436 מאל

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

הודעהדורך טמיר » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 8:34 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:איז נישט פשט אז די סייט כאפט אויף די איי פי פון די vpn? איז דאך ווייטער די זעלבע פראבלעם
אמת, אויב ניצט מען די זעלבע VPN, און די VPN איז סטעטיק, טוסטו טאקע גארנישט אויף.

א דאנק.
וואס ניצט משומר/ליוויג'ענט, סטעטיק אדער דינאמיק?
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 806
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 4220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 628 מאל

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

הודעהדורך פאליטיקאנט » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 9:12 pm

טמיר האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:איז נישט פשט אז די סייט כאפט אויף די איי פי פון די vpn? איז דאך ווייטער די זעלבע פראבלעם
אמת, אויב ניצט מען די זעלבע VPN, און די VPN איז סטעטיק, טוסטו טאקע גארנישט אויף.

א דאנק.
וואס ניצט משומר/ליוויג'ענט, סטעטיק אדער דינאמיק?


כ'מיין זיי נוצן אפי' נישט קיין VPN. נאר זיי פילטערן אלעס [בעיקר] אויפ'ן דעווייס אליין (MDM) שלא כדרך אנדערע פילטער'ס ווי נעטספארק וכדו' (עס נוצט די VPN טעכנאלאגיע פון די דעווייס, אבער עס טוישט נישט די איי פי).

קענסט עס בודק זיין:
-זוך אויף גוגל My Ip address אדער גיי צו דעם וועבזייטל https://whatismyipaddress.com.
-נעם א סקרינשאט אדער שרייב אראפ די איי פי.
-צינד אן פליגער מאוד אדער ריסטארט די פאון.
-זוך נאכאמאל דיין איי פי, זע אויב עס האט זיך געטוישט.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 633 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1436 מאל

הודעהדורך נפה » זונטאג דעצעמבער 05, 2021 9:58 pm

פארוואס יעדער רופט דער ניק @אבטולמוס ראובן ?
הגם איך ווייס נישט צו ער גייט נאך אן דא
נפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 05, 2021 11:26 pm

נפה: ווייל ער האט זיך גערופן ראובן. פאר ער האט געטוישט צו אבטולמוס...! וואס איינס האט א שייכות צום אנדער'ן, וועיסט נאר ער אליין. און נאך א פאר חכמים יודעי העיתים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10604 מאל

הודעהדורך נפה » מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 1:10 am

אבער איך זע אז דער ניק @ראובן האט נאר 4 תגובות און ארויסגעקומען נאך אבטולמוס
נפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 1:46 am

נפה האט געשריבן:פארוואס יעדער רופט דער ניק @אבטולמוס ראובן ?
הגם איך ווייס נישט צו ער גייט נאך אן דא

viewtopic.php?p=460025#p460025
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2635
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2090 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1738 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט