היסטאריע האט געשריבן:איך זוך פארטאגס.
קרן זוית האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:איך זוך פארטאגס.
אויב דו גייסט איין אז די סיום המסכתא גייט מען פראווענען אין מיין באנגעלאו קאלאני, איז דא וואס צו רעדן.
שלוימי האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וועלכע לימוד?
גמרא
Nanach האט געשריבן:א גוטע איידיע.
איך זיך א חברותא אין מורה נבוכים, לכתחילה איינער וואס האט עס שוין געלערנט.
אויף זום, פאר מער אין אישי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שלוימי האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וועלכע לימוד?
גמרא
נעה, כ'האב שוין געמיינט עפעס אינטערעסאנט...
טוב ויפה האט געשריבן:קרן זוית האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:איך זוך פארטאגס.
אויב דו גייסט איין אז די סיום המסכתא גייט מען פראווענען אין מיין באנגעלאו קאלאני, איז דא וואס צו רעדן.
אבער אין די ניין טעג און לע"נ ר' ישעי'לע
אדער ג' בשלח און לע"נ די בת עין
אנאנים האט געשריבן:שוין א לאנגע צייט וואס איך זיך א חברותא און איך קען נישט טרעפן עפעס פאסיג. איך קלער אז ק"ש וואלט געווען די פאסיגסטע פלאץ צי טרעפן א גוטע פאר, אבער פאר פארשטענדליכע סיבות קען איך עס נאר טון אנונים.
וואס אין זיך:
איך וואוין אין (וואס האט אמאל געמיינט...) ניי וויליאמסבורג, לכתחילה וויל איך די שיעור זאל פארקומען אין די געגנט, חוץ אויב איך טרעף נישט עפעס צום הארצן קען מען עס מאכן אויף זום אויך. ס'גייט מיך נישט אהן פונקטלעך וואס מען לערנט, זאל זיין גמרא/משנה/הלכה וכדומה. אבער וואס איז יא א מעכב איז א שיעור אין אמונה/דיעות/השקפה, וויאזוי דו ווילסט עס אנריפן. אויך א שטיקל ריקעפ אויף די וועטליכע נייעס, אויסטוישן קליפס, שמועסן ביזנעס וכו'. און בעיקר א חברותא זיך אויסצישמועסן די מעמקי הלב און שעירן אינערליכע געפילן מיט א נאנטשאפט.
וועגן מיר:
איך בין אין די דרייסיגער יארן. א שטילער אבער געשמאקע שמועסער און גוטע אויסהערער. אין ישיבה בין איך געווען פון די סאמע בעסטע בחורים, רמי"ם האבן געהאלטן אז איך ווען ווערן א ר"י, אבער ליידער האט זיך אויסגעלאזט וויאזוי עס האט זיך אויסגעלאזט. איך בין ב"ה א פיינע פארדינער און וועל אי"ה נישט דארפן קיין געלט טובות
אידיעלי זאל די חברותא זיין בדומה לי, א צוגעלאזן גוט קעפל, אבסעסט מיט אמונות ודיעות, בקיצור א ק"ש מעמבער...
כ'ווייס נישט פונקטלעך וויאזוי צי אויסארבעטן די קאנעקשן. אויב איינער קען זיך מתנדב זיין צי זיין די פארמיטלער תע"ב. כ"וועל עם שיקען מיין אימעיל, און ווען איינער מעלדט זיך צי די פארמיטלער אין אישי וועט ער שיקען די אימעיל אדרעס פאר יענעם.
אויב וועט עס ארבעטן קען מען אפשר מאכן א שידוך פאר נאך יודן אויף דעם אופן.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט