דמפקי לכולי שתא בשה"י פה"י

הילף, עצות און טיפס

דמפקי לכולי שתא בשה"י פה"י

הודעהדורך גרוש » זונטאג אפריל 10, 2016 8:16 pm

בס"ד
דמפקי לכולי שתא בשה"י פה"י
די גמרא זאגט אין מסכת מגילה "ליכא דידע לישנא בישא כהמן אמר ודתיהם שונות מכל עם דמפקי לכולי שתא בשבת היום פסח היום", פשוט פשט אז זיי פארברענגען א גאנץ יאר מיט זייערע מצוות און חוקי התורה און זיי האבן נישט קיין צייט צו די חוקי המלך, במילא "ולמלך אין שוה להניחם",
לכאורה וואס איז די לשון הרע, פונקט פארקערט, עס איז דאך די גרעסטע שבח פאר כלל ישראל, אז זיי זענען עוסק אין שבת ויו"ט, און זענען מקיים די מצוות,

טריד בטירדא דחג,
שטייענדיג בין גאולה לגאולה ארויסגייענדיג פון חודש אדר אריין אין חודש ניסן, ווען אידן זענען פארנומען מקיים צו זיין מצות "תשביתו" מ'עסט אויף די שירי "משלוח מנות", מ'גרייט אהן די "חמץ" און די "לולב וערבה" צו פארברענען, מ'מאכט "פסח'דיג" מ'קויפט איין פאר "יום טוב", אידן זענען מסובב במצוות, מ'איז מקיים דעם "מקרא קודש" ווי רש"י זאגט קדשהו בכסות נקי', מ'איז מקיים "ושמחת אתה וביתיך" מ'קויפט איין פאר די משפחה, קליידער און מתנות, מ'פארקויפט די חמץ, מ'כשר'ט, מגייט באקן מצות, מ'שוויצט, די נשים, זענען פארנומען בנקיון הבית, די זאכן קומען נישט אהן גרינג, מ'טוט עס נאר כדי לעשות נח"ר להבוית"ש, לכאורה איז דאך דאס די שיינקייט פון כלל ישראל,
ווער רעדט נאך פון די "צדקה" וואס ווערט פארטיילט אין חדשי הגאולה, וויפיל געלט אידן פארטיילן פאר "מתנות לאביונים", מ'איז מקיים דעם "כל הפושט יד נותנין" במלוא מובן המלה מ'עפענט זיך די טאשן, מ'גיט אוועק אויסגעהארעוועטע געלט, אלעס פאר אנדערע אידן, ובפרט פאר די נצרכים, און נאך פורים ווען די טאשן זענען שוין לייידיג, הייבט מען אהן פריש, וויפיל צדקה אידן גיבן פאר "קמחא דפסחא", אין שיעור ואין קץ וויפיל ארגאנאזאציעס כלל ישראל פארמאגט וואס טיילן געלט אדער פראדוקטן פאר פסח, פאר אידן וואס זענען ב"ה געבענטש מיט גרעסערע משפחות און קענען זיך ליידער נישט ערלויבן, צוליב די צרכי החג מרובים, ואחר כל זה, נאכדעם וואס מ'איז שוין מקבל דעם יום טוב, עס קומען די ימי חול המועד, מ'קומט אריין אין בית מדרש, מ'זעהט די זעלבע אידן וואס האבן געטיילט "פורים" געטיילט "קמחא דפסחא", אידן וואס זענען נישט קיין גרויסע פארדינער, זייער אייגענע לעבן קאסט אויך אסאך געלט, אודך כי עניתני, ואשנה ואשלש, די אידן גיבן נאכאמאל געלט, דאס שיינקייט פון כלל ישראל קומט ארויס במלוא הדרו ותפארתו,
און באמת נישט נאר פאר פסח, טיילן אידן צדקה, נאר א גאנץ יאר מדי שבת בשבתו, טיילן אידן אוועק גרויסע געלטער פאר משפחות, וויפיל ארגאנאזאציעס איז דא וואס טיילן שבת פעקלעך, מתן בסתר, אהן דעם וואס איינער זאל אפילו וויסן,
ווערט דאך נאר שטערקער און שטערקער די קשיא, פארוואס רופט עס די גמ' אהן "לישנא בישא" אין אונזער שפראך "לשון הרע"

כי ידעתי את מכאוביו
די גאנצע יו"ט פסח, איז דאך זכר לשעבוד וגאולת מצרים, כידוע, מ'זאגט הלל, מ'לויבט השי"ת אויף די נסים שעשה לאבותינו בימים ההם בזמן הזה, אין דעם חודש ניסן אויף ווען דער אייבערשטער האט געזאגט, "ראה ראיתי את עני עמי אשר במצרים, וארד להצילו מיד מצרים "כי ידעתי את מכאוביו", די ספה"ק טייטשן די ווערטער "כי ידעתי את מכאויביו", אז הקב"ה האט געזאגט, אז כאטש זיי זענען משוקע אין טומאת מצרים, זענען זיי נאך אלץ ראוי צו ווערן אויסגעלייזט, ווייל ווען איד טוט א עבירה, טוט ער עס נישט בשלימות, ער טוט עס נישט מיט קיין שמחה, עס טוט אים וויי, אז ער פאלט אריין בעצת היצר, ער קרעכצט, כי ידעתי את מכאויביו, איך ווייס, אז אפילו ווען ער טוט א עבירה, טוט עס אים ווייס עד דכדוכה של נפש, במילא ראוי הם לגאול,
לענינו, ליידער האלט מען נאך ווייט פון עולם התיקון, אידן גיבן טאקע אויס אסאך געלט פאר צרכי החג, און מ'קרעכצט, עס קאסט ליידער אזוי סאך, ווי קען מען שניידן, פארוואס דארף די מצות קאסטן אזוי טייער, פארוואס קאסט די פלייש אזוי טייער, ווי נעמט מען געלט, פאר נייע קליידער, די קינדער דארפן נייע שיך, מ'דארף קויפן א מתנה פאר די בני בית, עס איז דאך א זמן פון "ושמחת אתה וביתיך" פארוואס קאסט עס אזוי סאך, אידן שטייען און קרעכצן,
אין די זעלבע צייט שטייען אנדערע אידן און קוקן צו די קרעכצן אבער זיי וויינען סאך שטערקער, זיי קוקן אהן די גאנצע מצב מיט א אנדערע בליק,
אידן זענען זוכה אריין צו ברענגען דעם יום טוב אין שטוב, בהרחבת הדעת, מיט שמחה, מ'קומט אהיים די בני בית און די קינדער ווארטן אפ מיט א שמייכל, מ'זעהט די קינדער מיט די נייע קליידער, מיט די הגדות, זאגן קדש, ורחץ, וכו', זאגן די קשיות, יעדע קינד לפום דרגא דילי', מ'זעהט די אריין ברענגען די פסח האט טאקע געקאסט, ס'איז אנגעקומען שווער, אבער עס האט זיך אויסגעצאלט,
ליידער זענען דא אידן וואס זענען נישט זוכה דערצו,
ר' איד, האט איר אמאל בשעת'ן קרעכצן אז די פסח קאסט צו סאך, אריין געטראכט,
וויפיל אידן וואס זענען געגאנגען מיט אייך אין חדר און אין ישיבה, וואלטן זיך געוואונטשן אז די פסח זאל זיי קאסטן דאס געלט, זיי האבן נאר ליידער נישט קיין קינדער, פאר וועם עס זאל זיי קאסטן,
וויפיל אידן וואלטן זיך געוואונטשן צו פירן א סדר און עס זאל זיי קאסטן געלט, און ליידער קאסט עס זיי נישט, ווייל זיי ליגן אין שפיטאל על ערש דוי,
וויפיל אידן וואלטן זיך געוואונטשן די פסח זאל זיי קאסטן געלט, נאר זיי זיצן ליידער איינגעשפארט בבית האסורים, און קענען נישט פארברענגען מיט די משפחה פסח,
וויפיל אידן וואס דרייען זיך ארום אין בית מדרש יום טוב מיט א שמייכל, און האבן ליידער נישט קיין משפחה, וואס זאל זיי קאסטן, געלט
די אידן לייגן זיך אריין אין בעט די נעכט בעפאר יום טוב ובפרט יום טוב, און וויינען, הלואי וואלט מיר די פסח געקאסט געלט, עס איז דא אידן וואס די פסח קאסט זיי ברוך השם אסאך געלט, און זיי האבן א אמת'ע שמחת יו"ט, אבער ליידער אנערקענען זיי נישט די חסד ה', נאר זיי קרעכצן, עס קאסט דאך אזויפיל געלט,
די אידן וויינען, הייליגע באשפער, ווען דו וועסט מיר גיבן די געלעגענהייט, אז איך זאל האבן פארוועם עס זאל מיר קאסטן די הוצאת החג, וועל איך וויסן מיט וויפיל שמחה איך דארף צוגיין צום יום טוב, בשבח והודאה, ברוך ה' די יום טוב קאסט מיר געלט, עס איז דא פארוועם,
ליכא דידע לישנא בישא כהמן, המן האט זייער גוט געוויסט אויסצוקוועטשן די חסרונות פון כלל ישראל, דמפקי לכולי שתא, בשה"י בפה"י, זיי רעדן זיך אפ אז די צרכי שבת ויו"ט קאסט זיי צופיל געלט, און זיי ווייסן ניטאמאל ווי א שטארקע חסד ה' עס ליגט דערין אז עס קאסט ברוך השם, מ'האט פארוועם און פארוואס אויסצוגעבן די געלט,

כלפי מה דברים אמורים לענינינו
איך גרייט מיר שוין ליידער צו ניינטן יום טוב פסח, וואס מיר זעצן זיך ב"ה צום סדר מיטן שטריימל און קיטל, בצהלתו בפניו ואבלו בלבו,
ליידער די גאנצע פסח קאסט מיר נאר 70 דאלער "ערב פסח מצות", און אמאל א נייע בעקיטשע, אדער קלינען די בעקיטשע וכדומה,
עס קאסט מיר ליידער נישט מער ווי דעם, ווייל איך האב ליידער נישט קיין משפחה פארוועם עס זאל מיר קאסטן, איך פראווע די סדרים און די סעודות ביי מיינע עלטערן, יעדע מאל עס קומט פאר יום טוב, דערמאן איך מיר נאכאמאל די קאשמארן, עס קומט נאכאמאל יום טוב, מיר גייען נאכאמאל גייען אויפן גאס, זענען וויזוי אידן וואקן מיט די משפחה און קינדער מיט א שמייכל, מ'שפאצירט אין די רואיגע יום טוב טעג, מ'נעמט ארויס די מאקסימום פונעם יום טוב, ואני אנה אני בא, איך האב נישט פארוועם צו קויפן קליידער, איך האב ליידער נישט פארוועם צו קויפן א מתנה, איך קען ליידער נישט מקיים זיין דעם "ושמחת אתה וביתך", מ'גייט אויפן גאס נאכן דאווענען פארן סדר, מ'זעהט ווי קאפלעך מיט די קינדער שפאצירן צו די עלטערן, מיט א שמחה, די קינדער מוטשענען טאטי מאמי, מ'ווייסט עס נישט צו שעצן, מ'רעדט זיך אפ, מושי, רחי, שיינדי, מוטשע נישט, סטאפ צו וויינען,
איך שפאציר מיר אזוי אליין קיינער ווארט נישט אויף מיר, קיינער שמייכלט נישט צו מיר, קיינער איז נישט אינטערסירט אין מיין עטענשען, כ'האב ליידער נישט קיין קינדער וואס זאלן וויינען צו מיר, טאטי איך דארף דעס, וכדומה,
נאך אזא נאכט מ'ענדיגט די סדר, מיר זעצן זיך אראפ ביים "שיר השירים", בבכיות נוראות, על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי, אבער ליידער "בקשתי ולא מצאתי", אקומה נא ואסובבה בעיר בשווקים וברחובות, אבער ועדיין, ליידער, בקשתי ולא מצאתי, מיר ווילן אזוי שטארק, מקיים זיין דעם "עד שמצאתי את שאהבה נפשי אחזתי ולא ארפנו", אבער מ'האט נאך ליידער נישט זוכה געווען דערצו, איך וויל שוין פיהלן דעם "ואצבעותי מור עובר על כפות המנעול" אבער ליידער.....................
איך קוק ארויס בכליון ענים, עס זאל זיין, הנך יפה רעיתי, הנך יפה עיניך יונים, אבער ליידער, מיר ווארטן נאך אלץ, אויף "גן נעול אחתי כלה, גל נעול מעין חתום",
די יום טוב גייט אדורך ביטער שווער, דערנאך פרייד מען זיך שוין אז מ'גייט צוריק צו די ימי המעשה ווען מ'פיהלט נישט די צרה אזוי שטארק,
מ'קאלט ארום שדכנים, מ'מאכט פאון קאולס, עס קומען ענטפערס, קאל מיר מארגען, נעקסטע וואך, איך בין פארנומען, איך מאך חתונה קאל מיר 3 וואכן ארום, עס קומט יום טוב, איך בין אין קאנטרי, קאל מיר מאנטאג, אקעי איך דארף טראכטן קאל מיר נעקסטע וואך,
מ'הייבט נישט אויף, ואודך כי עניתני, ביז עס ווערט שוין סליחות, מ'הייבט שוין אהן נאכאמאל פיהלן די ימים טובים פראבלעם, עס קומט שוין נאכאמאל יום טוב, ועדיין לא זכיתי צו די "ושמחת אתה וביתיך", מ'קאלט ווייטער, א איד גיבט נישט אויף, עס קומט ענטפערס, עס איז די פארנומענע יום טוב סעזאן כ'האב נישט קיין צייט, קאל מיר נאך סוכות,
עס איז באלד חנוכה, מ'איז פארנומען, קאל מיר תיכף נאך חנוכה, עס ווערט שובבי"ם מיר קאלן נאכאמאל די שדכנים, קאל מיר נעקסטע וואך, ערעב איד איר ווייסט אז איך קען נישט אויסנוצן די שובבי"ם כדבעי' און אודאי נישט פאסטן, ווייל השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה, טובל ושרץ בידו, איר ווייסט אז עוסק זיין אין שידוכים איז די גרעסטע תיקון בעניני קדושה, אקעי מ'דארף עפעס טוהן קאל מיר אין 2-3 טאג, אקעי ישר כח,
עס איז באלד פורים קאל מיר נאך פורים, איר וווייסט אז פורים ווען איר זענט בשמחה און פארבערענגט בסעודת פורים מיט די משפחה, און דיין ווייב גיבט אכטונג אז דו זאלסט נישט טרינקען יותר מדאי, זיץ איך און נוץ אויס דעם גרויסקייט פונעם טאג, בבכי' להשי"ת אז איך זאל שוין אויך האבן א משפחה מיט וועם צו פארברענגען פורים, דו ווייסט אז כ'האב נישט קיין ווייב און קינדער וועם עס זאל אנגיין צו איך טרינק מיר איבער צו נישט,
נאך פורים מ'קאלט ווידער די שדכנים, איך בין פארנומען פאר "פסח" קאל מיר נאך פסח, איר ווייסט ווי א שטארקע ציפ איר גיבט מיר מיטן זאגן די ווערטער, איר ווייסט אז איך קען נישט ווארטן ביז נאך פסח, איר ווייסט אז די יארן לויפן, איר ווייסט אז ווען איר זענט געווען אין מיינע יארן, האט איר שוין געהאלטן 10 יאר נאך די חתונה און געהאט 5-6 קינדער, נאר א דאנק דעם, מאכט איר שוין היינט חתונה, איר ווייסט אז אין בעסטן פאל וועל איך נישט חתונה מאכן א אייגן קינד פאר די 50,
איר וויסט אז ווען איך טראכט נאר אז אין ווייניגער ווי 2 וואכן זעצט מען זיך צום סדר, לא אוכל להתאפק עיני מדמעות, אז כ'האב ליידער נישט פארוועם אנצוגרייטן א פסח, עס קומט מיר ארויף קאשמארן ווען איך טראכט נאר וויזוי די גאסן קוקן אויס אין די סדר נעכט,
איר ווייסט אז איך בין א בשר ודם, איר ווייסט אז כ'האב פונקט אזעלכע צרכים ווי דיר, דו ווייסט אז ביי מיר מיינט קאל מיר נאך פסח, נאך 3 וואכן עלענד, נאך 3 וואכן נסיונות, נאך 3 וואכן הרהורים, ביז נאך פסח איז נאך דא 21 נעכט, וויזוי טראכסטו איך זאל גיין שלאפן די 21 נאכט, ווען איך ווייס אז די עולם איז יעצט פארנומען און ס'איז נישט דא מיט וועם צו רעדן,
און די גוף פאדערט ווייטער זיינס, וד"ל

דמפקי לכולי שתא בשה"י בפה"י
באמת מעין די פראבלעם גיי איך דורך מדי שבת בשבתו, מ'הייבט אהן די וואך, מ'קאלט שדכנים, עס קומט א ענטפער, איך דארף טראכטן, קאל מיר אין 2-3 טאג, איך קאל מיטוואך אקעי איך דארף נאך יענעם צוריק קאלן, קאל מיר זונטאג, וחוזר חלילה, איר ווייסט אז פון דאנערשטאג נאכט ביז זונטאג 10-11 אינדערפרי, ווען די עולם שטייט אויף און ס'איז נישט דא צו וועם צו רעדן, גיי איך דורך ביטערע שווערע יסורי הנפש, איר ווייסט אז סוף וואך איז פעמילי טיים, און פונקט שבת ווען מ'פיהלט די פראבלעם די שטערקסטע איז נישט דא צו וועם צו רעדן, עס איז דא כמעט 3 גאנצע מעת לעת, וואס מ'דארף ווארטן צו לייגן האפענונג אז זאל זיין מיט וועם צו רעדן, איך בין גרייט און איך וויל אויסהערן שידוכים, אפילו ערב שבת עם חשיכה, אפילו ביי "בואו ונצא", אפילו אינמיטן שלש סעודות, מוצאי שבת איינס אזייגער, זונטאג אנדערפרי 6:00, אבער פון דאנערשטאג נאכט ביז זונטאג נאכמיטאג איז נישטא צו וועם צו רעדן,
ליכא דידע לישנא בישא כהמן דמפקי לכולי שתא בשה"י פה"י, צו גיבן געלט איז דא גענוג אידן, אדער ארויסצוהעלפן א מענטש בעת דוחקו, ארויסווייזן הארץ און געפיהל, דארף מען ווארטן ביז יענער פיהלט זיך באקוועם, יעדן טאג מיט א אנדערע תירוץ, שבת היום, רוף מיר נאך שבת, פסח היום, רוף מיר נאך פסח,
ערעב איד, אויב פיהלט איר אז איר מוזט זיך משתתף זיין בממון ארויסצוהעלפן אנדערע אידן וואס האבן ליידער נישט אויף צרכי פסח, וויל איך אייך מודיע אז "גדולה גמילות חסדים יותר מן הצדקה" איך זאג אייך דא אויס א סוד וואס איר האט נישט געוויסט ביז יעצט, צדקה איז טאקע זייער גרויס און חשוב אין הימל, איר טוט אויף גדולות ונצורות מיט אייער צדקה, בעת'ן ליל סדר, ווען קוב"ה קומט אראפ עם פמליא דילי' ווי די זוה"ק זאגט, זאגט ער פאר די מלאכים, קוק וויפיל געלט די אידן האבן זיך געלאזט קאסטן פאר אנדערע אידן זאלן קענען אריין ברענגען די פסח, איז אודאי דארף איך זיי גיבן השפעות,
אבער, עס איז דא א זאך וואס טוט סאך מער אויף און שטייט סאך העכער ווי גיבן געלט, און עס קאסט נישט קיין געלט, און נישט אזויפיל צייט,
איר ווייסט פון א "חבר" א "שכן" א "קרוב", וואס דארף ליידער זיין אין שפיטאל אום יו"ט פסח, גייטס אים/איר באזוכן, אדער הייבט אויף א טעלאפאן, אדער ע"י שליח, און זאגסט אים/איר, איך בין ב"ה זוכה אריין צוברענגען די פסח אין שטוב, עס קאסט מיר ב"ה געלט, אבער די שמחה איז נישט אינגאנצן ווען איך ווייס אז דו קענסט ליידער נישט אנגרייטן דעם פסח, עס קאסט דיר ליידער נישט דאס געלט, אין לשער ולספר וויזוי איר וועט מאכן יענעם פיהלן, אה, עס איז דא אידן וואס פיהלן מיט מיין צער, אדער נעמט ארויס תהילים און זייטס מתפלל לרפואתו השלימה, ער זאל קענען זיין אינדערהיים יו"ט, אויב נישט אויף דעם יום טוב, כאטש אויפן נעקסטן יום טוב, וירא שמים יוצא ידי שניהם
איר ווייסט פון א איד וואס דארף ליידער זיצן אין תפיסה דורכ'ן יום טוב, גייטס אים באזוכן אדער ע"י שליח, אדער זאגט פאר איינע פון די קינדער איבערצוגעבן פארן טאטן, אז מ'פיהלט מיט זיין צער, אז מיר קענען ב"ה פראווען דעם יום טוב מיט א שמחה און זיי נישט, און אז איר זענט גרייט ארויסצוהעלפן מיט פדיון שבויים מיט וואס איר קענט נאר, אדער נעמט ארויס א תהלים און רייסט איין עס זאל שוין זיין, יוציאם מחושך וצלמות, וירא שמים יוצא ידי שניהם
איר ווייסט פון א חבר וואס האט נאך ליידער נישט זוכה געווען צו זרע של קיימא, רופטס אים/איר אהן אדער טרעף אים אין בית מדרש, זאג אים אז איר פיהלט מיט זייער צער, אז זיי האבן ליידער נישט פארוואס צו האבן הוצאת החג, און זענען ליידער נישט זוכה צום "וכאן הבן שואל", בעת איר זענט עוסק אין הכנת צרכי החג, נעם ארויס א תהילים און זיי מתפלל, בעטס אים שמו ושם אמו, שמה ושם אמה, איר ווייסט נישט וואסערע גדולות ונצורות איר טוט אויף סאך מער ווי גיבן צדקה,
איר וויסט פון א חבר/חברת'ה, וואס האט ליידער נישט קיין אייגענע משפחה, צו א בחור/בתולה גרוש/גרושה אלמן/אלמנה, רופטס אים/איר אהן, אדער פערזענליך, איך פיהל מיט דיין צער אז דו ביזט נישט זוכה קיין אייגן משפחה, טראג אים/איר אהן א שידוך, ווייזט ארויס מיטגעפיהל ער/זי זאל פיהלן אז איר ווייסט און אנערקענט, אז ער/זי וואלט זיך געוואונטשן צו פארברענגען פסח מיט א אייגענע משפחה און עס זאל זיי קאסטן אסאך געלט בשמחה ובטוב לבב, פרובירטס אים/איר ארויסהעלפן אז כאטש אויף סוכות זאל ער/זי זיך פרייען מיט א אייגענע משפחה, און מקיים זיין דעם ושמחת אתה וביתיך, בעטס אים/איר שמו/ה ושם אמו/ה, נעמטס ארויס א תהילים, אדער האטס אים/איר אינזין ביי שמונה עשרה, ווען איר דאווענט סייווי,
בזכות זה, זאלן מיר אלע זוכה זאכן צו פראווען די שבתים וימים טובים בשמחה ובטוב לבב מרוב כל, עס זאל אונז גארנישט פעהלן נישט בגשמיות און נישט ברוחניות, מיר זאלן אלע זוכה זיין צו די "כימי צאתנו ממצרים אראנו נפלאות", ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים, בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל, בגאולה פרטית ובגאולה כללית עדי נזכה לביאת מלכא משיחא בב"א
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 291
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

Re: דמפקי לכולי שתא בשה"י פה"י

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » זונטאג אפריל 10, 2016 8:37 pm

ווען די פעדער וואלט געווען די גאנצע מענטש וואלט איך די גענומען פאר מיין טאכטער, אפי ביסט א גרוש
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2136 מאל

Re: דמפקי לכולי שתא בשה"י פה"י

הודעהדורך נעגעל וואסער » זונטאג אפריל 10, 2016 10:11 pm

@גרוש אזוי ווי אייביג האסטו מיר באמת געמאכט אימאשענאל.
כ'האב אויף מיר יעצט מקבל געווען מער צו טראכטן וועגען א צווייטען יוד, און טוהן גמ"ח בגוף. וזכות הרבים תלוי בך.

איין זייך קעניך איך דיר זאגען, אז כ'בין מקנא דיין מצב ווען ס'וועט אי"ה זיין בקרוב דעם "שמצאת את שאהבה נפשי", אוי וועסטו דיך דאנסמאל ענדדזשויען, די וועסט וויסן ווי אזוי צו ריכטיג הנאה האבן א יעדען רגע, און נישט נעמען דאס לעבען פור גרענטעד.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1601 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 718 מאל

הודעהדורך גרוש » זונטאג אפריל 10, 2016 10:15 pm

נעגעל וואסער האט געשריבן:@גרוש אזוי ווי אייביג האסטו מיר באמת געמאכט אימאשענאל.
כ'האב אויף מיר יעצט מקבל געווען מער צו טראכטן וועגען א צווייטען יוד, און טוהן גמ"ח בגוף. וזכות הרבים תלוי בך.

איין זייך קעניך איך דיר זאגען, אז כ'בין מקנא דיין מצב ווען ס'וועט אי"ה זיין בקרוב דעם "שמצאת את שאהבה נפשי", אוי וועסטו דיך דאנסמאל ענדדזשויען, די וועסט וויסן ווי אזוי צו ריכטיג הנאה האבן א יעדען רגע, און נישט נעמען דאס לעבען פור גרענטעד.


גרויסן ישר כח,
נעגל וואסער,
די צווייטע פוינט וואס דו זאגסט, איז איינע פון די זאכן מיט וואס איך טרייסט מיר די אלע יארן, אז די אלע וואס האבן עס באקומען רוטין, זענען נישט טועם קיין מעין פונעם טעם פון די וואס באקומען עס נאכן יארן זיך פלאגן,

ליכא נהורא אלא דנפיק מגו חשיכא
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 291
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 10, 2016 11:03 pm

איך
וויין.
טראכט עס איבער.
און בלייב.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8477 מאל

Re: דמפקי לכולי שתא בשה"י פה"י

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » זונטאג אפריל 10, 2016 11:41 pm

נישטא קיין ווערטער

טאטע עד מתי.....

א טאלאנטפיל אינגערמאן מלא תוכן.
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

הודעהדורך זבולון » מאנטאג אפריל 11, 2016 6:54 am

לבי לבי, איך פיהל דיין פעין,
ווען וועלסטו שוין דיין ישועה זעהן?
טאטע! וויפיל קען מען אויף איין נשמה ארויפלייגן?
באלייכט איהם אינגיכן, מיר זאלן זיך איבערצייגן.

עוד יבואו ימים טובים מאלה,
איך האב דערין ניט קיין ספק און שאלה,
בשנה הבאה, וועלן מיר עס הערן,
אויב דו וועלסט עס מיט אונז וועלן שעירן.

ביזדערווייל, האלט זיך שטארק מיין ברודער,
האף און האף, און האף ווידער,
דער אדורכגאנג וועט דיר אסאך צונוץ קומען,
וועסט האבן דערפון אסאך מיט גענומען.
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 920 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » מאנטאג אפריל 11, 2016 1:12 pm

מ'האלט שוין ווייניגער פון 21 טעג צו פסח
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 241 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל

הודעהדורך גרוש » מאנטאג אפריל 11, 2016 1:24 pm

אבער דער שדכן איז נישט עוועלעבל ביז אסרו חג נאכמיטאג
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 291
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך גרוש » דינסטאג אפריל 12, 2016 7:54 pm

זבולון האט געשריבן:לבי לבי, איך פיהל דיין פעין,
ווען וועלסטו שוין דיין ישועה זעהן?
טאטע! וויפיל קען מען אויף איין נשמה ארויפלייגן?
באלייכט איהם אינגיכן, מיר זאלן זיך איבערצייגן.

עוד יבואו ימים טובים מאלה,
איך האב דערין ניט קיין ספק און שאלה,
בשנה הבאה, וועלן מיר עס הערן,
אויב דו וועלסט עס מיט אונז וועלן שעירן.

ביזדערווייל, האלט זיך שטארק מיין ברודער,
האף און האף, און האף ווידער,
דער אדורכגאנג וועט דיר אסאך צונוץ קומען,
וועסט האבן דערפון אסאך מיט גענומען.



אמן,

ישר כח
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 291
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך גרוש » מאנטאג אפריל 18, 2016 6:51 am

גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:נישטא קיין ווערטער

טאטע עד מתי.....

א טאלאנטפיל אינגערמאן מלא תוכן.



ישר כח
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 291
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך גרוש » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 10:00 pm

נאך 10 שווערע טעג פארבליבן ביז די ימי המעשה,

כ'האץ אז ביז דעמאלט וועט זיך שוין עפעס מאכן
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 291
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך גרוש » זונטאג יוני 19, 2016 10:58 pm

די אלע וואס זאגן
קאל מיר נאך פסח,
נאך שבת,
נאך יום טוב,

עס איז,
נאך פסח
נאך שבועות
נאך שבת,

ווי ביזטו?
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 291
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך גרוש » מאנטאג אקטאבער 31, 2016 8:29 pm

גרוש האט געשריבן:די אלע וואס זאגן
קאל מיר נאך פסח,
נאך שבת,
נאך יום טוב,

עס איז,
נאך פסח
נאך שבועות
נאך שבת,

ווי ביזטו?



יעצט איז שוין נאך סוכות אויך,
ווי ביזטו?
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 291
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 12:11 am

גרוש: מיין הארץ בלוטיגט פאר דיר און דיין פעקל צרות. (ח"ו ס'נישט קיין צרות נאר יסורים של אהבה.) איך האלט שוין מיט א סאך יארן דיינע תלאות ומסעות. ווען דו ביסט געקומען אהער קיין קאווע שטיבל, ביניך נאך געווען א יונגערמאן מיט א שווארצע בארד ווי פעך. זיך נאך געדרייט אין כולל. גערייכערט ציגארעטלעך (און צומאל אויכעט ציגאר'ן, ווען ס'געווען א בשורה פון א בן זכר ביי מיינע חברים.) געטרונקען קאווע א יעדע 2 שעה אויפ'ן זייגער. כ'האב מיך אויכעט געמישט אין פאליטיק. געזאגט דיעות ווער ס'זאלל זיין פרעזידענט פון אמעריקע. מייקל טראמפ אדער טשעלסי קלינטאן. אויך האב איך געזאגט דיעות ווער ס'איז גערעכט אין די (געוועזענע) מחלוקת צווישן גאב"ד/ראב"ד און להב' שמידל מיט זיין כופר נפש און תחיית המתים. שפעטער האט מען מיך ממנה געווען אויפ'ן באורד פון די חשוב'ע און הייליגע ארגאניזאציעס..."טעג"..און חסד לאברהם אויכעט. נאכדעם, ווען ס'געקומען צו שידוכים מיט מיינע קינדער, האביך מיר ארויסגעזוכט מחותנים פון צווישן די שענסטע משפחות מסלתה ומשמנה פון יהדות החרדית דאהי אין אמעריקע און אין ארץ ישראל. מיין ערשטער מחותן (שליט"א) זצוק"ל פלעגט טון אן עבודת הקודש און איז געווען אן עסקן לכל דבר שבקדשה. ער פלעגט א יעדן ליל ששי פארברענגען מיט דרוקן און ווארפן פאשקעווילן אויף די נישט ערליכע רבנים און אדמורי"ם וועלכע געהערן פאר די סיטרא אחרא. אויך האט ער נישט פארפאסט קיין שום הפגנה אדער דעמאנסטראציע וועלכע איז פאררופן געווארן דורך די הייליגע ארגאניזאציע התאחדות הרע-בנים, אקעיגן דעם רשע, עוכר ישראל, אפיקורס ומין, טיפש בנימן נתן יהוא שר"י עפ"ל. סיי ווען ער איז געווען ביי דעם שטארק באקאנטן אויב ישראל פרעזידענט באראק אבאמא, ירום הודו. און אויכעט ווען ער האט ערשיינט אויף די בימה פון די חסידי אומות העולם אין די יו. ען. און ער האט פראקטיצירט פרעכע התגרות באומות (כלשון דער בלאט הקדוש) אויף א שרעקליכן פארנעם. ער האט אנעקסירט שטחים וועלכע האבן באלאנגט פאר די פרידליכע אראבערס, מיט וועמען הרב שמאפלאן און זיין רביצן האבן געטריקנט וועש אויף איין שטריק אין חברון.
און היינט ביניך שוין אן אלטער איד. הרי אני כבן שבעים שנה. איך גיי שוין כמעט מיט א שטעקעלע. מיין בארד איז שוין האלב ווייס. און איך זיץ אין מיין ביהמ"ד אויבן אן. ביי די סאמע מזרח וואנט, וואו ס'זיצן נאך אנשים חשובים כערכי. מיינע איינקלעך דאהי און אין ארץ ישראל (אייגנטליך מדינת ישראל. וואו די רשעות'דיגע פאליציי רודפ'ן ערליכע אידן די מקנאי קנאת ה' און ווארפן זיי אריין אין תפיסה על לו עוול בכפם.) לאזן זיך שלאגן און ארעסטירן א יעדע וואך ביי די הפגנות פון די ערליכע אידן אקעיגן די רשעי הציונים. און אפילו דאהי אין אמעריקע זענען זיי חשוב'ע תושבים אין רייקערס איילענד און אין אוטיסוויל. זיי שטעללן זיך איין זייער לעבן פאר קדשי בני ישראל. אזוי ווי היתר עגונות אויף אן אייגנארטיגן אופן. און זיי זיצן (תרתי משמע) אויף די ועד משמרת הצניעות אין עטליכע שטעט. אין וויליאמסבורג, בארא-פארק, לעיקוואוד און קרית יואל.
רבותי. איך וויל נישט מאריך זיין . (שטעלט אייך פאר ווען יא.). פארוואס פארצייל איך ענק דאס אלעס. אז איך האלט שוין מיט די צרות ותלאות פון אונזער חשוב'ן פראפעשיאנאל גרוש שליט"א. און ס'האטציך שוין איבערגעדרייט א האלבע וועלט זייט זיין שטערן האט ערשיינט צווישן די שפאלטנס פון קאווע שטיבל. און ער איז נאכנישט געהאלפן געווארן.
נאר א שטיקל ריווח האבן מיר אונז געהאט פון די יסורים פונ'ם גרוש. אונז האמיר געהערט שיינע סיפורי מעשיות און הארצרייסנדע שטיקלעך פאעזיע אין משך פון די אלע יארן.זיין לעבן איז נאך אלץ די זעלבע מיט די זעלבע עצבות וועלכע נעמט איהם ארום פאר א יעדן יום טוב און שבת.
וויל איך איהם ווינטשן מעמקי לבי. פון די טיפענישן פון מיין הארצן, אז ער זאלל געהאלפן ווערן בכל משאלות לבו לטובה. בקרוב ממש. אפילו אז דורכדעם וועללן מיר פארלירן זיינע הערליכע, הארצרייסנדע שטיקלעך און מאמרים וועלכע ער פלעגט שרייבן דורך די אלע יארן.
אפשר וועללן מיר האבן די זכיה אז ער זאלל אונז ווייטער באריכטן וויאזוי ס'שפירט זיך אלס יונגערמאן. און ממשיך זיין שרייבן מתוך שמחה ונחת והרחבת הדעת, אכי"ר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13199
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8408 מאל

Re: דמפקי לכולי שתא בשה"י פה"י

הודעהדורך גראף » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 12:29 am

הלוואי ווען איך קען דיר אן טראגן א שידוך. איך ווייס נאר נישט קיין שום פרטים איבער דיר. אפשר קענסטו שרייבן אביסל פרטים אן א נאמען פארשטייט זיך. למשל בערך דיין גיל, קרייז, שטאט/לאנד, וכו'. איך שטעל מיר פאר אז ס'איז דא א ניק(ים) וואס קענען דיר פערזענליך קענסטו זיי אולי שטעלן אלץ א מידל מען. לאמיר מתפלל זיין אויף א בשורה טובה בקרוב.
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 913
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 3:30 am

גראף: איך האף אז דו רעדסט נישט צו מיר. ווייל איך זוך שוין ב"ה שידוכים פאר מיינע אייניקלעך שי'.אם בשידוכים עסקינן. וויל איך דיר נאכאמאל איבערחזר'ן בתנאי כפול, אז איך קוק נישט וויפיל בלעטער גמ'-תוס' דער בחור קען. נאר וויפיל מסירת נפש און קידוש השם ער האט שוין מקיים געווען אין זיין לעבן. זייענדיג א שטיקל קרוב מיט הרב הצדיק הקדוש בעל מסירת נפש ה"ה הרהגה"צ ה"ק הר"ר עמרם בלוי ז"צוק"ל וויל איך מיך האלטן צו די מסורה פון קידוש השם. ביי מיר איז איינמאל זיצן אין די ציוניסטישע אדער אמעריקאנער תפיסה על קידוש השם מער ווערד ווי דער פאקט אז דעם חתן'ס זיידע אדער עלטער זיידע האטציך געווייקט ביי זיינע אונגערישע רעבעס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13199
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8408 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:27 pm

.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 2:41 pm

בן אדם: שוין צום וויפילטן מאל דו לאזט הערן פון דיר און דו זאגסט גארנישט...!
איך ווייס וואס דיין תשובה אויף דעם וועט זיין. אז וואס דו ווילסט באמת זאגן אדער טון, איז גיסן א קיתון של שופכין אויף מיר. ווייל לויט דיין (פארקרומטן) הילוך המחשבה שרייב איך רעטאריק (כדברי אחד החשובים פה) און פראוואקאטיווע ארטיקלען אנגעפילו מיט שנאה צו די פיינע, איידעלע אידן וועלכע גייען בדרך הסלולה לנו מאבותינו ואבות אבותינו הקדושים. קומט דיר א יישר כח פאר איינהאלטן זיך. אבער דאך. דו דארפסט געדענקען אז איך בין נישט איינער פון די עמודי התווך פון קאווע שטיבל. ווי למשל הוגה אדער בענדזשאמין פרענקלין וואס סיי וועלכע שטות זיי זאללן זאגן, באווארפט מען זיי מיט לייקס. איך בין נישט מער ווי א פשוט'ער בעל עגלה וועלכער פארשטייט גארנישט צו פילאזאפיע. (למעשה פארשטייט ער גאנץ גוט. נאר דער סאבדזשעקט איז זייער שטארק באורינג. דערפאר איז ער ממעט בעסק הפילוסופיה.) די איינציגע זאך צו וואס א בעל עגלה פארשטייט איז צו געבן עסן און טרייבן די פערד. (כדברי החכם הוגה.) און ס'דערקענט זיך טאקע. סיי וועלכן אשכול איך זאלל אויפמאכן, איבער סיי וועלכן אינטרעסאנטן אדער אינטעליגענטן סאבדזשעקט, וועט מען בכלל נישט רעאגירן דערויף. אדער העכסטנס מיט סארקאזם. אזוי אז ס'וועט שנעלל פארזינקען ווערן. כמעט די זעלבע איז מיט מיינע תגובות, וועלכע זענען צומאל א ביסל שטעכעדיג, בבחינת ויחד יתרו. און געוויסע אנשים חשובים וועלכע האבן דעם פאוער צו מעקן וועללן דאס טון מיט פארשידענע תירוצים שונים...!
אה...נאך א זאך. די גרויסע, געהויבענע אנשי השטיבל (פארשטייצעך חוץ שש משזר.) וועלכע זענען אין סאמע שפיץ פון די רמה האינטלקטואלית (עכ"פ אזוי האלטן זיי זיך.) וועלן בכלל נישט רעאגירן צו מיינ'ס א מאמר אדער תגובה. זיי וועללן גראד ארויפפארן אויף מיין תגובה צו א מגיב וועלכער האט עפעס געזאגט מיט צען תגובות צוריק...צו וואס דער בע"ג זאגט דארפן די קלוגע מענטשן זיך בכלל נישט מתייחס זיין...ועוד ידי נטויה. נאר ס'איז שפעט און איך מוז צוריקגיין צו מיין עבודה הקדושה פון פיהרן די קינדער אהיים פון חדר און סקול. ועוד חזון למועד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13199
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8408 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 5:02 pm

בערל, כ'מיין אז דו שאצט דיך צופיל אונטער. כמדומה אז דער עולם האט זייער שטארק ליב דיינע תגובות [חוץ ווען ס'איז דא אן איבערפלוס פון התאחדות רע-בנים, נטורי חרטא, והמסתעף... :lol: ].

ווען דו האסט באשריבן אורוגוויי, און אנדערע שיינע מעשיות און אפהאנדלונגען, איז דער עולם געווען גאר שטארק אינטרעסירט!
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15502 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 5:20 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:בן אדם:
...
איך ווייס וואס דיין תשובה אויף דעם וועט זיין. אז וואס דו ווילסט באמת זאגן אדער טון, איז גיסן א קיתון של שופכין אויף מיר. ווייל לויט דיין (פארקרומטן) הילוך המחשבה שרייב איך רעטאריק (כדברי אחד החשובים פה)

האסט זיך אפשר פארמישט מיט א צווייטן? איך בין זייער א ערליכער פרומע אינגערמאן מיט ריינע השקפות.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 8:03 pm

בן אדם: אבער איך נישט. לפי שיטת ----- ו -----!... :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13199
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8408 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 8:11 pm

שש משזר: און ווען איך האב אויפגעמאכט דעם אשכול איבער די בלע"ז ווערטער אין רש"י. האביך באקומען סך הכול 2 תגובות און 3 לייקס...!
נאר דאס איז נאך געווען מסתמא פאר דו האסט ערשיינט דא אין קאווע שטיבל...!
און דער אשכול איבער די אידישע מאמענט/ן אין ספארטס. דאס איז געווען א גברא קטילא גלייך פון אנהייב. ווי מ'זאגט אין ענגליש..."דעד אן עררייוועל"...!
און דער לעצטיגער אשכול. איבער די אייגנטליכע פלא אז די אלגעמיינע איינוואוינערס פון די וועלט , חוץ די אידן אינטרעסירט נישט און זיי זארגן זיך נישט איבער זייער שיקזאל וועלכער ווערט אויך פארשריבן און אפגעזיגלט פאר דעם קומענדן יאר אום ר"ה. ויוכ"פ. די עטליכע געציילטע תגובות וועלכע זענען יא ערשינען, זענען אויכעט ברובם געווען פול מיט סארקאזם אויף מיין חשבון. אן אריינטראכטן מיט אן ערנסטקייט די עומק פון די שאלה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13199
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8408 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 8:23 pm

ר'בערל איינער וואס בויעט זיין איגא אויף קאווע שטיבל איז אין טיפע טראבל. ווייל איגא קען מען נישט בויען פון יענעם. מען דארף.עס טרעפן אין זיך. דערשרעקט אייך נישט אז מען ענטפערט דיר נישט אזוי ווי פונקטליך איר חלומ'ט. זייט וויסן אז מיר האבן זייער הנאה פון אייערע תגובות און אייער יומער און זאפט. ואל יבוש מפני המלעיגים לאך דיך אויס... טשיל
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 840 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 8:35 pm

קאצקע ציקער: יישר כח. דיינע ווערטער זענען פאר מיר ממש כמים קרים על נפש עייפה. אדער אזוי ווי א שטיקל קאצקע ציקער וואס מ'בייסט צו צום גלעזל קאווע שבת אינדערפריה..!
לפי האמת, בוי איך נישט מיין איגא אויף די תגובות און לייק'ס פון קאווע שטיבל. און איך האב באמת א הנאה צו שרייבן דא. ווייל אין קיין שום אנדער פלאץ וואלט איך נישט געקענט אויסדרוקן מיינע בויך סברות און מיינונגען אזוי ווי דא. אבער צומאל דרוקט עס א ביסל צו בראותי כל עיר על תילה בנויה. א סאך זענען דא געוויסע יחידים וועלכע זאגן גרויסע נארישקייטן, און מ'כאפט עס אויף אלס חכמה. און מ'באווארפט זיי מיט לייקס. און אויך זענען דא געוויסע אראגאנטע פארשוינען וועלכע רעדן זיך איין (אדער מ'האט זיי איינגערעדט) אז זיי זענען א יש. און צו א בעל עגלה פאסט זיי אפילו נישט צו ענטפערן. אזוי האט איינער פון די גרויסע חכמים דא בפירוש געשריבן צו מיר. כאילו א בעל עגלה פארשטייט נר צו פערד. און ער זאלל טאקע גיין צו די פערד. און נישט זיך דרייען אין א סאסייעטי פון קלוגע מענטשן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13199
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8408 מאל

נעקסט

גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט