בלאט 1 פון 1

כשר עסן אין די גאנצע וועלט

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 5:09 pm
דורך גיבור
עס איז יעדעם גיט באקאנט די פראבלעם ווען מען וויל פארן ערגעץ וואקאציע ווי עס איז נישט דא קיין אידישע קהילה, אוכל מנלן ? ווי נעמט מען כשר עסן,
נאך וואס זייער אסאך ישראלים האבן די פראבלעם, בפרט די אלע וואס פארן קיין נעפאל אדער אינדיע וכדו' און זיי ווילן בלייבן עסן כשר'ס, האט א איזראעילי געעפנט א ביזנעס ווי מען קען ארדערן פרישע כשר'ע עסן ווי איר זענט נאר אויף די וועלט,
פארשטייט זיך אז איר דארפט צאלן שיפינג, און די פרייז ווענדט זיך ווי ווייט די רעסטוראנט פון ווי די עסן קומט איז, אבער אין גאר אסאך פלעצער איז עס נישט אזוי געפערליך טייער בפרט נאכן עסן א תקופה נאר פון קענס און מען איז מוכן צו צאלן פאר א פריש שטיקל בשר,
אזוי אויך קען מען זיך איינשרייבן צו ווערן א סופלייער ,
דא האט איר די וועבסייט,
אפשר וועט עס אייך צוניצקומען איין טאג.