דענטיסט

הילף, עצות און טיפס

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:00 pm

רוט קאנאל. אריינלייגען א פאוסט. ארויפשטעלען די קעפ.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3436
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6645 מאל

הודעהדורך ידען » פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 7:04 am

איינער האט מיך געשיקט איך זאל לייגען דא:


א גוטן ידען! איך שיק דיר די תגובה. דו קענסט עס לייגן אין די אשכול פון "דענטיסט" אונטער דיין נאמען.
-----
איך ליידט אויף די ציין. ווער ס'ליידט פון ציין ווייטאג ווייסט אז די יסורים איז א סך מאל שרעקליך. ס'רייסט און נאגט אבער אן א מיטל ווי אזוי צו לינדערן די שמערצן.

ווען איך גיי צום דענטיסט צו פיקסן א לאך איז עס העלל! ס'איז מיין נאכט קאשמאר. דער דענטיסט מאכט נאמב מיט זיין דזשעלי -די רפואה פאר די מכה די טשערי דזשעל, האט שוין עקספייערט אלץ קינד..

דער שטעך אינטערסירט מיר ניטאמאל ס'איז א קיצעל קעגן די ווייטאג -און טשילס- פונעם מרצע.. ער קען מאכן נאמב צוויי דריי מאל אבער חוץ אויפבלאזן מיין ליפן ווי א סוטה הארט פארן זיך איבעררייסן העלפט עס נישט לינדערן די ווייטאג פונעם דרילל... איך מיטשע זיך שוין מיט ווייטאג בשעת'ן דריללן פון אלץ בחור און אלץ קליין יונגעל אפי'..

איך געדענק ס'איז שוין געווען לאנג נאך מיין חתונה און איך האב מיר געלאזט אפערירן די ציין, מיטאמאל האב איך געפילט אזאנע יסורים אז מיין נאז האט אנגעהויבן שוויצן ווי א לעמאן..

אז איך רעדט שוין פון מיין שוויצן, יעדעס מאל עקסטער ביים דענטיסט הייבט מיין נאז אן שוויצן אזש ס'קוקט אויס ווי א ספרינקלער וואס ליעקט.. ס'טראפעלט פון אלע זייטן.
"פארוואס איז דיין נאז נאס? ס'טוט דיך עפעס וויי?"
נעע.. וואאס.. פלעין זיך אנגעגאסן מיט ספרינג וואסער...

בקיצור.. דער דענטיסט איז ארויס פאר א רגע איך האב נישט געטראכט קיין צוויי און געכאפט דאס היטל און ארויסגעיאגט פון דארט איבערלאזענדיג די צופליקטע סערוועטעל מיט די צעיאטשקעטער נוירס אליין אין שאק.. ..צו מיין שלעכט מזל האט מיר דער קיללער געכאפט ביים טיר...
"ווי גייסטו שוין..?"
אה.. איך מוז וויכטיג שוין גיין..
אקיצור מיט בושות האב איך מיך צוריק געלייגט אונטער אפעראציע ווען דער דענטיסט האט מיר הייס פארשפראכן אז ער גייט ענדיגן בלויז דאס מינומום צו קענען אהיים גיין. #געווען יענע בושות.

אחי ורעי! איך זיך א דענטיסט וואס שלעפט איין בשעת'ן ארבעטן אויף די ציינער. אזוי ווי זיי טוען לדוגמ' ביים ארויס שלעפן די וויזדאם ציינער.

איך זיך אזא דענטיסט וואס נעמט אינשורענס לכתחילה, אז נישט בין איך גרייט צו צאלן געלט פאר אזא דענטיסט. ווער עס קען זיך אויס זאל זיך אנרופן ווארעם. די הילף דערפון וועט זיין אין לשער.

נ"ב אז דאקטער קראצעפאנצקי איז משונה'דיג גוט און אז דאקטער פאקיטא דריללט די בעסטע; העלפט מיך נישט גארנישט! איך דארף הילף אויף איינשלעפן.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1080 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 8:47 pm

איך פיל דיין פעין. טאמער דו ווערסט געוואר פון א ריכטיגער מהלך קענסטו עס דא מפרסם זיין.
כ'האב אמאל געליינט -אויב כ'האב קיין טעות- אז דענטיסט'ס קענען ניצן 'טרייאזאלעם' אויף איינצושלעפן דעם פאציענט פארן ארבעטן אויף די ציין.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1368
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3633 מאל

הודעהדורך אהבת ישראל » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 1:49 am

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:איך פיל דיין פעין. טאמער דו ווערסט געוואר פון א ריכטיגער מהלך קענסטו עס דא מפרסם זיין.
כ'האב אמאל געליינט -אויב כ'האב קיין טעות- אז דענטיסט'ס קענען ניצן 'טרייאזאלעם' אויף איינצושלעפן דעם פאציענט פארן ארבעטן אויף די ציין.


עס איז דא דאקטורים וואס ניצען אזא געז וואס הייסט לאכען געז ....איך האב דאס אמאל פראבירט דאס מאכט אייך פילען אזוי ווי איר האט אויסגעטרינקען צווי גאנצע באטלעך וואדקע ..מען ווערט היי ביז צים הימעל אין מען שפירט גארנישט
איך האב דעמאלטס געפרעגט דעם דאקטער ווי איך קען מיר פארשאפען אזא טאנק געז עס קען מיר ציניץ קומען אין פארשידענע שווערע זמנים ..ער האט אויסגעפלאצט מיט א געלעכטר איך מיין ער לאכט נאך יעצט
אין גענטפערט אז נאר א חסידישער יוד קען פרעגען אזא זיסע שאלת תם...דאס איז פין דע גוטע סחורה .וואס דע גויים ווען זיי ווילען נישט אריינפאלען אין עצבות ח"ו קויפען זיי איין פין דעם אביסעל .והעיר שושן צהלה ושמחה
גיי ארויף אויף גוגעל אין סערטש פאר א דאקטער וואס ניצט laughing gas מאך זיכער אז ער בהאנדעלט גרויסע פאציענטען איבער 18 אין מאך זיכער צי זיך אויסנעמען מיט אים אז ער מיז דיר בהאנדלען מיט דעם מיטעל
אין גרייט צי א גוטען טשעק באאק...........אין די וועסט לויפען צי יעדען אפויטמענט ווי צי א ערשטע בישאו...................
אהבת ישראל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

הודעהדורך יואלי וואלפסאן » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:08 pm

ווער איז גוט און נישט טייער פאר א אימפלענט אויך bone graft. א גרויסע דאנק פאר סיי וועלכע אינפארמאציע!
יואלי וואלפסאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט