זומער אקטיוועטיס

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 681 מאל

זומער אקטיוועטיס

שליחה דורך קאמענטירער »

סקומט די זומער טעג אה די לעכטיגע זומער טעג! ווען מהאט עפעס מער צייט צו פארברענגען מיט די קינדערליך אין די שעות וואס זענען נאך לעכטיג בגשמיות,

קומט טאקע אויס אסאך אז מזוכט וואס צו טון און וויאזוי צו פארברענגען מיט די קינדער און זיי פארשפילען מיט אינטערסאנטע און תוכנפולע אקטיווטעטן און מען האט נישט עפעס א געדאנק אין קאפ, אדער זאל עס זיין א קאונסלער\מדריך\משגיח\מלמד וואס וויל אביסעל אויפלעבן די קינדער און זוכט גוטע געדאנקען וואס די קינדער זאלען פאברענגען אין זייער פרייע צייט,

וויל איך מייחד זיין די אשכול פאר א ליסט מיט אינטערסאנטע און אייגענארטיגע שפילען לאמיר אנפאנגען מיט די באקאנטע

רעיסעס
• צוויי יונגלעך טאנצען און א זאק ווער סקען אנקומען פריער
• צוויי יונגלעך אויפבלאזען א באלאן וועמענס ספלאצט פריערט
• צוויי יונגלעך ווער סקען שנעלער אויסטרונקען א קאפ סעלטזער
• צוויי יונגלעך א רעיס פשוטו כמשמעו ווער סקומט אן פריער

אקטיוועטי פארן גאנצען עולם
• ווער סקען צוזאמנעמען די מערסטע פון די צושפרייטע טשולענט באנדלעך
• מען נעמט בילדער פון פלעצער און ווער עס קען צוטרעפן פון ווי סאיז
• מען זאגט נאך א זאץ און ווער סקען די בעסטע צוטרעפן פון ווי מען האט עס גענומען

נאכדעם איז דא קארנעוויל איידיעס
• קענען צילען די נאסע טישו פון א געוויסע שטרעקע

פאר די משפחה
• איינער פיקט א געוויסע קאליר אינעם צימער און מען דארף צוטרעפן פון ווי ער האט עס גענומען

איך בין נאר פשוט געגאנגען פתיחה אין אביסעל אנגעפאנגען די ליסט אבער פאקטיש איז די אפשענס ענדלאז און די ליסט גאוס אן ענד אן פון די טראדיצינאלע צייט פארברענגענישען ווי ''גאו פליי עי קייט'' ביז די מאדערענע ווי ''דראונס'' ''האווער באורדס'' אויב די עולם וועט צולייגען א פלייצע און צוברענגען נאך קען נאך דא ווערן א מולטי מפתח פאר אלע קאונסלערס און ראש המדריכים'ס און די תוצאות קענען זיין אומשאצבאר גרויס

אז מען רעדט שוין איז דא אן ענין וואס איך וויל אויסשמועסן
כמעט איבעראל נעמט מען אין די דעי קעמפס אלע קינדער און מען שטעלט זיי אויס פאר גאנץ זומער אין צוויי טיעמס און מען מאכט רעיסעס צווישען די צוויי טיעמס, לדעתי איז עס אומ'ריכטיג, אומיושר'דיג, און בככל נישט די בעסטע איידיע,
קודם ווייל אויב וויל מען עס מאכען יושר'דיג מוז מען אריינלייגען דאפעלט כוחות אין די שפיל, צו מאכען זיכער אז קיינער טשידט נישט וואס דאס לוינט זיך נישט און כמעט אוממעגליך פאר די מדריכים דאס צו זיכער מאכען, נאכדעם וויבאלד מען צוטיילט די קינדער און צוויי און די סדר איז דאך אז כי לא יחדל עני וכו' און נישט יעדער קען און טויגט, יעצט פארוואס דארפען די קינדער פון איין טיעם דערלייגען ווייל יענער טויגט נישט (אפגערעדט וואס אסעאך מאל פארשעמט מען יענע קינד)

און בעיקר איז די טעם פארוואס עס לוינט נישט צו מאכען א רעיס צווישען צוויי טיעמס, פשוט ווייל די קינדער קענען שווער פארנעמען פארלוסטען (לויט זייערע ווערדן) און זיי ווערן צוקלאפט און זייער דאון ווען זיי פארלירען נו? פארוואס זאל מען מאכען א גאנצע מערכה ווען מקען נישט (און מזאל נישט) אויסרופען די געווינער? און באמת קען מען טון די זעלבע שפילען אן מאכען א פירוד אין צוויי טיעמס פשוט מנעמט צוויי יונגלעך און ביי די יעצטיגע איינצעלנע שפיל וועט זיי נישט אזוי באדערן אויב זיי וועלן פאלירען אדער געווינען, און אפי' אויב יא איז עס א יחיד און נישט די גאנצע עולם, און פלאס דעם פארדינט מען אז קיינער וועט זיי נישט העלפען צו טשיעדן ווייל סאיז דאך נישט איינער פון זייער טיעם אין אדם חטא ולא לו.
...
רעאגיר