טיפס פאר היטשעס

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 681 מאל

טיפס פאר היטשעס

שליחה דורך קאמענטירער »

איך בין ביי דעם מיינונג אז די נושא פון היטשעס איז נישט אזוי געפערליך ווי מהאט עס ליב אראפ צו לייגען דער וואס נעמט א היטש פארשטייט אז ער באקומט א טובה פון איינעם און ער וועט געווענליך וועלן אכטונג געבן נישט צו שווער מאכען פאר דער היטש געבער כדי שלא תנעול הדלת און ער זאל נאך קענען ווייטער אנגיין מיטן היטשען כוויל אביסעל שרייבען טיפס

    היטש געבער

  • פאר מען נעמט ארויף איינעם פאר א היטש זאגט קלאר און הויעך וואו אהין איר פלאנט צו גיין, ווייל איר פארשטייט אז אויב איינער דארף אנקימען צו אן אנדערע עק שטאט איז עס בכלל נישט קיין טובה פאר אים, למשל אז איר זאגט קלאר פון פאראויס אז איר גייט אויף פט. העמילטאן, און אין ב''פ זאגט יענער אז ער האט א דאקטערס אפוינטמענט אויף מעקדאנעלד קען ער צו אייך נישט האבען קיין טענות.
  • סאיז כדאי אויב מען וויל געבן אן היטש זאל מען זען נישט צו רייכערן, סדא מענטשען וואס סשטערט זיי זייער די גערוך וכו'

    היטש נעמער
  • אז איינער האט זיך אפגעשטעלט פאר אייך און אויפגעגעבן אויף זיין פריוואטקייט און געבט אייך אן היטש, זעט אז דער בעל גמ''ח זאל דארפען אוועקגעבן די ווייניגסטע באקוועמליכקייט וואס סאיז שייך: פרעגט אים נישט אויס ווער ער איז, אדער זיין יחוס וכדו'
  • סאיז נישט אייער קאר! ד.מ. אז איר האט נישט קיין רעכט צו עסן, אדער רעדן אויפן פאון ווען איר זענט אין קאר,
  • אויב איז עס א לענגערע רייזע קודם זעט צו זיין פונקטליך ביים אפגעשמועסטען פלאץ אזוי אויך איז כדאי צו נעמען א חלק אין די הוצאות הדרך (ווי אויסצאלען די געז)
  • און נישט קיין חילוק צו די רייזע איז לאנג אדער קורץ, פארגעסט נישט ''זיך באדאנקען'' איך האב געהערט פון איינעם אז ער האט א מנהג זיך צו באדאניקען ווי נאר ער קומט אריין אין די קאר (אויב ער וועט ח''ו פארגעסן) וטוב לנהוג כן.

    מאר טיפס ער יעלקאם
...

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר