פערסט עיד

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
הצלה מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

פערסט עיד

שליחה דורך הצלה מאן »

פערסט עיד

זינט הצלה האט זיך געגרינדעט האט למעשה פאסירט אז דער עולם האט ווי פארלוירן טאטש מיט די בעיסיקס אוו יומען לייף, מען האט ווי פארגעסן וואס די חיליק איז ווען א מענטש לעיבט אדער איז טויט, מען וועט ריפן הצלה און שוין.

דאס האט געברענגט לכאורה צו די פאסירינג איו בארא פארק, אז דער עולם איז געשטאנען און געקלאצט אנע דעם אז איינעם זאל איינפאלען וואס מען ברויך טיען ווען איינער פאלט ציזאם פאר דיין נאז, אדער דו באגעגענסט איינעם אויף די ערד, אדער איינער וואס איז נישט ביי זיך.

איך וועל דא נעמען די מי און אראפ שרייבן די בעיסיקס וואס מען ברויך וויסן ווען דו באגעגענסט א עמערדזשענסי. די וויכטיגסטע זאך איז צי קענען איינערקענען אז עס איז א עמערדזשענסי, און דאס איז די שווערסטע זאך, מחליט זיין אז עס איז נישט און ארדענונג און מען ברויך אריין גיין און א עמערדזשענסי.

עס איז דא איין צוגאנג צו יעדע מעשה, און דאס איז וואר פון א צוקיקער ביז א EMT ביז א Medic און אלעס הייבט זיך אן ביים ערשטער וואס זעיט וואס עס האט פאסירט.

לאמיר איבערשפילן די בארא פארק מעשה, איינער וואקט אין גאס און איז אוועק געפאלען פליצלינג און איינער באמפט אריין און א קערפער וואס ליגט מאכטלאז אויפן ערד.

דאס ערשטע ברויך ער צוגיין און אים א קלאפ טיען אויפן אקסעל, האלא איר זענט אקעי, ברויכט איר הילף? דאס ברויך טיען סיי ווען א מאן זעיט א פרוי, און סיי ווען א פרוי זעיט א מאן.

פון דא שיידט זיך די ווייטערדיגע הילף, אויב דער מאן ענטערט נארמאל, ניין! ריף נישט הצלה! איך בין אקעי!, איך זיך דא אויפן ערד א קוואדער וואס איז מיר אראפ געפאלן, אדער א נארמאלע תירוץ וואס לייגט זיך אויפן שכל, דאן וואק ווייטער, מיר וועלן קודם שפינען די מעשה פון בארא פארק, עס ווערט נישט געזען קיינער זאל בכלל צוגיין אים אויסטשעקן, האלא זענט איר אקעי, און יענער ענטפערט נישט.

דאן ברויך מען מיט איין האנט ארויס נעמען דעם סעל און דיילן 718-387-1750 און מיט די אנדערע טשעקן ביים האלז אויב עס איז דא א פולס, און מיט די אויגן קוקן אויב ער אטעמט, ווייל מען קען האבן א פולס און נישט אטעמען.

די טעכניק פון טשעקן א פולס ביים האלז איז גאר גרינג, אבער מען מיז עס אביסל פראקטעצירן, און עס איז כדי אז מען זאל דאס פראקטעצירן אויף זיך און אויף אנדערע, צי אינדענטעפעצירן די פלאץ אויפן האלז ווי עס געפינט זיך די פולס - פולס איז די פלאץ ווי בליט פליסט גאר נאנט צים אויבערפלאך, און מען קען עס שפירן מיט די פינגער'ס אויפן הויט.

לאמיר זאגן אז מען שפירט נישט די פולס, און דער מאן זעט נישט אויס בין החיים - וואס איך מיין צי זאגן אז עס זעט אויס ווי דער מצב איז גאר ערענסט. דאן זאג דעם מאן אויפן טרייבל אז ער זעט אויס - און איז לכאורה נישט ביים לעבען. דער דיספעטשער מיז דאס הערען, זאג נישט קיין האלבעטע זאכן, זאג אים קלאר 'איך מיין ער איז טויט'. עס איז אלעמאל וויכטיגער צי מאכן די מצב ערגער אויב דו ביזט מסופק, ווי איידער אראפ מאלן א גרינגערע מצב.

ווי נאר ער זאגט דיר אז ער פארשטייט ווי די ביסט און ווי הצלה ברויך גיין, דאן נעם זיך צו די ארבייט, צייט איז די טייערסע זאך, יעדע סקונדע מאכט אויס, לייג דעם פאציענט פרקדן, און לייג איין האנטפלאך אויפן אנדערן, מיט איין פלאך צווישן די צוויי בריסטן, און הייב אן אריין קוועטשן בערך צוויי אינטשעס איינס נאכן אנדערן, ביז הצלה נעמט דיך איבער, און מיט דיין מויל שריי הצלה אז מען זאל זיך צאמלויפן, און איינער זאל דיך איבערנעמען ווען דו ווערסט מיד, בערך צוויי מיניט פער מאן.

אויב וויל איינער אריין בלאזן ליפט אינעם פאציענט דאן ברויך מען סטאפן קוועטשען, און בלאז אריין נאך יעדע דרייסיג קוועטשעס איין מאל. און היינט גלייבט מען אז עס איז נישט אזוי וויכטיג נאר מאכן די קוועטשעס ביים הארץ. דאס הייסט סי-פי-אר CPR. די עקשען איס געניג צי האלטן דעם מאן אדער פרוי ביים חיות ביז איינער פראפעסיונאל קומט צים צענע.

די טעכניק פון אריין בלאזן ליפט איז זייער פשוט, לייג דיין מויל אויף יענעם'ס און בלאז אריין, ביי א בעבי ברויך מען לייגען דיין מויל אויפן בעבי'ס מויל און נוז, מען ברויך זעין די טשעסט זיך הייבן, און נישט מער, אויב זעיט מען נישט די טשעסט זיך הייבן און דו שפירסט אז ליפט גייט נישט אריין, דאן גראד אויס דעם קאפ, דהיינו הייב אביסל אינטער אויף ציריק ציוועיגס, און פריוו נאך אמאל. אויב גייט נאך אלס נישט דאן איז מעגלעך אז ער ווערגט זיך, און מיר וועלן באלד זאגען וואס צי טיען באופן כזה.

ווי איז ווען איינער פאלט אראפ און אטעמט, אבער ענטפערט נישט ווען דו פרעגסט אים די 'האלא ביזטו אקעי ברויכסטו הילף', דאן הייסט ער א אנקאנטשעס, דאס הייסט ער איז נישט ביי זיך. נאך אלס א געפערליכע עמערדזשענסי, קאל גלייך הצלה אוו זאג דעם דיספעטשער די ווערטער, 'איינער ליגט אויף דער ערד און אעז אנקאנטשעס, אבער אטעמט'. עס איז גאר וויכטיג אז זאל וויסן וואס גייט פאר, פארן צוקיקער אעז נישטא ספעציעל וואס צי טיען דארט, נאר זאל בלייבן אכטונג געבן אז ער בלייבט אטעמען, און צייגען פאר די חברה הצלה ווי זיי ברויכן גיין, און זיי ווייסן וואס צו טיען ווייטער. און אויב די מצב טוישט זיך ברויך ער אנהויבן CPR.

ווען מען זעט איינעם זיך מיטשענען מיטן אטעמען, אדער האט טשעסט פעין ברויך מען קאלן הצלה און בלייבן לעבען די פאציענט און אים באריאיגן אז הילף איז אויפן וועיג.

חליש'ן, דאס איז לכאורה די מערסטע פאסירענדע קעיס, איינער ציט זיך אויס אויפן ערד און איז נישט ביי זיך פאר א קארצע וויילע, עס איז וויכטיג צי ריפן תיכף ומיד הצלה און דיין ראלע ביים פאציענט איז אז ער זאל בלייבן ליגן ביז הצלה קומט אויפן ערד, וואס עס פאסירט וועל איך נישט אריין גיין, נאר אזויפיל איז וויכטיג צי וויסן אז ליגן איז די בעסטע רפואה, און הייב אביסל אינטער זיין פיס מיטן אינטערלייגן עפעס א זעקל ווי א קליינע בענקל אדער סיי וואס מען זעט פאר די אויגן. אינטערהייבן זיין פיס העלפט אז די בליט זאל פליסן צי זיין קאפ.

סיזשער'ס- דאס מיינט אז איינער נעמט זיך שאקלען ווילד און פליצלינג. דיין ראלע איז פשוט אז ער זאל זיך נישט צוקלאפן פון קיין טישן און בענקלעך, לאז אים שאקלען, ריק אלעס אוועק, און ריף הצלה. ווען ער הערט זיך אויף שאקלען - געווענטלעך נאך א מיניט אדער צוויי, וועט ער בלייבן אנקאנטשעס, דאס איז נארמאל, זאג פארן דיספעטשער אז ער שלאפט נאך די סישער, ער האט אויפגעהערט זיך ווארפן.

שטאקינג - די קלאסיש בילד ווי איינער כאפט אן זיין האלז, פרעיג אים 'ביזטו אקעי, ברויכסט הילף, אויב קען ער ענטפערן דאן טשאקט ער נישט, אויב זעיסטו אז ער קען נישט אטעמען ריף תיכף הילף, און דאן נעם זיך מאכן די באוויסטע היימליך מענאווער, (דר. היימליך ז"ל איז היינט געשטארבען און די אינגע עלטער פון 96) צי מאכן די מענאווער ברויך מען יא פראקטיק, אפילו די בעיסיק איז גאר פשוט אבער דאך שווער צי שרייבן, ע"כ נעם צוויי מיניט און באזיך די לינק פאר א קלארע דעמאסטראציע https://youtu.be/RbjjopFJ10E

ווען איינעם גיסט בליט, אויף א פאל וואס עס בליט שטארק און מען ברויך ריפן די הצלה,דאן דיין ראלע אלס דער בייסטענדער איז - צי אנהאלטן די פלוס פון בליט, דורך לייגען פרעשער, וויאזוי לייגט מען פרעשער, זייער פשוט נעם סיי וואס אפילו זיין אדער דיין בלויזע האנט און לייג עס אויפן וואונד, און האלט עס דארטן ביז הצלה קומט, ריק נישט אוועק די סיל צי קיקן אויב עס בליט נאך, נאר האלט די דריק ביז זיי קומען.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר