נעכטן געהערט אן אינהאלטסרייכע אינטערוויו אויף קול מבשר איבער אן ארגאנעזאציע התעוררי וואס וועקט אויף מענטשן אינדערפרי.
דער אינטערוויו ווערט אפגעהאלטן דורך ר' וועלוול שמעלצער און עס איז העכסט אינטערסאנט צוציהערן.
בקיצור זייער ציל איז נישט נאר אויפוועקן, נאר זיכער מאכן אז מען בליייבט אויף, און אויף דעם איז איינגעשטעלט א דרייפאכיגן סיסטעם.
איינס - די ערשטע זאך ווען זיי וועקן פרעגן זיי א שאלה וואס מ'דארף טראכטן צי קענען ענטפערן (למשל 25X64) וואס דאס וועקט אויף.
צוויי - נאך צוויי מינוט פרעגן זיי א שאלה וואס מ'דארף ארויסקומען פון בעט צי קענען ענטפערן (למשל וויפיל פסוקים איז דא ביז שני).
דריי - נאכדעם וואס מ'איז גרייט צב"ש אנגעטון אדער ארויס פון שטוב, רופט מען אריין צום סיסטים און מ'לאזט א הודעה אז מ'איז גרייט.
פאר מער הערט די אינטערוויו אויף קול מבשר ביי די לאנגע אינטערוויוס 3-1 נומער 1516#.
התעוררי! וועקט אייך אויף.
דער אשכול פארמאגט 16 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן