בלאט 1 פון 1

קריפטאקורענסי cryptocurrency

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:17 pm
דורך החוקר
פאר די וואס פאלגן נאך די ביטקוין אשכול, איז כדי צו וויסן, אויב איר ווייסט נאך נישט, אז עס איז דא נאך אפציעס וואס קענען זיך אויך לוינען צו קויפן.

עס איז שוין א וויילע וואס איך קוק אריין אין פארשידענע אנדערע קריפטאקורענסי'ס, און איך האב שוין געקויפט צוויי אנדערע וואלוטע'ס. אבער היות עס איז דא אזויפיל, איז זייער שווער פאר איין מאן דהוא אליינס צו מאכן די ריסירטש וועלכע עס לוינט די מערסטע פון אלע אייצושטעקן.

היות היינט אינדערפרי האבן @שבת אחים און @סמבטיון אויך אנגעהויבן רעדן פון אנדערע וואלוטע'ס, חוץ ביטקוין. קלער איך אז עס איז העכסט צייט אנצוהייבן א נייע אשכול פאר אלע פארשידענע וואלוטע'ס, אז יעדער וועט דא צוגעבן אינפארמאציע וואס זיי האבן גענאשט, וועט מען האפענטליך גרינגער קענען מאכן די ריכטיגע באשלוס.