מיזרעבל לעבן

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1102
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1261 מאל

מיזרעבל לעבן

שליחה דורך טמיר »

איך האב נישט געטראפן קיין אשכול זיך צי אויסרעדן.
עס איז זענען דא מענטשן וואס זענען אפיציעל נעבעך'ס. זיי האבן ערנסטע פראבלעמן אין לעבן רח"ל, צי געזונט, קינדער, שלום בית וכדו'
איך בין ב"ה נישט אין די קאטאגאריע, און אדרבה, פאר געוויסע קען איך אפילו אויסקוקן ווי דוקא א מוצלח. למעשה אבער די שלימזלות לויפט מיך נאך ווי צודרייט. אין וועלכע זאך איך פרוביר נאר צי טוהן, איז אלעס מיט די פיטום אראפ. איך באמערק נישט אז עס זאל פאסירן אז פונקט איז גוט אויסגעקומען עפעס. אלץ נאר פארקערט, כ'מיין כ'האב שוין ענדליך עפעס ערייכט, פונקט האט ער פאריגע וואך שוין אהער, און פונקט דארף יענער א פונקציע וואס איך קען נישט אהערשטעלן. און וואס איך פרוביר נאר איז מיט די לינקע פיס. בגשמיות וברוחניות. חבירים האב איך אויך נישט געהעריג, אלץ געווען א שטילער.
די גאנצע טאג איז א לאנגע קייט פון אכזביות און דורכפעלער.
רבונו של עולם, עד מתי???
איינער האט עפעס א עצה?
התבודדות, האב איך שוין געטון.
אוועקווארפן די פאון, וועל איך ק"ש אויך נישט האבן.
נעם א געהעריגע דזשאב? שכוח, די עצה ווייס איך אויך.
קען זיין אז דאס איז מיין תפקיד אויף די וועלט זיך צי מוטשען? אקעי מסכים. אבער וואס איז מיין ווייב שולדיג. דאס איז אויך פונקט איר תפקיד? קען זיין
בכלל די גאנצע ענין פון זיך פארבעסערן בעניני תורה כדאי צי האבן מער הצלחה געפעלט מיר נישט. קודם כל, ווער זאגט עס העלפט? שכר מצוה בהאי עלמא ליכא. צדיקים ורע להם רשעים וטוב להם וכו'. אפילו אויב יא, איז עס א היפאקריטישע מהלך. עס איז ערגער ווי שלא לשמה. ס'טייטש, די עצם זיך פארבעסערן אין דעם ענין אינטערעסירט דיך נישט, אבער כדאי צי האבן א בעסערע דירה לוינט עס שוין יא. הייסט עס ביזט עובד את עצמו

הכלל, איינער האט עפעס אן עצה אדער חיזוק? (ספר שיחות התחזקות האבעך שוין)
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783

דער אשכול פארמאגט 85 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר