גוטע איידיעס פון זאכן צו קויפן

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

גוטע איידיעס פון זאכן צו קויפן

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס זענען פאראן אסאך פראדוקטן אויף דער וועלט וואס קען העלפן און פארגרינגערן אינעם טאג-טעגליכן לעבן, ברם דא עקא, אז מענטשן ווייסן אפילו נישט אז די סארט פראדוקטן עקזיסטירן.

אין א געווענליכע בריק-ענד-מארטאר געשעפט, גייט מען אריין קויפן וואס מען דארף, העכסטנס קוקט מען ארום די אפציעס פון יעדע פראדוקט, און מען מאכט א דעסישען וועלכע איז די בעסטע פאר זיך, דאן קויפט מען עס און געענדיגט. זעירון אינון, ווייניג מענטשן וועלן ארומגיין סתם "ווינדאו-שאפינג", און זוכן זאכן סתם פאר נייגעריגקייט וואס קען פארבעסערן דאס לעבן, וואס איז אלס דא אויף די מארקעט.

די אנליין געשעפטן, בפרט עמעזאן, האט דאס אלעס פארגרינגערט מיט א פשוט'ע סורטש. איך זוך אמאל געוויסע איידיעס און איך ווער איבערראשט צו טרעפן אייטעמס וואס כ'האב נישט גע'חלומ'ט אז זיי עקזיסטירן, איך האב גאר געטראכט אפשר קען איך אליינס ארויסגעבן אזא פאטענט...

אין די לעצטערע יארן האט זיך מיר שוין עטליכע מאל געמאכט אז איך האב געקויפט אייטעמס וואס כ'האב געשפירט אז אלס "אל תמנע טוב מבעליו" איז ממש א מצוה צו מפרסם זיין די זאכן אז מענטשן זאלן וויסן דערפון. האב איך געטראכט צו ווידמען דעם אשכול פאר אזעלכע איידיעס, און סיי ווער עס טראכט אז ער ווייסט פון עפעס מזכה צו זיין דעם ציבור, זאל ביטע מוסיף זיין.

איך בעט קלאר אז מען זאל נישט פארוואנדלען דעם אשכול אין סיי וועלכע אגענדע צו שטופן/פארמערן אייגענע סעילס. וזאת למודעי אז איך האב גארנישט מיט עמעזאן, איך פארקויף גארנישט (פארוואס טאקע? תיקו), און די אלע זאכן איז נאר לתועלת הציבור, און סיי ווען איך קויף עפעס אדער איך דערמאן זיך פון עפעס וואס איך האלט אז עס קען צוניץ קומען, וועל איך אי"ה צוביסלעך מפרסם זיין. (באמת מוז עס אפילו נישט זיין פון עמעזאן, עס קען זיין פון סיי וואו).
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר