ד' נתן וד' לקח - הילף נאך א פארלוסט

הילף, עצות און טיפס

ד' נתן וד' לקח - הילף נאך א פארלוסט

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:01 am

זייענדיג אינטערן דרוק נאך א שווערע פארלוסט וואס האט מיך ליידער באטראפן, עפען איך די אשכול ווי מ'זאל זיך קענען מחזק זיין איינער דעם צווייטן.

די גמרא זאגט שוין דאגה בלב איש ישחנה - לאחרים, אז בלויז דאס זיך אויסרעדן א פראבלעם צו א צווייטן מאכט שוין עטוואס גרינגער. איז אודאי אזוי ווען מ'רעדט זיך דא אויס פאר חברים מקשיבים וואס האבן א ווארעם הארץ איינער פאר'ן צווייטן, און וועלן ציווארפן דברי חיזוק.

ואסיים בברכה, שישמע בשטיבל זה בשורות טובות ישועות ונחמות און טאמער ח"ו מאכט זיך ביי איינעם א פראבלעם זאל מען וויסן אז דא איז דא אן אוזן קשבת און מ'איז נישט אליין.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2579
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4036 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2688 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:06 am

איך בין לעצטענס דורך א פיינענשעל לאסס וואס האט מיר געקאסט שווערע געלטער,און ס'לאזט מיר נישט קיין מנוחה. איך טריי מיך צו קאנטראלירן און נישט ארויס ווייזן צובראכנקייט פאר די ווייב און קינדער ווי ווייט מעגליך, אבער תוך תוכו בין איך א שברי כלי. איך האב נישט די מוט פאר פריילעכקייט און איך באמערק אויך אז איך ווער שנעלער אויפגערעגט אויף די קינדער ווען זיי פאלגן נישט וכדומה.

ב"ה אז אפילו מיט די פארלוסט בין איך נישט קיין רחמנות, און דאס גוט מיר חיזוק אבער פון די אנדערע זייט עגבערט עס מיר געפערליך. איך וואלט שטארק הנאה געהאט ווער ס'קען העלפן מיט אן עצה אויף דעם.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2579
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4036 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2688 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:29 am

ראשית סאררי פאר דיין פעין, איך שטעל זיך פאר אז עס שפירט אומדערטרעגליך, והשם ימלא חסרונך.
אבער כדי מיר זאלן קענען זיין הילפבאר, קום אריין קלארער, וואס עגבערט דיך? ווואס איז דאס וואס די שפירסט, איז עס גילט? ענגער? לאסס? ווערטלאז? ווי מער פרטים איבער דיין סטראגעל מיט דיינע מחשבות און געפיהלן (נישט די פרטים פון די מעשה) וועט זיין גרינגער צו זיין הילףבאר.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2485 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2873 מאל

Re: ד' נתן וד' לקח - הילף נאך א פארלוסט

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:47 am

ס'טוט שטארק וויי צו הערן אזאנס, טאקע ווייל איך בין שוין אויך דורך, ליידער מער פון איינמאל, און כ'האף אז מער קיינמאל. ס'נישט קיין גרינגע זאך דורך צו טראגן און ספעציעל אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער.


ווי אזוי האט מיר א גרויסער ביזנעסמאן געזאגט, "ביזט גרייט צו פארלירן געלט, וועסטו מאכן געלט, און אז נישט איז כמעט נישט מעגליך צו מאכן".

די פאקט איז, אז נישט אין יעדע דיל פארדינט מען, ס'דא וואו מ'מאכט און ס'דא וואו מ'גייט ארויס מיט די הויזן און אמאל מאכט זיך, אז מ'גייט ארויס אן די אינטער הויזן, דאס איז די מציאות פון מאכן געשעפטן. נאר דער רבוש"ע זאל העלפן אז ס'זאל זיין מער רווחים ווי אינטערהויזן געשעפטן


כ'האף אז דו מאכסט עס גאר שנעל צוריק, און אלף פעמים ככה.

פרוביר דיך צו שטארקן, ס'שרייבט זיך גרינגער ווי ס'טוט זיך אבער האפענונג איז פון די שטערקסטע און ווירקליכסטע זאכן וואס גאט האט אינז באשאנקן.
זעה אנצוהאלטן דיין היומאר, ס'קומט גוט צוניץ.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 759
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3720 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1424 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:53 am

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ראשית סאררי פאר דיין פעין, איך שטעל זיך פאר אז עס שפירט אומדערטרעגליך, והשם ימלא חסרונך.
אבער כדי מיר זאלן קענען זיין הילפבאר, קום אריין קלארער, וואס עגבערט דיך? ווואס איז דאס וואס די שפירסט, איז עס גילט? ענגער? לאסס? ווערטלאז? ווי מער פרטים איבער דיין סטראגעל מיט דיינע מחשבות און געפיהלן (נישט די פרטים פון די מעשה) וועט זיין גרינגער צו זיין הילףבאר.

איך שפיר מיך ווי א גרויסע פעיליור ווייל איך האב נישט געטון עפעס וואס איז א גרויסע ריסק. איך האב געמאכט אן אינוועסטמענט וואס איז מעשים בכל יום, מענטשן טיען עס כסדר און פונקט ביי מיר איז עס דורכגעפאלן און נישט סתם נאר מיט אלע פיטשיווקעס, ווי ס'האט נאר געקענט גיין ראונג.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2579
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4036 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2688 מאל

Re: ד' נתן וד' לקח - הילף נאך א פארלוסט

הודעהדורך קל וחומר » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:28 am

איך בין אויך געווען שוין אין אן ענליכן סוטאציע, ווען געציילטע יאר נאך מיין חתונה האב איך אוועקגעלייגט אפאר מאות און אינוועסטירט, א שיין חלק דערפון איז געגאנגען א גאנג.
ס'האט מיר פיין געציפט, ביז איך בין איין טאג געקומען צום החלטה אז איך גיי רעכענען דעם פארלוסט פאר אן אינוועסטמענט אין זיך זעלבסט, איך גיי זיך אויסלערנען ווי אזוי צו דיעלן מיט אזא מצב און ווי אזוי צו מאכן בעסערע החלטות ווען ס'קומט צו אינוועסטירן. (געליינט אפאר ביכער אויפן נושא, אנגעהויבן מיט poor dad rich dad).
ב"ה אז היינט אפילו אז ס'מאכט זיך אמאל אן אינוועסטירונג וואס גייט נישט אזוי רעכטס, בין איך גענוג געדעקט פון אנדערע אינוועסטירונגען.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1893
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2707 מאל

הודעהדורך או אינו » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:45 am

איז די דיעל געגאנגען שלאפן דורך אומוויסענשאפט פין דיינס א חבר וואס האט זיך פארקויפט אלס געשעפטסמאן? אדער לייגן אייגענע איטערעסע פאר דיין? קומט אריין קלאר! איך האלט שוין לאנג אז מ'זאל אנהויבן לערנען חושן משפט מיטן ציבור אדער גרינדען א כמו sec פאר אינדיווידואלע היימישע אינוועסטירער. איך האף אז נישט ביטקוין? סך הכל די עקספיריענס מאכט אייך פאר א בעסערע אינוועסטער פארן נעקסטן דורכפאל. שבע יפול צדיק וקם! עס קומט גיטע צייטן
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

Re: ד' נתן וד' לקח - הילף נאך א פארלוסט

הודעהדורך טמיר » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 10:23 am

ווער שטייט בעסער/ערגער, איינער וואס איז פון אנפאנג געווען א לא יצלח און אלעס איז עם געגאנגען מיט די לינקע פיס, אדער איינער וואס די הצלחה האט עם געשיינט 20 יאר, דערנאך האט ער דערלייגט האלב פון זיין פארמעגן אין א שלעכטע דיעל?
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 545 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 12:12 pm

אוודאי די צווייטע, די ערשטע האט דאך נאך נישט געהאט א גוטן טאג אין לעבן.

זיער א גיטע און וויכטיגע אשכול, יישר כח שמעון וואלף, איך מיין אז יעדער קען צולייגן זיינע מעשיות, יעדער פון אונז האט שוין געהארט פארלוסטן און הארץ עסעניש, אפשר וועט טאקע ווערן גרינגער אויפן הארץ נאכן עס אראפ לאדענן אין דעם אשכול.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1137 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 12:17 pm

ס'ווערט געשאצט אז אזוי פול ווי 15 מיליאן אמעריקאנער פארמאגן א אַלקאָהאָל ניצן דיסאָרדער. און אויף דער באנוץ פון אומלעגאלע סאבסטאנצן איז ניטאמאל פארהאן קיין גענוי אפשאצונג. אפגעזען פון דעם וואס שווערע טויזענטער מענטשען שטארבן יערליך פון אַלקאָהאָל פארגיפטונג און פון אומקאנטראלירטע סאבסטאנצן באנוץ, פארט האלטן זיך מענטשן נישט אפ פון זיך צו באנוצן מיט זיי.
ווען איר וועט זיי פרעגן פארוואס זיי טוען דאס, וועלן זיי אין אלגעמיין ענטפערן אז זיי גייען דורך געוויסע שוועריקייטן אין לעבן, און דאס העלפט זיי זיך צו פארטייבן די געפילן און זיך צו פארגעסן פונעם ארום. זיי זענען פילייכט ביים באוויסטזיין אז אַלקאָהאָל אדער סאבסטאנצן היילן נישט דעם פראבלעם. פארט זענען זיי שוואכלינגען וואס גיבן זיך אונטער צו זייער פראבלעמען.

אלזא, ווילט איר זיין א גיבור אדער א שוואכלינג?

דער קונסט איז צו זיין א גיבור, און זיך נישט אונטערגעבן צום פראבלעם. זאכן פארן מיטן פיטום אראפ? איר זענט נישט אליין, יעדער באזונדער מוטשעט זיך מיט זיינע אייגענע פראבלעמען. מ'דארף אנווענדן יעדע סארט מיטל נישט באהערשט צו ווערן פון פראבלעמען.

דער גרינגסטע און שנעלסטע וועג איז טאקע אַלקאָהאָל און סאבסטאנצן. ווארום דאס היילט נישט די פראבלעם, און ס'איז גאר זייער שעדליך.

דער צווייטער גאנג איז, טאראפי. דאס באדייט זיך אויסצורעדן פאר אנדערע. אפגעזען פון די אסטראנאמישע סומעס געלט וואס דאס קאסט אפ, העלפט דאס אין אלגעמיין בלויז א מכה בדופן. און די סעסיעס ענדיגן זיך קיינמאל נישט. נעמליך, דער טאראפיסט דארף דאך האבן פון ווי צו לעבן.

דער דריטער גאנג איז אמונה. דאס באדייט ווירקליך גלויבן אז אויב דאס האט פאסירט צו אייך האט דאס ווירקליך געדארפט פאסירן, און עטווענטועל וועט זיך ארויסשטעלן אז דאס איז גאר געווען א טובה פאר אייך. און דאס קאסט נישט קיין געלט. ווי עס לויטעט דאס שפריכווארט: גלייבן און צוזאגן קאסט נישט קיין געלט.

דאס פערטע גאנג איז אמונת רובאשקין. דאס איז אין אלגעמיין ווירקזאם ביז גאר. אמונת-רובאשקין איז אזוי ווירקזאם, אז ס'נעמט עטווענטועל גענצליך אוועק דעם פראבלעם, דער פראבלעם ווערט גענצליך צונישט ווי ס'וואלט ווען קיינמאל גאר נישט געווען. ווי ס'האט זיך טאקע ווירקליך ארויסגעשטעלט ביי רובאשקין זעלבסט.

אלזא דער לעזונג איז טאקע דא, אבער גיוואלד, ווי האנדלט מען זיך איין אזא פעלזן שטארקע אמונה? פון עסן געבראטענע ווארשטליך מיט זויער קרויט ווארשיינליך נישט!
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1793
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2007 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 12:31 pm

קודם כל, המקום ימלא חסרונך, הויה זאל אייך צוריקצאלן בכפלי כפליים.
געדענקט אז חרטה און גילט געפילן ברענגען נישט קיין שום נוצען אויסער דיך חרוב מאכען. די עבר איז די עבר און סגייט נישט געטוישט ווערען.
געדענק נישט צו זיין פון די בני אדם וואס ממונם חביב עליהם מגופם, מאך נישט חרוב דיך אליין צוליב געלט.
א פארלוסט איז א פארלוסט, אבער זיך אויפעסן נאך א פארלוסט מאכט אלעס הונדערט מאל ערגער.
אויב דארף א מענטש עפעס דורעכגיין, איז עס די גרינגסטע מיט דערלייגן געלט (אויסער אויב ממוטשעט זיך ממש אויף פרנסה, וואס איך פארשטיי איר האלט נישט דארטען).
די וויכטיגסטע זאך פאר א מענטש איז זיין מנוחת הנפש, ס'איז נישט ווערד קיין מיליאנען אויפצוגעבען דיין מנוחת הנפש.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1070
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 623 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 4:54 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
דער צווייטער גאנג איז, טאראפי. דאס באדייט זיך אויסצורעדן פאר אנדערע. אפגעזען פון די אסטראנאמישע סומעס געלט וואס דאס קאסט אפ, העלפט דאס אין אלגעמיין בלויז א מכה בדופן. און די סעסיעס ענדיגן זיך קיינמאל נישט. נעמליך, דער טאראפיסט דארף דאך האבן פון ווי צו לעבן.


אבי געהאקט אין טשייניק, אזא סטעטמענט קומט פון צופיל קראצען די פיס אין מקוה.
סייענטיפיק דעטע זאגט אנדערש.CBT למשל איז, לויט שטודיעס, עפעקיטיוו 50-75 פראצענט פון די צייט פאר דיפרעששן און ענעקזייטי נאך 8-10 סעששאנס, וכו' וכו' אויף אנדערע מהלכים און אנדערע דיסארדערס.
טשעק די פאקטן פאר די רעדסט.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2485 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2873 מאל

הודעהדורך אברך משי » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:02 pm

כ'האב געהערט פון א אידן וואס איז דורכגעגאנגען שווערע צייטן אז ער האט אפירגענומען דעם חובת הלבבות'ל און אסאך געלערנט אין שער הבטחון, ער האט גענומען די הייליגע ווערטער צו זיין הארץ און פרובירט צו לעבן דערמיט, און ס'האט עם אסאך געהאלפן.
אפען גערעדט האט איר נישט קיין סאך צו פארלירן, קיין עצה צוריקצוברענגן ס'געלט איז לכאורה ניט דא, בלייבט נאר איבער זיך מחזק זיין. מ'ווייסמער אז די תורה איז די מקור החכמה והאמת און אלעס איז נכלל אין די תורה, ממילא איז חיזוק דורך די תורה די בעסטע חיזוק. מ'לערנט און מ'חזרט די דיבורים פון בטחון בהשי"ת ווערט מען כקטן שנולד דמי און ס'געבט א נייע פערספעקטיוו אויף געלט און אויף מקרים וואס האבן פאסירט. כ'קען מעיד זיין אז ס'ארבעט פיין.
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:02 pm

ווען איך פארליר א מיליאן דאללאר, אדער ווען מיין זון דרייט נאך ארום ר''ח טבת אן קיין ישיבה, אדער דאס ווייב איז א מכשפה וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען, אדער מ'איז שולדיג ראטע פאר 10 חדשים און די מארשאלן דראהען אראפצורייסן די טיר, און ארויס שטעלן די קינדער געבענשטע פאמיליע אויפן גאס. אד''ג. מיט וואס קען מיר דאן דער טראפיסט העלפן? ער קען מיר מאכן עטוואס פילן גוט, ביז דער נעקסטער פעקל חסדים פון הימל קומט צו פליען מיט אן אימפעט? א טראפיסט קען לעזען א פראבלעם? ער/זי קאן דיר אפשר מאכן שפירן עטוואס גוט אויף 15 מינוט, פאר די פרייז דריי מאות ככר כסף עובר לסוחר א שטונדע.

ווען מ'לעבט מיט א ריינע אמונה, גיבט מען זיך נישט אונטער פאר קיין שום פראבלעם אין דער וועלט. אונזערע זיידעס זענען נאך די גרעסטע באווייז. מ'האט געלעבט מיט א ריינע אמונה, און די טראפיסטן האבן זיך בלויז פארנומען מיט די נישט גלויביגע.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1793
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2007 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:15 pm

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
דער צווייטער גאנג איז, טאראפי. דאס באדייט זיך אויסצורעדן פאר אנדערע. אפגעזען פון די אסטראנאמישע סומעס געלט וואס דאס קאסט אפ, העלפט דאס אין אלגעמיין בלויז א מכה בדופן. און די סעסיעס ענדיגן זיך קיינמאל נישט. נעמליך, דער טאראפיסט דארף דאך האבן פון ווי צו לעבן.


אבי געהאקט אין טשייניק, אזא סטעטמענט קומט פון צופיל קראצען די פיס אין מקוה.
סייענטיפיק דעטע זאגט אנדערש.CBT למשל איז, לויט שטודיעס, עפעקיטיוו 50-75 פראצענט פון די צייט פאר דיפרעששן און ענעקזייטי נאך 8-10 סעששאנס, וכו' וכו' אויף אנדערע מהלכים און אנדערע דיסארדערס.
טשעק די פאקטן פאר די רעדסט.


איר זענט הייליג גערעכט, סקען זיין אז טראפי העלפט פאר דיפרעשן און ענעקזייטי, אבער ווען מ'לעבט מיט אמונה דערזעט מען זיך אין די אלע הויכע קאודס...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1793
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2007 מאל

Re: ד' נתן וד' לקח - הילף נאך א פארלוסט

הודעהדורך טמיר » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:25 pm

סמבטיון האט געשריבן:אוודאי די צווייטע, די ערשטע האט דאך נאך נישט געהאט א גוטן טאג אין לעבן.

זיער א גיטע און וויכטיגע אשכול, יישר כח שמעון וואלף, איך מיין אז יעדער קען צולייגן זיינע מעשיות, יעדער פון אונז האט שוין געהארט פארלוסטן און הארץ עסעניש, אפשר וועט טאקע ווערן גרינגער אויפן הארץ נאכן עס אראפ לאדענן אין דעם אשכול.

אבער דער צווייטער האט דאך געהאט 30 זאטע יארן, און אפילו יעצט שטייט ער נאך בעסער ווי דער ערשטער!
סארא נאנסענס, און נאך אודאי!
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 545 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:30 pm

איך פיל מיט דיר שמעון וואלף. זיי נישט געבראכן אבער כ'בעט דיר. זיי זאגן אז די וואס זענען מצליח איז נאר ווייל זיי נעמען אזויפיל מאל ריסק אז זיי מוזן אמאל מצליח זיין...
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2808 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:59 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
דער צווייטער גאנג איז, טאראפי. דאס באדייט זיך אויסצורעדן פאר אנדערע. אפגעזען פון די אסטראנאמישע סומעס געלט וואס דאס קאסט אפ, העלפט דאס אין אלגעמיין בלויז א מכה בדופן. און די סעסיעס ענדיגן זיך קיינמאל נישט. נעמליך, דער טאראפיסט דארף דאך האבן פון ווי צו לעבן.


אבי געהאקט אין טשייניק, אזא סטעטמענט קומט פון צופיל קראצען די פיס אין מקוה.
סייענטיפיק דעטע זאגט אנדערש.CBT למשל איז, לויט שטודיעס, עפעקיטיוו 50-75 פראצענט פון די צייט פאר דיפרעששן און ענעקזייטי נאך 8-10 סעששאנס, וכו' וכו' אויף אנדערע מהלכים און אנדערע דיסארדערס.
טשעק די פאקטן פאר די רעדסט.


איר זענט הייליג גערעכט, סקען זיין אז טראפי העלפט פאר דיפרעשן און ענעקזייטי, אבער ווען מ'לעבט מיט אמונה דערזעט מען זיך אין די אלע הויכע קאודס...


אמונה און בטחון איז עפעס וואס אדער האט מען עס, אדער נישט. אמת, אמאל האט מען נאר בכח, און עס העלפט ווען מען ברענגט עס ארויס בפועל דורך עוסק זיין דערין.

אבער זייער אסאך מאל מאכט זיך אז אמונה ובטחון ווערט א טייל פון די פראבלעם אנשטאט די לייזונג, ווייל דער מענטש ווערט נאך מער צערידערט אז ער האט נישט קיין ריכטיגע אמונה ובטחון, והא ראי ער איז דיפרעססעד און ענקשעס, און אמאל האט דער מענשט באמת נישט גענוג אמונה זיך צו קענען טרייסטן, ועל זה דוה לבנו. און אזאלעכע פעלער מעג מען, זאל מען און ברויך מען זיך באנוצען מיט מעטאדי הפסיכלאגיע למניהם.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2485 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2873 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:03 pm

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
דער צווייטער גאנג איז, טאראפי. דאס באדייט זיך אויסצורעדן פאר אנדערע. אפגעזען פון די אסטראנאמישע סומעס געלט וואס דאס קאסט אפ, העלפט דאס אין אלגעמיין בלויז א מכה בדופן. און די סעסיעס ענדיגן זיך קיינמאל נישט. נעמליך, דער טאראפיסט דארף דאך האבן פון ווי צו לעבן.


אבי געהאקט אין טשייניק, אזא סטעטמענט קומט פון צופיל קראצען די פיס אין מקוה.
סייענטיפיק דעטע זאגט אנדערש.CBT למשל איז, לויט שטודיעס, עפעקיטיוו 50-75 פראצענט פון די צייט פאר דיפרעששן און ענעקזייטי נאך 8-10 סעששאנס, וכו' וכו' אויף אנדערע מהלכים און אנדערע דיסארדערס.
טשעק די פאקטן פאר די רעדסט.

ווען זיי זאגען אז ס'איז עפעקטיוו מיינט אז פאר פופצען מינוט האסטו געשפירט בעסער נאכ'ן זיך אויסוויינען פאר א טעראפיסט וואס טשארדזשט דיך דריי מאות א שעה
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1070
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 623 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:10 pm

ניין, אויסדרוקלען נישט אקוראט.
עס מיינט למשל אז סימפטאמס פון דיפרעששן ווי ווייניג אפעטיט, נעגעטיוו בליק, צופיל אדער צוווייניג שלאף, וכו' ווערט פארשווינדען.
ווען מען מאכט א שטודיע צו א מהלך איז עפעקטיוו נעמט מען א דיפרעששען סקאר וואס איז געבויט אויף די באשטאנדטיילן און סימפטעמס פון די ספעספישע דיסארדער. ווען דאס ווערט פארשווינדען און דער מענשט סקארט פאר א לענגערע וויילע און די רענדש פון א נארמאלער מענשט, אדער נאנט צו דעם, הייסט עס אז עס איז עפעקטיוו.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2485 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2873 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:31 pm

ס'איז א שמועס פאר זיך אבער מברויך עס געהעריג צולייגען.
פאר אנהייבערס, רוב מענטשען ווערען נאטורליך בעסער, רוב מענטשען בלייבען נישט אין דעפרעשען א גאנץ לעבען, סאו ס'איז לאו דווקא די טעראפי וואס העלפט
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1070
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 623 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:58 pm

ריכטיג, סאיז א שמועס פאר זיך.
ועוד שלשה הערות
א. ווען מען מאכט א שטודיע ברויך אייביג זיין א קאנטראל גרופ, און מען מעסט די עקספירימענט אקעגן א קאנטראל גרופ (וואס מען טוט נישט מיט זיי גארנישט און ווערן נישט בעסער אדער מיט ווייניגער פראצענט) נאר דאן הייסט דאס עפעקטיוו.
ב. ענעקזייעטי און אסאך אנדערע דיסארדערס (אנדערש ווי דיפפרעשן) ווערן כמעט קיינמאל נישט בעסער אן קיין טערעפי אדער טריעטמענט.
ג. נעמען דריי הונדערט דאללער פער סעששאן איז עניוועס ע"פ רוב גזילה גניבה וחזערישקייט און דאס איז גענומען אדווענדטזש פון די נשברי לב, און עס איז אויך נישט ווערט דאס געלט, ווייל מען קען דאס באקומען אומזיסט דורך אינשורענס.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2485 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2873 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 8:10 pm

די בעסטע טעראפי איז וואס מ'מאכט אליינס, און ס'קאסט נאר אכט דאללער!!!

https://www.amazon.com/Focusing-Eugene- ... 0553278339
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3022
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2848 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2049 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:46 pm

@בענדזשאמין פרענקלין

דאס וואס דו שרייבסט אז שטודיעס ווייזען אז ביז 75 פראצענט מענטשען וואס גייען פאר טעראפי איז עס אפעקטיוו, איז פשט אז מ'האט געזען 75 פרעצענט מער ווי ביי די קאנטראל גרופע אין די שטודיעס ?
אויב יא קענסטו אפשר שיקען א לינק פליז.
נאך א זאך, ס'דא א שטודיע וואס מ'האט געמאכט ווי איין גרופ האט גערעדט צו א טעראפיסט און די צווייטע גרופ האט זיך אויס גערעדט צו סתם א מענטש וואס איז נישט א פראפעשענעל?
איך וואלט שטארק געוואלט וויסען אויב סאיז דא אזא שטודיע.
אגב רוב גוטע טעראפיסטען וואס האבן א אייגענע פראקטיצירענג טשארדזשען מינימום 2 מאות א וויזיט (וואס באשטייט פון קארגע 45 מינוט, דהיינו איבער פיר טאלער א מינוט)
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1070
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 623 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 11:29 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ראשית סאררי פאר דיין פעין, איך שטעל זיך פאר אז עס שפירט אומדערטרעגליך, והשם ימלא חסרונך.
אבער כדי מיר זאלן קענען זיין הילפבאר, קום אריין קלארער, וואס עגבערט דיך? ווואס איז דאס וואס די שפירסט, איז עס גילט? ענגער? לאסס? ווערטלאז? ווי מער פרטים איבער דיין סטראגעל מיט דיינע מחשבות און געפיהלן (נישט די פרטים פון די מעשה) וועט זיין גרינגער צו זיין הילףבאר.

איך שפיר מיך ווי א גרויסע פעיליור ווייל איך האב נישט געטון עפעס וואס איז א גרויסע ריסק. איך האב געמאכט אן אינוועסטמענט וואס איז מעשים בכל יום, מענטשן טיען עס כסדר און פונקט ביי מיר איז עס דורכגעפאלן און נישט סתם נאר מיט אלע פיטשיווקעס, ווי ס'האט נאר געקענט גיין ראונג.

איך בין לעצטענס דורך די ממש דאס זעלבע.
I feel u
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3802
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

נעקסט

גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט