ד' נתן וד' לקח - הילף נאך א פארלוסט

הילף, עצות און טיפס

הודעהדורך או אינו » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 11:59 pm

קום אריין קלאר מיט די מעשה. דאס וועט אוועקטשטעלן קלארקייט און אוועקנעמען זעלבסט-באשולדיגונג און פחד פון וואס קומט.
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך ביסט גערעכט » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 12:33 am

קודם כל, פאר די אלע וואס האבן/געהאט געלט פארלוסטען אדער סתם שוועריגקייטן, ווינטש איך אז דאס זאל זייער שנעל אריבערגיין אין עס זאל שנעל פארגעסן ווערן.

אלס איינער וואס איז מער ווי איינמאל אריבער געוויסע [זאכן וואס האבן אויסגעקוקט ווי] שוועריגקייטן אלס קינד, בחור, אינגערמאן וכו', וואלט איך געוואלט מיטטיילען עפעס וואס איך שפיר אז עס האט געטוישט מיין מהלך המחשבה ווי אזוי אנצוקוקן די נסיון און די וועלט אלעס ארום מיר ווען מ'טרעפט זיך אין אזא מצב.

ביי חסידי חב"ד איז זייער באקאנט די "להשכילך בינה", עס איז א פרק אנגעפילט מיט אמונה און בטחון, אין חב"ד איז דא באקאנטע מעשיות פון חסידים וואס האבן דאס געלערנט און דורך דעם איבערגעקומען זייערע שוועריגקייטן.

אלס יונג בחור האט מיר דאס איינער געוויזן, איך האב עס אנגעהויבן לערנען אפאר מאל ביז איך האב אנגעהויבען שפירן א חילוק. ווי עלטער איך בין געווארן, אלס בעסער האב איך דאס פארשטאנען, און אלס א גרעסערע חילוק האט דאס געמאכט אין מיין לעבן. איך האב עס שוין איבערגעלערענט גאר אסאך מאל, און א יעדע מאל שפיר איך ווי דאס מאכט מיר שטערקער.

אדרבה פרובירט דאס אויס. עס איז אין ספר לקוטי אמרים תניא, אגרת הקודש פרק י"א.
ביסט גערעכט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 1:24 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 1:27 am

גדליה האט געשריבן:@בענדזשאמין פרענקלין

1. דאס וואס דו שרייבסט אז שטודיעס ווייזען אז ביז 75 פראצענט מענטשען וואס גייען פאר טעראפי איז עס אפעקטיוו, איז פשט אז מ'האט געזען 75 פרעצענט מער ווי ביי די קאנטראל גרופע אין די שטודיעס ?
אויב יא קענסטו אפשר שיקען א לינק פליז.
2. נאך א זאך, ס'דא א שטודיע וואס מ'האט געמאכט ווי איין גרופ האט גערעדט צו א טעראפיסט און די צווייטע גרופ האט זיך אויס גערעדט צו סתם א מענטש וואס איז נישט א פראפעשענעל?
איך וואלט שטארק געוואלט וויסען אויב סאיז דא אזא שטודיע.
3. אגב רוב גוטע טעראפיסטען וואס האבן א אייגענע פראקטיצירענג טשארדזשען מינימום 2 מאות א וויזיט (וואס באשטייט פון קארגע 45 מינוט, דהיינו איבער פיר טאלער א מינוט)


1. דער ענטפער איז ניין, און עס ווענד זיך אויף וואספארא אישו. געוויסע פראבלעמען אזוי ווי דיפרעששן וואס קען אוועקגיין מיט די צייט פון זיך אליינס (ד"ה דער מענשט גייט דורך אליינס אן acceptance process ) איז די חילוק קלענער למשל אן טערעפי קען זיין 30 פראצענט און מיט טערעפי 75 אבער געוויסע דיסארדערס ווי OCD איז די חילוק סך גרעסער כמעט גארנישט צו 75 פראצענט. ווייל א מענטש איז נישט ביכולת כמעט זיך אליינס צו היילן. אולי ביי חמין במוצאי שבת וועלן מיר מער מאריך זיין אין די דיטעלס פון די דאטא.

2. עס איז דאכט זיך דא אזעלעכע שטודיעס ווי איך געדענק פון ימי לימודי, אבער געציילטע. די סיבה איז ווייל זיך אויסרעדן צו א מענשט קען אריינגיין אין די אלגעמיינע Person Center Therapy approach פון Carl Rogers . אדער ווי מען רופט עס אין Talk Therapy. איי וועסטו פרעגן אויף זאכן וואס טאלק טערעפי העלפט זאל מען גיין צו א חבר און זיך אויסרעדן? דער תירוץ איז אז מען ברויך עס טוען מיט געוויסע קאנדישענס אזוי ווי , empathetic understanding, realness, unconditional positive regard, active listening וכו',
ממילא איז זייער שווער צו מאכן א קאנטראל גרופ ווי מען רעדט זיך אויס פאר סתם א מענשט ווען די סתם מענשטן פאלוען נישט קיין מעניועל. און אנדערע ווערטער עס קען זיין אז א חלק מענטשן וועלן פשוט פראקטיצירן געוויסע חלקים פון די טערעפי אומוויסענדיג, און וועגן דעם טאקע זעט מען אסאך הצלחות ביי זיך אויסרעדן ביי געוויסע מענשטן וואס האבן נארטילעך א חלק אדער אלע קאנדישענס. אבער הער עגין, טאלק טערעפי אליין העלפט א רעטעך פאר OCD למשל (אן פארשטיין גוט די מחלה, און ווי אזוי צו נוצן the person center approach צו העלפן דעם מענשט מיט זיין OCD).

3. קענענדיג גוט דעם פעלד קען איך דיר זאגן אז עס זענען דא גאר גאר געלונגענע טערעפיסטן ווואס ארבעטן אין קליניקס געוויסע שעות, אידן און גוים צוגלייך, וואס די קענסט עס באקומען בחנם אדער מיט א גוטע אינשורענס, און אפילו אין פרייוועט פראקטיצירינג זענען דא אסאך וואס נעמען נישט מער ווי 150-125. עס איז לאו דוקא די וואס מאכן די מערסטע נויז, און רייסן די מערסטע געלט, און פארשטייען צו PR, אדער די וואס די רבנים עסקנים מנהלי המוסדות שיקן צו זענען די וואס טויגן די מערסטע.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 644
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2734 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 1:38 am

או אינו האט געשריבן:איז די דיעל געגאנגען שלאפן דורך אומוויסענשאפט פין דיינס א חבר וואס האט זיך פארקויפט אלס געשעפטסמאן? אדער לייגן אייגענע איטערעסע פאר דיין? קומט אריין קלאר! איך האלט שוין לאנג אז מ'זאל אנהויבן לערנען חושן משפט מיטן ציבור אדער גרינדען א כמו sec פאר אינדיווידואלע היימישע אינוועסטירער. איך האף אז נישט ביטקוין? סך הכל די עקספיריענס מאכט אייך פאר א בעסערע אינוועסטער פארן נעקסטן דורכפאל. שבע יפול צדיק וקם! עס קומט גיטע צייטן

איך באשולדיג נישט קיינעם אין מיין פארלוסט. איך נעם פול רעספאנסעביליטי ווייל ווען איך וואלט געמאכט מער ריסירטש וואלט איך אפשר נישט אינוועסטירט. למעשה האבן עטליכע זאכן פאסירט פון אנדערע זייטן און ווי כ'האב מיך נאר געדרייט איז אלס געגאנגן מיטן פיטום אראפ
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2490
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2602 מאל

הודעהדורך או אינו » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 1:41 am

ירא קהל וישפוט. דערצייל די מעשה, עס וועט אינז אסאך לערנען.
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 1:51 am

איך קען נישט אריינגיין אין פרטים, אפשר אן אנדערס מאל.

רבותי, איך מוז זאגן אז כ'האב מיך נישט געראכטן אויף אזא שטארקע רעספאנס. איינס ביי איינס גאר זאכליכע תגובות אזש ס'שפירט זיך שוין ווי א חצי נחמה. ס'טיט מיר וויי צו הערן אז אנדערע חברים דא האבן אויך געהאט פארלוסטן, אבער פון די אנדערע זייט ווערט עס א צרת רבים וואס מאכט די פעקל גרינגער.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2490
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2602 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 2:05 am

המקום ימלא חסרונך. וואס איז דא צו זאגן פאר איינער וואס איז אין א מצב ווי די וואונדען זענען נאך פריש? עס איז שווער צו זאגן עפעס וואס קען העלפן, אבער אויף אזוי פיל קען מען זאגן, אז יעדער מאכט מיט יעדעס טאג עגמת נפש, און מען קען די עגמ"נ אויפבלאזען אויף א וועג וואס ווען מען טוט פאוקעסען נאר אויף דער עגמ"נ קען עס זיין אומדערטרעגליך, אדער קען מען קוקן אויף דער עגמת נפש ווי א לימוד, א מוסר השכל וואס קען איך ארויסנעמען פון דא א לעסען פאר'ן לעבן אז עס זאל נישט געשעהן נאכאמאל צו מיר, אדער צו מיינע נאנטע. כלומר, דו האסט מן הסתם אויך געהאט יועצים וואס האבען פריער מייעץ געוועהן נישט צו מאכן דער אינוועסטמענט, און די שאלה איז פארוואס דו האסט טאקע נישט צוגעהערט וואס זיי זאגן, און דאס באדערט, אבער קענסט אויך פראבירן צו פארשטיין פארוואס האסט נישט צוגעהערט צו די יועצים, און פארשטיין אויב איינער וואלט דיר געזאגט אויף אן אנדערע אופן וואלט איר יא צוגעהערט, איז אזוי דארפסטו רעדן צו אנדערע ווען דו זעהסט אז זיי גייען מאכן אן ענליכן טעות ווי איר האט געמאכט.

חוץ וואס די אמת איז אז א פראבלעם איז נישט דער פראבלעם אליין, נאר דער רעאקציע צו די פראבלעם, און פארדעם זעהט מען צוויי מענטשן מיט די זעלבע פראבלעם, איינער איז עס בולע ווי גארנישט און א צווייטער ווייסט נישט ווי זיך אהין צו טוהן, ווייל דער רעאקציע איז אנדערש ביי דעם און ביי יענעם. א מענטש וואס האט א צרה דארף צו טראכטן צו זיין רעאקציע פאר די צרה איז טאקע אזוי געפערליך ווי דער צרה אליין.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1644
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 871 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 2:24 am

מיינע חברים וואס פלעגן פארן געמבלען אין אטלענטיק סיטי פלעגען אלץ זאגען אז די וועג צוריק, נאך א פארלוסט, איז די מערסטע פראדוקטיוו. מ'הערט נישט אויף רופען אויפצווועקען אלטע האלבע געשעפטען צוריק צו מאכן א דאללער.

ניץ דיין פארליסט אנצורייצען דיין אפעטיט צוריק צוקומען מיט א שטארקייט און פארדינען פון זאכן וואס די האלסט שוין האלב אויפגעגעבן.

סתם אזוי זאלסטו געדענקען אז ס'איז נישט מעגליך אלץ צו געווינען. מאך נאר זיכער אז די פארדינסטן איז מער ווי די פארלוסט. אזוי גייט עס אין עולם המסחר.

איך פרעזענליך האב שוין פארלוירן שווערע געלטער. אבער ביז דערווייל האב איך פארדינט נאך מער. הכלל פון די פארלוסטן לערנענט מען זיך און מ'שטייגט אוועק. נישט דא וואס זיך צו ערגערן צו לאנג. נעקסט..
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 9:19 am

ביסט גערעכט האט געשריבן:קודם כל, פאר די אלע וואס האבן/געהאט געלט פארלוסטען אדער סתם שוועריגקייטן, ווינטש איך אז דאס זאל זייער שנעל אריבערגיין אין עס זאל שנעל פארגעסן ווערן.

אלס איינער וואס איז מער ווי איינמאל אריבער געוויסע [זאכן וואס האבן אויסגעקוקט ווי] שוועריגקייטן אלס קינד, בחור, אינגערמאן וכו', וואלט איך געוואלט מיטטיילען עפעס וואס איך שפיר אז עס האט געטוישט מיין מהלך המחשבה ווי אזוי אנצוקוקן די נסיון און די וועלט אלעס ארום מיר ווען מ'טרעפט זיך אין אזא מצב.

ביי חסידי חב"ד איז זייער באקאנט די "להשכילך בינה", עס איז א פרק אנגעפילט מיט אמונה און בטחון, אין חב"ד איז דא באקאנטע מעשיות פון חסידים וואס האבן דאס געלערנט און דורך דעם איבערגעקומען זייערע שוועריגקייטן.

אלס יונג בחור האט מיר דאס איינער געוויזן, איך האב עס אנגעהויבן לערנען אפאר מאל ביז איך האב אנגעהויבען שפירן א חילוק. ווי עלטער איך בין געווארן, אלס בעסער האב איך דאס פארשטאנען, און אלס א גרעסערע חילוק האט דאס געמאכט אין מיין לעבן. איך האב עס שוין איבערגעלערענט גאר אסאך מאל, און א יעדע מאל שפיר איך ווי דאס מאכט מיר שטערקער.

אדרבה פרובירט דאס אויס. עס איז אין ספר לקוטי אמרים תניא, אגרת הקודש פרק י"א.

איר מיינט דאס?

להשכילך בינה. כי לא זו הדרך ישכון אור ה' להיות חפץ בחיי בשרים ובני ומזוני כי ע"ז ארז"ל בטל רצונך כו' דהיינו שיהי' רצונו בטל במציאות ולא יהיה לו שום רצון כלל בעניני עולם הזה כולם הנכללים בבני חיי ומזוני וכמארז"ל שע"כ אתה חי:

וביאור הענין הוא רק אמונה אמיתית ביוצר בראשית דהיינו שהבריאה יש מאין הנק' ראשית חכמה והיא חכמתו שאינה מושגת לשום נברא הבריאה הזאת היא בכל עת ורגע שמתהוים כל הברואים יש מאין מחכמתו ית' המחיה את הכל וכשיתבונן האדם בעומק הבנתו ויצייר בדעתו הווייתו מאין בכל רגע ורגע ממש האיך יעלה על דעתו כי רע לו או שום יסורים מבני חיי ומזוני או שארי יסורין בעולם הרי האין שהיא חכמתו יתברך הוא מקור החיים והטוב והעונג והוא העדן שלמעלה מעוה"ב רק מפני שאינו מושג לכן נדמה לו רע או יסורים אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב רק שאינו מושג לגודלו ורב טובו וזהו עיקר האמונה שבשבילה נברא האדם להאמין דלית אתר פנוי מיני' ובאור פני מלך חיים וע"כ עוז וחדוה במקומו הואיל והוא רק טוב כל היום וע"כ ראשית הכל שישמח האדם ויגל בכל עת ושעה ויחיה ממש באמונתו בה' המחיה ומטיב עמו בכל רגע ומי שמתעצב ומתאונן מראה בעצמו שיש לו מעט רע ויסורין וחסר לו איזה טובה והרי זה ככופר ח"ו וע"כ הרחיקו מדת העצבות במאד חכמי האמת. אבל המאמין לא יחוש משום יסורין בעולם ובכל עניני העולם הן ולאו שוין אצלו בהשוואה אמיתית ומי שאין שוין לו מראה בעצמו שהוא מערב רב דלגרמייהו עבדין ואוהב א"ע לצאת מתחת יד ה' ולחיות בחיי עו"ג בשביל אהבתו א"ע וע"כ הוא חפץ בחיי בשרים ובני ומזוני כי זה טוב לו ונוח לו שלא נברא כי עיקר בריאת האדם בעוה"ז הוא בשביל לנסותו בנסיונות אלו ולדעת את אשר בלבבו אם יפנה לבבו אחרי אלהים אחרים שהם תאוות הגוף המשתלשלים מס"א ובהם הוא חפץ או אם חפצו ורצונו לחיות חיים אמיתים המשתלשלים מאלקים חיים אף שאינו יכול:


(צריך עיון. ובאיזה כתב יד ליתא תיבות אלו [אף שאינו יכול] ובנוסחא אחרת מצאנו כך. "או אם חפצו ורצונו אף שאינו יכול לחיות חיי אמיתים כו'". ולפי נוסחא זו נראה שתיבות [אף שאינו יכול] הוא מאמר מוסגר).:

ויאמין שבאמת הוא חי בהם וכל צרכיו וכל עניניו משתלשלים באמת בפרטי פרטיותיהם שלא מס"א כי מה' מצעדי גבר כוננו ואין מלה כו' ואם כן הכל טוב בתכלית רק שאינו מושג ובאמונה זו באמת נעשה הכל טוב גם בגלוי שבאמונה זו שמאמין שהרע הנדמה בגלוי כל חיותו הוא מטוב העליון שהיא חכמתו יתברך שאינה מושגת והיא העדן שלמעלה מעוה"ב הרי באמונה זו נכלל ומתעלה באמת הרע המדומה בטוב העליון הגנוז:
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1549
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1607 מאל

הודעהדורך elter-zeide » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 10:42 am

מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן, צייט איז דע בעסטע רפואה, דאס איז איינס, צווייטענס, דאס גיטס וואס קימט נאך א בראך וועגט עטלעכע מאל איבער דאס שלעכטץ, דאס איז א דאהן פעמענט פאר דאס גיטץ וואס קימט, דריטענס, דאס איז לערען געלט פארן עתיד, וואס די האסט זיך יעצט געלערענט קען דיך קיינער נישט לערנען, איך האב דאס מיטגעמאכט אויף עטלעכענע אופנים נישט נאר מיט געלט, וואס די ליינסט יעצט בשעת עס טיט וויי וועט דיר ווייניג העלפן עס איז שווער צי פארשטיין, אי"ה מיט דע צייט וועט בעסער אין בעסער ווערן, דער נאך זייער זייער גיט זיין, בדק ומנוסה
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

הודעהדורך ביסט גערעכט » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 11:27 am

קאך_לעפל האט געשריבן:איר מיינט דאס?

להשכילך בינה. כי לא זו הדרך ישכון אור ה' להיות חפץ בחיי בשרים ובני ומזוני כי ע"ז ארז"ל בטל רצונך כו' דהיינו שיהי' רצונו בטל במציאות ולא יהיה לו שום רצון כלל בעניני עולם הזה כולם הנכללים בבני חיי ומזוני וכמארז"ל שע"כ אתה חי:


יא דאס האב איך געמיינט. א יש"כ פארן דאס אראפברענגען.
ביסט גערעכט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 1:24 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 1:48 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:איך קען נישט אריינגיין אין פרטים, אפשר אן אנדערס מאל.

רבותי, איך מוז זאגן אז כ'האב מיך נישט געראכטן אויף אזא שטארקע רעספאנס. איינס ביי איינס גאר זאכליכע תגובות אזש ס'שפירט זיך שוין ווי א חצי נחמה. ס'טיט מיר וויי צו הערן אז אנדערע חברים דא האבן אויך געהאט פארלוסטן, אבער פון די אנדערע זייט ווערט עס א צרת רבים וואס מאכט די פעקל גרינגער.

יעצט פארשטיי איך פשט אין "צרת רבים חצי נחמה". אויבנאויף איז מיר שווער, וואס פארא נחמה איז דאס? וואס פארדינט מען אז יענער האט אויך א צרה?
נאר די צרה איז בעצם צוויי זאכן, איינס די עצם פארלוסט, און צווייטענס אז מען פילט זיך ווי לוזער, אזש מ'שפירט זיך גאר שולדיג, און מען מיינט אז מען איז מאדנע. אבער אז מען הערט אז אנדערע האבן אויך דיזע צרה איז פשט אז דאס איז אן ערשיינונג וואס פאסירט ביי די שענסטע און די בעסטע, אזוי פארלירט מען די זעלבסט באשולדיגונג. איז כאטשיג פאר די עמאציאנאלע צרה - וואס איז אייגענליכט האלב פון די צרה - איז דאס א געוואלדיגע נחמה! (וכן נוהגים האבלים לאכול ביצים)
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 652
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 702 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 1:48 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
דער צווייטער גאנג איז, טאראפי. דאס באדייט זיך אויסצורעדן פאר אנדערע. אפגעזען פון די אסטראנאמישע סומעס געלט וואס דאס קאסט אפ, העלפט דאס אין אלגעמיין בלויז א מכה בדופן. און די סעסיעס ענדיגן זיך קיינמאל נישט. נעמליך, דער טאראפיסט דארף דאך האבן פון ווי צו לעבן.


אבי געהאקט אין טשייניק, אזא סטעטמענט קומט פון צופיל קראצען די פיס אין מקוה.
סייענטיפיק דעטע זאגט אנדערש.CBT למשל איז, לויט שטודיעס, עפעקיטיוו 50-75 פראצענט פון די צייט פאר דיפרעששן און ענעקזייטי נאך 8-10 סעששאנס, וכו' וכו' אויף אנדערע מהלכים און אנדערע דיסארדערס.
טשעק די פאקטן פאר די רעדסט.


איר זענט הייליג גערעכט, סקען זיין אז טראפי העלפט פאר דיפרעשן און ענעקזייטי, אבער ווען מ'לעבט מיט אמונה דערזעט מען זיך אין די אלע הויכע קאודס...


טעראפי העלפט לעבן מיט אמונה, חכם.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2419
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6768 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 9:13 pm

שמעון וואלף: כאטש איך בין איינער פון די לעצטע מנחמים. דו שטייסט שוין באלד אויף...! אבער דאך...איך וועלל אריינקומען מיט א קליינע מעשה'לע. אפשר וועט דאס בארואיגן דיין געוויסן. און העלפן פארהיילן דעם וואונד אין דיין נפש...!

איך קען פערזענליך א איד. (מער פרטים ווילל איך נישט זאגן מפני חשש גילוי.) וואס איז אמאל (בערך מיט 40 יאר צוריק) געווען ברומו של עולם. א איד א תלמיד חכם און א גרויסער עושר. און א שיינער איד אין זיין ביהמ"ד און קהילה. אויך אין זיין ..."רעגן ביהמ"ד"..., וואס געפונט זיך אקעגנאיבער זיין הויז, איז ער געווען פאררעכנט פאר א גביר , א ת"ח און א שיינער איד. און א בעל צדקה.נאך א מעלה האט ער געהאט. ער איז געווען אן עניו אויך. ער איז אייביג געזיצן אויף די מערב באנק.

ויהי היום. און ער האט פארלוירן א גרויסן חלק פון זיין פארמעגן. ווייל א חבר זיינער איז אריין אין די זעלבע ביזנעס. און געווען א שטארקע קאמפעטישן. האט ער גערופן זיין חבר צו א דין תורה ביי זייערע אייגענע רבנים ובי"ד. און ער האט פארלוירן די דין תורה. איך וועלל דא נישט אריינגיין אין די עצם דין תורה. ווייל איך ווייס נישט אלע פרטים. נאר דער תמצית איז אז זיין חבר האט געטענה'ט ביי בי"ד אז ער האט איהם געווארנט אז ער זאללן נישט אריינגיין אין זיין ביזנעס. ווייל אויב יא וועט דער חבר אריינגיין אין זיין ביזנעס. והך קאווע. און ער האט איהם געלייגט שלאפן. דאס איז שוין 2 שטארקע קלעפ. און די דריטע חלק איז. אז אין א געוויסע תקופה האטציך געמאכט א געלעגנהייט פאר זייער א גוטע אימפארטירונג ביזנעס. אין וואס ער איז אריין צוזאמען מיט זיין זון. פלוצלינג איין טאג האט דער זון געכאפט דעם טאטן און ארויסגעווארפן פון געשעפט מיט גרויסע בזיונות. און געזאגט. דו ביסט קיינמאל נישט געווען קיין שותף...!

אט דער איד האט נעבעך פארלוירן זיין גאנצן פארמעגן און דעם כבוד. און דאך האט ער זיך געשטארקט. ער גייט א יעדן טאג צו א שיעור. און ער קומט אין ביהמ"ד דאווענען. און ער האט נאך א גוט ווארט פאר א יעדן...!

הקב"ה ימלא חסרונך. דו זאלסט געבענטש ווערן מיט א סאך הצלחה. אלף פעמים ככה...עד בלי די...עד שיבלו שפתותיכם מלומר, די, די די...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12976
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8284 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 1:39 am

נאך מרור כורך קומט שלחן עורך און נאך שלחן עורך קומט א פיינע אפיקומן. @שמעון וואלף מיר זענען אלע מיט דיר!

החותם---
א איד וואס האט פארלוירן נישט נאר די הויזן נאר אויך די גאטשעס און די אייבישטער האט צום סוף געהאלפן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4852
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9428 מאל

הודעהדורך או אינו » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 11:32 am

וואטש די קליפ, וועט אייך געבן א ריינערע בליק אויף הילוך החיים. (דרך אגב, קוק אריין אויב דיין איצטיגע ווייטאג איז א טיר פאר אלטע ווייטאג ארויסצוקומען).

https://youtu.be/y5cJk1II04o
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט