בלאט 1 פון 1

ד' נתן וד' לקח - הילף נאך א פארלוסט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:01 am
דורך שמעון וואלף
זייענדיג אינטערן דרוק נאך א שווערע פארלוסט וואס האט מיך ליידער באטראפן, עפען איך די אשכול ווי מ'זאל זיך קענען מחזק זיין איינער דעם צווייטן.

די גמרא זאגט שוין דאגה בלב איש ישחנה - לאחרים, אז בלויז דאס זיך אויסרעדן א פראבלעם צו א צווייטן מאכט שוין עטוואס גרינגער. איז אודאי אזוי ווען מ'רעדט זיך דא אויס פאר חברים מקשיבים וואס האבן א ווארעם הארץ איינער פאר'ן צווייטן, און וועלן ציווארפן דברי חיזוק.

ואסיים בברכה, שישמע בשטיבל זה בשורות טובות ישועות ונחמות און טאמער ח"ו מאכט זיך ביי איינעם א פראבלעם זאל מען וויסן אז דא איז דא אן אוזן קשבת און מ'איז נישט אליין.