דורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 03, 2019 11:03 am
איך האב איין פערזענליכע געשיכטע, פון וואנעט איך האב אנגעהויבן טראכטן פון די ענין. דערנאך האב איך געשמועסט מיט א פאר מענטשן אין זייער געשיכטעס, און אנדערע זאכן זענען ארויפגעקומן וואס צוליעב דעם האב איך געעפענט די אשכול.
א חבר מיינער האט געהאט א דין תורה, און ער האט מיר געבעטן אז איך זאל מיטקומן און זיצן דארט און געבן עצות. ער האט מיר צוגעזאגט אז איך וועל נישט דארפן רעדן קיין ווארט, נאר מייעץ זיין שפעטער, אבער ווען עס איז געקומן אויף למעשה בין איך געווען דער רעדנער רוב צייט. בקיצור, געדינט האב איך אלס טוען (און שיין פארדינט פאר יענער שעות, א פרישע טוען קען נעמן $150 א שעה, און עס גייט נאר ארויף), הגם אז קיין טוען בין איך נישט און איך זוך נישט קיין נייע ארבעט אין דער געביט.
די מעשה איז אזוי, ראובן און שמעון זענען געווען שותפים אין א הויז, און שמעון איז ל"ע געשטארבן, לאזענדיג אלס פאר זיין ווייב אין א געזעצליכע צוואה ווי אויך אין א טראסט. ראובן וויל אפקויפן פון די אלמנה איר חלק און בויען דארט א בנין. שמעון'ס זון האט געטענה'ט אז זיין מאמע איז נישט קיין יורש און אין קאורט האט ער פראבירט ארויס צו ווארפן די צוואה. דער ריכטער האט נישט געלאזט, איז ער געגאנגן אין ב"ד. דער זון איז א גרויסע דבר אחר, ער האט א שמוציגען פיסק און ער האט שוין עטליכע מאל געבעטן זיין מאמאע שיינעהייט צו שטארבן. זי האט מיר געזאגט אז זי האט איבערגעלעבט די נאציס אין גאליציא, אבער אזא זון אויף די עלטער איז איר צו שווער. עכ"פ שמוציג אהין שמוציג אהער, א יורש איז ער.
מיין חבר ראובן האט שוין געהאט געדינגן א בורר, איינער וואס איז אזא טוען סארט, נאר עס פאסט אים נישט צו זיין א טוען, אבער געבן אומגעלונגענע עצות איז זיין פאך. און מ'האט שוין געחתמ'ט שטרי בירורין ביי אן אונגארישער חסידישער רב. דאס איז די ערשטע נארישע שריט, אז מ'גייט דן זיין א צוואה, וואס גייסטו צו א חסידישע? דו מיינסט טאקע אז ביי אים איז דינא דמלכותא א זאך?
שוין, דער בורר האט געזאגט אז ראובן איז נישט דער בעל דין, זאל שמעון גיין צו זיין מאמע טאמער ער וויל. און איך האב געזאגט מיין חבר אז דאס איז נאריש, ווייל טאמער דער ב"ד וועט נישט פסקנ'ן יעצט, וועט דער שמעון'ס זון רופן אין ב"ד נאך זיין מאמענ'ס טויט, און דעמאלס וועסטו דערלייגן דיין געלט און דיין האלבע בנין. מ'האט מיר נישט געפאלגט, און דער דיין האט טאקע געזאגט אז דאס איז נישט קיין גאנג, מ'דארף פסקנ'ן די זאך כאילו די מאמע איז דא, נאר די פסק וועט איר נישט מחייב זיין טאמער זי פארקויפט עס צו א צווייטן.
ווייטער, שמעון'ס זון איז געווען א יענער דבר אחר, און מיין חבר האט אלס געוואלט דאס ארויס ברענגן אין ב"ד. איך האב איבערגחזר'ט נאכאמאל און נאכאמל אז לא זו הדרך, אבער די תאווה האט געוואנען. ביי די צווייטע ישיבת ב"ד האט מיין חבר געברענגט אן אדוואקאט מסביר צו זיין די שטרות. דער אדוואקאט האט אויך פארטרעטן אין קאורט די טאכטער פון שמעון קעגן איר ברודער. ווען ער האט געזען דער אדוואקאט, איז שמעון'ס זון געווארען ווילד, און ער האט אים אטאקירט, פרעגענדיג צו ער רעדט נאך עברית מיט זיין שוועסטער. יא, בפני הדיין וקבל עם ועדה האט ער אזוי גערעדט. דער דיין האט נישט פארשטאנען די ענגליש, אבער איך האב אים געגבען א פסק אז מ'רעדט נישט אזוי. מיין חבר האט הנאה געהאט אז דער דיין זאל איינזען ווער יענער איז, נאכאמאל מיט די זעלבע שטות.
שוין, אין מיט'ן האנדלעריי האבען די בעלי דין זיך גענומן שרייען איינער אויף דער צווייטע. דער דיין האט מיר געגעבן אזא ווינק, כאילו "אזוי קומט עס, און מ'לאזט עס גיין א פאר מינוט און ווייטער".
דער דיין האט מיט מיר שפעטער געשמועסט על דא ועל הא, ביז איך האב געכאפט אז ער מיינט איך בין א נייעם טוען, און ער וויל אז איך זאל אים נעמן אלס שליש (ער האט באקומען $350 א שעה, אינקלודינג די צייט צו קומן פון ווסמב"ג קיין לעיקוואד, מיט אן אויסגעצאלטע קאר סערוויס) אין דער צוקונפט.
בקיצור, איך בין נישט קיין געניטע טוען, און איך האב מיר געטענה'ט מיט דער בורר מיט ערפארונג, און כאשר אמרתי כן היה. דער דיין וויל נישט אננעמן א צוואה, און ער וויל דוקא יא באהאנדלן די זאך ביז'ן סוף, און די עיקר האט מען געמוזט אויפווייזן אז די נכס איז געווען א חלק פון די טראסט. נאר דער מיט ערפארונג האט נישט געהאט די ערליכקייט אריין צו טראכטן און קלערן ביז'ן סוף, און צוליעב דעם האט זיין מהלך נישט געארבעט.
די דין תורה איז נאך נישט פערטיג, עס איז נאר אנדערהאלב יאר זייט מ'האט אנגעהויבן (!!!), אבער מיר דארפן אויפווייזן דוקא די נקודות וואס דער בורר האט נישט געוואלט מברר זיין.
זייט דעמאלס האט אן אלטע חב רמיינער מיר געדינגן, אבער נישט צו זיין א טוען, נאר אויסצוהערן זיין געשיכטע, און אים ווייזן ווי אומגערעכט ער איז, כדי צו זיין גרייט. ער האט מיר געקענט אלס א גוטען דרייקאפ, האט ער געוואלט נוצן דער כשרון פאר זיין צוועק. דאס איז טאקע גערעדט צו דער זאך, און יענער איז ארויס צופרידן.
ב"ה אז מיין פרנסה קומט נישט פון די זאכן, אבער פאר אביסל עקסטרע געלט פאר יו"ט איז עס גוט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin)
דא