דין תורה און ב"ד, עצות מיט ערפארונגן

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

דין תורה און ב"ד, עצות מיט ערפארונגן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס קומט מיר אויס צו שמועסן מיט פארשידענע מענטשן, ובתוכם די וואס האבן ערפארונג אין ב"ד. איך וויל דא מיטטיילן נוצבארע אינפארמאציע און אנמערקונגן, וואס קען מעגליך העלפן מענטשן אין דער געביט.

יעדער מענטש אין זיין דין תורה האלט זיך הונדרעט פערצענט גערעכט, און עס איז אים קלאר אז די אנדערע צד ווייסט דאס, און יענער וויל סתם באגנבנ׳ן. ער דארף נאר רעדן מיט ב"ד, און זיי וועלן שוין כאפן. נאר וויבאלד דער יעניגע איז אזא גענגסטער, דארף ער אן עצה דערמיט. פאר דעם דינגט מען אפ אפט טוענים גענגסטערס, וואס גענגסטער מול גענגסטער וועט אויספירען לויט די הייליגע כלל פון כל דאלים גבר.

און דעריבער, ווען מ׳דינגט א טוען, זוכט מען דוקא איינער וואס גלויבט יעדעס ווארט דיינער, און ער זאגט נאכאמאל און נאכאמאל וואס פארא באנדיט יענער איז.

למעשה, דארף מען האלטן אין קאפ אז די גאנצע זאך איז א טעות מעיקרא. דער יעניגע איז גענצליך איבערצייגט אז ער איז הונדרעט פערצענט גערעכט. ער איז פונקט ווי דיר, און בי"ד גייט הערן ביידע צדדים. זיי געראכטן אויף דעם, און גרייט צו דיין קעיס ווי מ׳רעדט צו א סקעפטישע מענטש, וואס גלויבט דיר נישט.

טאמער דו טרעפסט זיך מיט א טוען, און ער גלויבט דיר ביים ערשטן מינוט און ער זאגט דיר נאכאנאנד ווי דו גייסט געווינן, ווער פטור פון אים אמשנעלסטן. ער העלפט דיר נישט, ער גרייט זיך נישט צו מיט די פרטי המעשה, און צום סוף וועסטו זיין נישט צופרידן פון אים

זיין קונסט איז, ער זאגט דיר נאכאנאנד ווי דו גייסט געווינן, אין ב"ד מאכט ער אזא אנשטעל כאילו ער פירט די גאנצע צימער און יעדער הערט אים אויס. ער שרייט און קאמאנדעוועט ווייל יענער איז אזא שטיק שייגעץ. טאמער צום סוף געווינט ער נישט, איז עס צוליעב דעם אז די בהד איז קארופט, יענער האט געזאגט ליגענט, זיי קענען נישט לערנן וכו׳ וד"ל.

דער טוען איז א גענגסטער, אבער ער טוט זיין גענגסטעריי צו דיר אויך, ער פאפט דיר כאילו ער גייט דיר העלפן, ווען למעשה זאגט ער ליגנט

כלל א׳, טאמער איז ער א באקאנטע גענגסטער, קענסטו אים שוין אויך נישט טראסטן.
כלל ב׳, טאמער ער וויל נישט אויסהערן און רואיגעהייט דורכטון די פרטים פון דער קעיס, איז עס א סימן אז ער וויל נישט געווינען מיט די קעיס זעלבסט, נאר מיט שטיק און דריידליך.
כלל ג׳, טאמער ער האלט אין איין זאגען ווי גערעכט דו ביסט, זאלסטו וויסן, אדער ווייסט ער נישט וויאזוי בית דין ארבעט, אדער איז ער א גענגסטער.
כלל ד׳, ער מוז אייביג פרעגן די שווערע שאלות, כאילו יעדער זאך וואס דו זאגסט איז ליגענט. נאר אזוי קען ער ברענגן דיין צד לאורה.

פאר עפעס א סבה, מיינט מען אז די באקאנטע טוענים זענען בעסער ווי א צווייטע, און אז מ׳זעט די קעגענער מיט א טוען הידוע לשמצה, מיינט מען אז מ׳מוז שוין אויך נעמן אזוינס. לא מיניה ולא מקצתיה, זאל יענער נעמן זיין דזשוליק, און דו נעם אן איידעלע יונגערמאן. וועסט נישט דערלייגן.


Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר