עצות/טיפס פאר רויכערער

הילף, עצות און טיפס

עצות/טיפס פאר רויכערער

הודעהדורך לולקע באנוצער » זונטאג אפריל 07, 2019 3:24 am

כ'בין א מיואש'טער. איך האב אויפגעגעבן דעם קאמף קעגן דעם מוצאי-שבת-פארטאגס שלשול וואס רוקט זיך מיר אן מידי מוצאי שבת במוצאי שבתו. יא, איך ווייס אז ס'קומט פון מיינע אלטע ציגארעטן, אבער וואס זאל איך טון אז מיינע ציגארעטלעך ווערן אלט יונגערהייט?

געבליבן איז מיר נאך איין האפענונג קעגן דעם אנש(ט)י(נ)קעניש וואס פלאגט מיר אזוי: איש את רעהו יעזורו, אפשר וועלן מיינע ליבע קאווע שטיבל קאלעגעס אויפברענגען עפעס געדאנקען, טיפס, אדער כאטש מיר ברענגען נאך א באקס אשר יצר פאפיר וואס האט זיך מיר אקארשט יעצט אויסגענוצט.

איז האב איך געעפנט דעם אשכול אלס א פלאטפארמע פארצולייגן מיינע עטליכע בעיות בענייני רויכערן, און אזוי אויך פאר אלע רויכערער דא אין שטיבל, לפרק ולתרץ, לעשן ולהתעשן.

מיינע צוויי ברענענדיגע שאלות זענען:

1. וויאזוי האלט מען צוריק דעם שאכטל ציגארעטן פון זיך עלטערן פריצייטיג?

2. בדיעבד אז ער איז אלט געווארן, וואס קען מען טאן צו ראטעווען דעם טעם און דעם מאגן?

וכל העם רואים את הלפידים ויענו ויאמרו וכו' וכו'.

נ.ב. א מראה מקום צו קויפן קארטאנען פאר ביליג וואלט אויך נישט געשאדט פאר מיין בערזל זז"ג.
באניצער אוואטאר
לולקע באנוצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:10 am
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג אפריל 07, 2019 6:35 am

קודם, הער דיך אויף פילען געטראפן. ס'דא אסאך יודען וואס זענען נושא בעול דעם סעודות שב"ק פאר עטליכע טעג, און ווארטען בכליון עינים ס'זאל שוין מקוים ווערען די פתיחה לנעילה פון די נקבים וחלולים. געלויבט דער בורא אז ביי דיר האלט מען שוין היבש אינטערוועגענס מוצ"ש/פארטאגס. נאך בעסער וואלט געווען צו זיין אויפ'ן וועג שוין שב"ק נאכ'ן שינת צהריים, נאר פאר דעם דארף מען שוין זעהן צו עסען די ריכטיגע מאכלים כדי ס'זאל זיין כבולעו כך פולטו.

איצטער צום גוף הסוגיא. זוכסט אן עצה אז קפצה זקנה לציגערעטליך? כ'גלייב אז די איינציגסטע עצה איז צו פערטיגען די פושקה בתוך צוויי טעג, אדער העכסטענס דריי טעג. ס'דא אזעלעכע פלעסטיק פושקעלעך וואס מ'קען דערין אריין לייגען די באקס ציגארעטלעך, כ'האב עס נישט פרובירט צו ס'העלפט טאקע, אבער כ'גלייב אז איינמאל ס'איז אפען די באקס הייבט שוין אן גיין א גאנג. אין פריזער זאלסטו למען השם נישט אריינלייגען, ווייל ס'טרוקענט אויס פון די פרעסט אסאך שנעלער. אין ישיבה פלעגט מען נעמען די מסירות נפש'דיגע באהאלטענע אלטע ציגערעטליך און מעביר זיין על לשונו צוצילייגען א לחלוחית צו דעם. מן הסתם האט עס געהאלפן א מכה און א רעטעך.

בקיצור, אין חכמה, אין עצה, ואין תבונה. מאך שלום מיט'ן מצב אדער רייכער מער אפט...

ביליגע ציגארעטלעך, אין וומב"ג, איז דא ביי די דעלי נאסטרענד קארנער מערטל. אמאל פלעג ער געבן א קארטאן פאר 75, אבער היינט מיין איך ער'ז שוין ארויף ביז 85. אויב מען איז אין די אומגעגנט אדער אינטערוועגענס, האלבוועגס א-קראס ניו דזשערזי אדער ערגעץ אויף די I-84 west , דאס מיינט נישט ווייט פון פענסעלוועניע דעמאלטס קען מען דארט באקריגען די ביליגסטע ציגארעטלעך אין דעם געגענט.

פארשטייט זיך, אויב מען וויל צו צאלן פאר א road trip קען מען קויפן פאר נאך ביליגער אין Virginia אדער Missouri ...
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3025 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 07, 2019 11:48 am

לולקע באנוצער: ראשית כל וויל איך דיך דיאגנאזירן. כאטש א גרויסער פסיכאלאג (וואלווי) האט דיך שוין דיאגנאזירט. אבער ס'איז אייביג גוט די מיינונג פון א צווייטן מומחה. (איך בין א מומחה אויף יושב'ן מוצאי שבת קודש.). דיין פראבלעם קומט נישט פון די אלטע ציגארעטלעך.. נאר פון די שמאלץ/מאטיאש/ און געפיקלטע הערינג. אויך די גאלע און טשאלנט האבן דא א ווארט...! והשנית. דו ביסט נישט דער איינציגער. האלב פון כלל ישראל פארברענגט א יעדן מוצאי שבת קודש פונקט אזוי. (די אנדערע העלפט עסן נישט קיין טשאלנט. און גייען נישט צו קידושים שבת אינדערפריה. זיי פארן מיט די קארס שאפינג. מיט זיי שלאגן מיר זיך. אונז די קדושי אמוני ישראל א יעדן שבת. נאכ'ן אנשאשקען זיך אין ביהמ"ד כמעט א יעדע וואך.)...!

מיין עצה צו פארלייכטער'ן די גזירה פון יושב'ן, איז אז דו זאלסט דיר מיטנעמען גענוג אינטרעסאנע ליין מאטעריאל. אדער זיך שפילן מיט דיין געפילטערטן, טמא'נעם סמארטפאון. למשל די מערריאם וועבסטער דיקשאנערי עפפ. האט גענוג גוטע געימס וואס מ'קען זיך שפיעלן. (נישט ח"ו קיין ציונות, רח"ל מהאי דעתא). אדער גוגל טרענסלעיט איז זייער אינטרעסאנט.ספעציעל וואס זיי האבן צו זאגן. און וויאזוי זיי פארטייטשן א סאך אינטרעסאנטע מימרות אויף אידיש...! אויך גוגל וואויס. דו קענסט אריינזאגן אלערליי שטותים און נארישקייטן. און ער וועט דיך פאלגן...! בשורות טובות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12984
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8292 מאל

Re: עצות/טיפס פאר רויכערער

הודעהדורך לולקע באנוצער » זונטאג אפריל 07, 2019 2:24 pm

וואויל געזאגט וואלווי, וואויל געזאגט בערל. נאר איין זאך וויל איך מסביר'ן דא אז איך בין בכלל נישט גליקליך מיטן האבן די חבלי לידה מוצאי שבת, ווייל ס'ברענגט נישט קיין ממשות'דיגע תוצאות, געווענליך מוצאי שבת קומט מיר נאר דער זופ און נישט די קניידלעך, בעסער געזאגט די קניידלעך קומען אין פארעם פון די זופ... אקעי שוין לאמיר נישט פארעקלען דעם ציבור. לענ"ד איז דאס א דירעקטע תוצאה פון די אלטע חצוצרות וואס איך בין מעלה מיט א פארכאפטן אטעם בשעת ויהי נועם ואתה קדוש.
באניצער אוואטאר
לולקע באנוצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:10 am
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: עצות/טיפס פאר רויכערער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 07, 2019 8:53 pm

וואס איז מיט אונז? יעדער שבת ווייסט מען די פרייז וואס מ׳גייט צאלען, און מ׳טוט עס ווייטער. א נארמאלע מענטש, ווען איין מאל ער עסט עפעס און עס פאסירט צו איהם עפעס אומגעוואונטשען, טוט ער עס נישט נאכאמאל. און מיר אידען אינאיינעם, מיר האבען נישט מורא פאר קיינעם, מיר רוקען וואך איין וואך אויס, למעלה מכפי יכלתו ווי דער רבי האט געזאגט, און מיר קלאגען נאך דער אפפאל דערפון.

און די שפיטאל אונטער׳ן בריק איז די ציגארעטל, און יעצט זוכט מען א לעזונג צו דעם! הערסט א מעשה?!

עס זיך נישט אן, רייכער נישט, וועט אייך גוט זיין, אויף דערוועלט און אויף יענער וועלט, ווי מיר האבען געהערט פון דער קאלעווער רבי אליינס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8449
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7925 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 07, 2019 9:04 pm

לולקע באניצער: אמאל. (פאר מ'האט געוואוסט אז רייכערן שאדט פאר די לונגען און פאר דעם בלוט צירקולאציע סיסטעם.) האט מען געהאלטן אז רייכערן ציגארעטלעך איז געזונט פאר'ן דיידזשעסטיוו סיסטעם. און ס'העלפט צו צו הכנות. און אפשר טאקע אזוי...!

אין שו"ע איז דא א סאך שאלות אויב מ'מעג ...."לשתות טוטי"ן"... פאר'ן דאווענען. און אום תשעה באב אדער יו"ט. עכ"פ זעהען מיר פון דעם אז מ'האט עס געהאלטן פאר א רפואה. און ישיבה בחורים האלטן אויכעט אזוי...!

למעשה. האסטו 2 ברירות. אדער זיך לאזן וואויל גיין מיט די מאכלי שבת קודש. און די גוטע געשמאקע משקאות פון חמר מדינה. אויף וואס דער עולם מאכט קידוש. אזוי ווי גוטע, בארימטע בוירבאנס אדער סקאטש וויסקי (די אויף וועלכע ס'איז נישט דא קיין חשש פון יין נסך.) נאר ליידן די קאנסעקווענצן אום מוצש"ק. נאך סעודת מלוה מלכה, פארשטייצעך...!

אדער א יעדן שבת קודש נאכ'ן דאווענען זאלסטו דיך מוציא זיין מיט א צווייטן ביי קידוש (במקום סעודה. תרתי משמע.). און דאמאלס וועסטו נאר יושב'ן אום מוצש"ק אין זכות פון דעם טשאלנט וואס דיין רביצין שתליט"א קאכט. און ס'בלייבט איבער (כמעט) א יעדע וואך. ווייל ווען מ'האלט אין שטוב ביי דעם טשאלנט האלטסטו שוין לאנג נאך סעודת ר' חידקא...!

איך רעד פון מיין אייגענע עקספיריענס. ואין חכם כבעל הנסיון...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12984
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8292 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג אפריל 08, 2019 5:02 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז מיט אונז? יעדער שבת ווייסט מען די פרייז וואס מ׳גייט צאלען, און מ׳טוט עס ווייטער. א נארמאלע מענטש, ווען איין מאל ער עסט עפעס און עס פאסירט צו איהם עפעס אומגעוואונטשען, טוט ער עס נישט נאכאמאל. און מיר אידען אינאיינעם, מיר האבען נישט מורא פאר קיינעם, מיר רוקען וואך איין וואך אויס, למעלה מכפי יכלתו ווי דער רבי האט געזאגט, און מיר קלאגען נאך דער אפפאל דערפון.

און די שפיטאל אונטער׳ן בריק איז די ציגארעטל, און יעצט זוכט מען א לעזונג צו דעם! הערסט א מעשה?!

עס זיך נישט אן, רייכער נישט, וועט אייך גוט זיין, אויף דערוועלט און אויף יענער וועלט, ווי מיר האבען געהערט פון דער קאלעווער רבי אליינס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


וואס טוסטו מיט די ניגון "עולם הזה איז א גוטע זאך...?"
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3025 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

Re: עצות/טיפס פאר רויכערער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 08, 2019 6:30 am

ווארפטס טאקע אוועק יעדע יאך, אינקלודינג די הייליגע מאכלי שבת וואס שטאפען די מאגען, קאפ און כל מיני איברים, און לערן תורה שבת נאך מיטאג, נאך און נאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8449
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7925 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:56 am

ליטוואק וועיט א מינוט!

איך בין געעוועזן א העבי רויכערער (א פישעק א טאג) געפראסן אן א שיעור!
ב''ה איך בין שוין היינט א לענגערע תקופה אראפ פון דאס אלעס נאכדעם וואס איך האב גענומען די ריכטיגע שריט אויף זיך צי העלפן
עס גייט נישט אזוי אז מען זאגט הער אויף צי טוהן דאס הער אויף צי טוהן יענץ.... דער סארט געזאגעכץ פון די אלע געזונטע וואוליע אידן האט מיר גארנישט געהאלפן
אלאן קאר שרייבט אין זיין ביכל THE EASY WAY TO STOP SMOKING אז אויף NO SMOKING DAY רייכענען דער רייכערערס דאפעלט! און איך פארשטיי דאס זייער גיט
ווער עס וויל וויסן ווי אזוי איך האב אויפגעהערט רייכערן און אנגעהויבן צי לעבן קען זיך פארבינדן מיט מיר אויף אישי
א דאנק
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: עצות/טיפס פאר רויכערער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 08, 2019 1:18 pm

לגבי רייכער׳ן ביסטו גערעכט. אבער לגבי עסן שבת ביסטו נישט. איך מיין נישט מ׳זאל מאכען א דייעט. פראסט און פשוט, טאמער דער קוגל שבת צופרי מאכט זיצען, בעט דיין ווייב זי זאל עס שוין נישט מאכען. אז עס איז נישט דא קיין קוגל, עסט מען נישט קיין קוגל. אז עס איז די העררינג, קויף נישט קיין העררינג. פראסט און פשוט. דאס אויפהערן עסן צופיל איז א שווערע מעשה, אבער נישט עסן וואס מאכט גלייך ווייטאג איז לכאורה לייכטער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מאנטאג אפריל 08, 2019 6:14 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8449
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7925 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מאנטאג אפריל 08, 2019 5:07 pm

ביי רוב מענטשן איז דער פראבלעם נישט דער ''ווייב'ס'' קוגל און דער ''געקויפטע'' הערינג
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 08, 2019 5:39 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:מיין עצה צו פארלייכטער'ן די גזירה פון יושב'ן, איז אז דו זאלסט דיר מיטנעמען גענוג אינטרעסאנע ליין מאטעריאל. אדער זיך שפילן מיט דיין געפילטערטן, טמא'נעם סמארטפאון..... אויך גוגל וואויס. דו קענסט אריינזאגן אלערליי שטותים און נארישקייטן. און ער וועט דיך פאלגן...! בשורות טובות...!

ר' בערל איר רעדט אין טוילעט? :?: :idea: :roll: :?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15081
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18055 מאל


גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט