וויפיל סייזעס מעג מען באשטעלען אנליין?

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 448 מאל

וויפיל סייזעס מעג מען באשטעלען אנליין?

שליחה דורך חד גדיא »

א שאלה וואס איך וואלט געוואלט הערן די מיינונג פון מיינע ליבע חבירים. כ'האב היינט באמערקט מיין ב"ב תחי' באשטעלן א קליידל אנליין, און זי האט באשטעלט דריי אנדערע קאלירן פון צוויי סייזעס. צוזאמען 5 קליידער. זי זאגט אז א קלייד אנליין איז נישט מעגליך צו זעהן וואס איז פאסיג. נישט די קאליר און נישט די סייז. איז נישט דא קיין ברירה נאר באשטעלן אסאך און צוריקשיקן וואס פיט נישט אדער איז נישט גוט. (ס'איז דא אומזינסטע שיפינג אויף צוריק)

איז מיין שאלה איז דאס א חסידישע זאך אדער אזוי איז אנגענומען איבעראל? כ'ווייס אז טייל קאמפעניס נעמען שוין נישט צוריק פון היימישע זיפקאוד'ס, אבער יענס איז בעיקר וועגן מ'פלעגט ליידער צוריקשיקן געניצטע זאכן. איז די פרעקטיס פון קויפן אסאך א נארמאלע זאך וואס איז אנגענומען ביי יעדעם? אויב יא, וואס איז די שיעור? וויפיל קליידער מעג איך קויפן ווען איך וויל קויפן איין? וויפיל פאר שוך מעג איך קויפן ווען איך וויל נאר איינס? ס'מיז זיין א שיעור, ווייל די שיפינג אויף צוריק קאסט דאך פאר די קאמפעני, און אפילו איך גיי בלייבן מיט איין קליידל, קענען זיי פארלירן מער געלט פון די וואס איך שיק צוריק פון וויפיל זיי פארדינען אויף די קליידל וואס איך קויף למעשה.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר