געדענק נישט ווי אזוי א מאווי הייסט

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 877
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1584 מאל

געדענק נישט ווי אזוי א מאווי הייסט

שליחה דורך כרם זית »

איך ווענד זיך דא מיט א בקשה צום ברייטן ציבור. א שטיק צייט צוריק האב איך משמר (געוואטשט בלע''ז) געווען א מאווי. פארשטייט זיך אז עס איז געווען בזמן שאינו יום ולא לילה כמבואר בתלמיד. די פראבלעם איז נאר אז ווען עס איז אריבער בין השמשות און איך האב זיך צוריק געזעצט לערנען האב איך פארלוירן די פלאץ (נישט אומזינסט פלעגן מיינע מלמדים אינפארסירן די ''טייטלן'' געזעץ). און ווען איך בין צוריק געקומען די נעקסטע ביה''ש האב איך נישט געטראפן די מאווי.
זעמער געגאנגן צום browsing history מיטן ציל צו טרעפן שפירן פונעם פארלוירנע מאווי. אונז דרוקן אויפן לינק. קומט ארויף א הודעה פון יו טאוב אז זיי האבן איבערנאכט אוועקגענומען די מאווי צוליב א פארלעצונג. זייט דעמאלט האט כרמל'ס נשמה קיין מנוחה ניט. ער לעכצט און ער גארט צו משלים זיין די מאווי. אלזא טייערע חברים כ'וועל דא שרייבן די מעשה פון די מאווי, מיטן האפענונג אז איינער פון אייך וועט מיר קענען ארויסהעלפן, ויהא שלום.
די מעשה איז גאנץ א פעפערדיגע. געווען א ווייבל וועלכע האט קיין ש''ב קיינמאל געהאט. אבער נאכדעם וואס איר מאן האט רח''ל געשלאגן איר באליבטע זון האט זי מחליט געוועזען, עד כאן און זי האט אפגעיאפעצט.
א ליבע צו פייגלעך האט זי געהאט, ממילא פלעגט זי זיך דרייען אויף א זייטל וואו פייגל ליב האבער פלעגן פארברענגן. דארט האט זי געטראפן א מאן פון חלום ארויס, און מיט עקסטאז אפגעמאכט צו שרייבן כתובה.
זיי האבן חתונה געהאט און דער מאן האט זיך אויפגעפירט צו איר גאר ראמאנטיש. אבער נאכן טרעפן אין זיין קאר א נעקלי''ס מיטן אויפשריפט ''צו מיין אמת'ע ליבע'', האט נישט געהאלפן זיין הסברה אז ער האט עס געקויפט פאר איר און ער האט עס פשוט פארלוירן.זי האט אים אנגעהויבן חושד זיין.
דער מאן פלעגט פיל אוועקפארן פאר ביזנעס. האט זי אפגעמאכט זי גייט אים נאכקוקן. קומענדיגע מאל ער האט פארלאזט די הויז, האט זי שנעל איבערגעלאזט איר זון ביי א שכנטע, א נייע חברטע, און זיך אריינגעזעצט אין איר אוטה און אים גענומען נאכפארן. און...
יאפ! זי זעט ווי נישט מער און נישט ווייניגער, זיין קאר שטעלט זיך אפ פארנט פון א הויז. גייט ארויס פון קאר, און אריין אין הויז. אינגאנצן אין כעס גייט זי אריין אין די הויז וועלענדיג אים פאקן ביי די מעשה.
זי נעמט זיך שרייען זייןם נאמען. ער ענטפערט נישט. זי שרייט ''איך ווייס אז דו ביסט דא''. אין קול. לויפט זי ארויף די טרעפ פון די הויז, און טרעפט אים מיט א געשאסנע פרוי. ער לייגט די ביקס צו איר קאפ און זאגט, ''די פאליציי וועט דא זיין אין געציילטע רגעים. זאג אז דו האסט געהארגעט די פרוי. מאך אויף א מעשה אז דו ביזט געווען דזעלעס פון איר. אויב דו טוסט נישט אזוי, איז דיין קינדס לעבן אין געפאר''. ער לויפט ארויס און לאזט איר דארט פאר די פאליציי.
מורא האבנדיג פאר איר זונס לעבן האט זי גלייך מודה געווען אין די מארד. זי האט באמערגט אז איר מאן שטייט אינדרויסן וויינענדיג אויף די מארד, שפילינדיג ווי די מאן פון די געהארגעטע.
גלייך אין פאליציי סטאנציע האט זי גלייך געבעטן צו מאכן א פאן קאל, דערקלערנדיג אז זי איז נישט די מערדערין נאר זי האט עס געמוזט טון פאר די זיכערהייט פון איר זון, און זי מוז ריפן די בעביסיטער זיכער מאכן אלעס איז אקעי. ווען די אויספארשער האט איר איגנארירט האט זי ארויסגעכאפט זיין ביקס צווינגענדיג אים איר צו ווייזן די וועג ארויס. גלייך האט זיך אנגעפאנגן א געיעג נאך איר. זי האט געהיידזעקט א טראק ביי א דערנעבנדיגע גאז סטאנציע, צווינגענדיג דער דרייווער איר צו פירן אהיים.
זי קומט אן אינדערהיים, גייט גלייך צום שכנטע'ס הויז. זי גלייבט נישט וואס זי זעט, די שכנט'ע איז דערשאסן, און איר קינד איז נישט דארט.
זי האט געכאפט אז איר מאן איז נישט געווען א פשוטע טשידער. נאר פאר ביידע פרויען האט ער זיך אנגעגעבן מיט אנדערע נעמען אז זייער ''מאן''. זי האט גלייך געגוגלט די נעמען און געזען אז דאס זענען נעמען פון קינדער וועלכע זענען אומגעקומען אין א פייער עטליכע 20 יאר פארדעם. נאכן פארשן ווייטער האט זי אנדעקט אז די זעלבע שפיל האט ער געמאכט מיט נאך עטליכע פרויען. זי האט זיך יעמט ארויסגעלאזט זוכן די פרויען ווארענען איבער זייער סכנה'דיגע מאן.
...און דא האלט איך...
קען מיר איינער העלפן מיט די נאמען פון די מאווי?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר