אליינס צווישן מענטשן.

הילף, עצות און טיפס

אליינס צווישן מענטשן.

הודעהדורך dan » מיטוואך יולי 29, 2020 3:27 pm

א גיטן טייערע יודן,
איך קים דא ארויף שרייבּן פין ווייטאג, דאס ליגט שוין אויף מיין הארץ יארן, אפשר וועט ארויסקומען א טובה, (פאר מיך אדער פאר אנדערע). איז אזוי,
איך בּין זייער א געלונגענע מענטש, איך בּין קליג, איך פארשטיי גוט א עסק, בּרוך השם איך האבּ זייער א גיטע מערידש, א גיטע דשאבּ, וואס ליגט מיך אויפן הארץ איז, איך פיל מיך זייער לאנלי.
דאס הייסט, למשל, איך דאווען שוין אין זעלבּע שול א 6-7 יאר אין איך פיל נאכאלץ אזא ליידיגקייט, פארלוירנקייט,
אין די ארבּעט האט מיך גענומען א גוטע יאר צו ווערן בּאקוועם צווישן מיינע קאווארקערס אין זייער אסאך מאל ווער איך ממש דיפּרעסט פין דעם,
אין איך בּין זייער אנגעוויזן צי סאשילייזן מיט מענטשן, אבּער איך בּין זייער שעמעדיג...
סא וויל איך וויסן צו סדא נאך מענטשן וואס פילן אזוי, אין אויבּ איינער האט עני עצה מיך צי העלפן אין מיין איינזאמקייט צווישן מענשן.
א דאנק.
dan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 15, 2020 6:13 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 3:38 pm

איין טיפ. דאווען אין די קלענסטע שוהל וואסי נאר שייך, ממש נאר א מנין מענטשן, איך זאג דיר סהעלפט זייער. גרויסע שולן איז נישט גוט פאר דיר (חוץ אמאל פאר א מנין).
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

אליינס צווישן מענטשן.

הודעהדורך חתן בחור » מיטוואך יולי 29, 2020 3:42 pm

יא, בקצור נמרץ מאוד. די דארפסט פארשטיין אז שעמעדיקייט און סאושעל ענקזייעטי איז דורכאויס פאלש. דהיינו די איינציגסטע זאך פון וואס האסט מורא איז דאס פחד אליינס, ס׳איז גארנישט דא נאכדעם וואס קען פאסירען וואס גייט דיך שלעכטס טוהן, ס׳איז נישט מער ווי א פחד פון פחד. ווייל וואס די האסט נאר מורא פון איז למעשה נישט קיין עכטע שלעכטס, ס׳איז דיר פשוט איינגעבאקן אין קאפ אז ס׳איז עק וועלט טאמער זאגסטו עפעס נישט ריכטיג, אדער מאכסט א טעות אינמיטען רעדן א.ד.ג.

איינמאל די פארשטייסט דאס, און די גלייבסט אין דעם, אין די לעבסט מיט דעם געדאנק, וועט זיך די פחד אפטוהן פון דיר. ס׳וועט צוביסלעך צוגיין. און ס׳איז איינמאל זיכער אז נאכ׳ן פארלירן די פחד וועסטו ניטאמאל ציקומען צו מאכן טעותים אדער קעקעצן וכדומה.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

הודעהדורך גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 3:46 pm

יא, די אלע מיט סאשעל ענקזייעטי, אלעמאל סעקענד געסן זיי זיך צו וואס זיי האבן געזאגט צו מהאט עפעס נישט גוט געזאגט, דארפסטיך פורק עול זיין פון דעם אין שלאגן כפרות פון די דאגות,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

Re: אליינס צווישן מענטשן.

הודעהדורך פאליטיקאנט » מיטוואך יולי 29, 2020 3:46 pm

ברענג מער ארויס דיין פראבלעם, דו ביסט א שעמעדיגער, אדער דו ביסט לאנגווייליג אלס רוטין?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 787 מאל

הודעהדורך dan » מיטוואך יולי 29, 2020 3:55 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:ברענג מער ארויס דיין פראבלעם, דו ביסט א שעמעדיגער, אדער דו ביסט לאנגווייליג אלס רוטין?

סאיז נישט סתם לאנגווייליג, איך גלייבּ סדארף נישט צו מאכן דיפּרעסט ווען מאיז אבּיסל בּארד פאר א שעה( נישט רוטין), אין יא איך בּין שעמעדיג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך dan אום מיטוואך יולי 29, 2020 4:22 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
dan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 15, 2020 6:13 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 29, 2020 4:20 pm

האב יעדעם אין בארד
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1726
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך יולי 29, 2020 4:21 pm

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1663
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1227 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 29, 2020 4:25 pm

יעדער זאך קען מען נוצן פאר עבודת ה'. טראכט אריין ביים 'איכה ישבה בדד' וויאזוי די שכינה הקדושה לעבט, ווען אלע איר פריינט האבן איר אפגעלאזט, קיינער איז נישט אינטרעסירט אין איר, קיינער וויל איר נישט קענען, יעדער ווייזט איר א רוק. אזוי וועסטון זיין א זוכה ורואה בשמחתה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך dan » מיטוואך יולי 29, 2020 4:28 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:האב יעדעם אין בארד

נישט בּאד?
dan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 15, 2020 6:13 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 29, 2020 4:44 pm

dan האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:האב יעדעם אין בארד

נישט בּאד?

אין בוידעם אין באד ווי אימער . פון א מענטש וואס דו האלטס פאר א וועלטס שוטה שעמסט דיך אויך ? מסתם נישט , אמת? האסטו דיין תירוץ דו קיקסט צופיל ארויף מענשטן און דו האסט מורא פון מענטשן ארבעט אויף דעי צוויי נקידות און דיין לעבן וועט דיר זיס ווערן

און איך וויל אייך פרעגן אן אינטערסאנטע קשיא ביי די הקדמה פון אייער פראבלעם זאגט איר אז איר זענט קליג.... ווי פאר א שווארץ יאר קימט אריין אין אייער פראבלעם אז איר זענט קליג למאי נפקה מינה איר מיינט אז נאר קליגע מענטשן האבן א רעכט צו סאשילייזן ?

דא שטעקט די פראבלעם... שאלות חכם חצי תשובה איר קיקט צופיל אויף וויזוי מענטשן קיקן אויף אייך ווייל איר האט מורא פון מענטשן. שלאגט כפרות מיט דעם און הערט אויף טראכטן וואס מענטשן טראכטן אויף דיר וינעים לך

וויזוי האט דער חכם געזאגט : טראכט נישט וואס יענער טראכט אויף דיר ווייל קיינער טראכט ניט ער איז צו פארנימען וואס דו טראכסט אויף עים!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1726
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 29, 2020 6:35 pm

1-זייער מעגליך אז די "פייטן" מהלך קען דיר העלפן.

נעם א פען און פאפיר און שרייב אראפ א 10 משלים פון זאכן וואס מאכן דיר ענקזייעטי, למשל:
גריסן איינעם
זיך אנרופן ביי א קופקע
צוגיין צום עמוד
וכו וכו

דאן מאך דיר א קביעות איינמאל א טאג "דווקא" צו טוהן איינס פון די זאכן (הייב אן מיט גרינגערע, און צוביסלעך גיי צו שווערערע), זיי נישט יוצא מיט א זאך וואס איז געשעהן אן דיין ווילן, נאר טוה עס מיט א לשם יחוד. און בעפאר דו טוהסט עס זאג ארויס מיט דיין מויל I couldnt care less... :lol:

אז דו וועסט עס טוהן מערערע טעג "אין א ציה", איז דא שטארקע טשאנסן ס'זאל דיר גרינגער ווערן אויפן לעבן..

2-נאך א זאך וואס קען העלפן אין אזא מצב, איז זיך אריינלייגן שטארק אין עפעס און דורכדעם בויען סעלף קאנפידענס, למשל,
לערן דיך א פאך דורך און אדורך, און די בענעפיטן זענען נישט נאר פאר די פרנסה מעגליכקייט, נאר דאס אז דו קענסט עפעס וואס די רוב קען נישט און דו קענסט העלפן דערמיט מענטשן קען דיר שטארק בויען.

3-זעלבסט פארשטענדליך אז טעראפי קען שטארק העלפן.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך דעת » מיטוואך יולי 29, 2020 9:02 pm

ס'גוט צו וויסן וועלעכע טייפ פון די מייערס בריגס סיסטעם און די ענעגרעם מען איז.
עס קען העלפן זיך קענען בעסער און פארשטיין וואס האלט דיך צוריק און וואס געבט דיר חיות. וואס איז דיין פערזענליכע ענקזייעטי און וואס איז די עצה דערצו.

די בושה קען קומען פון פארשידענע (פאלשע) דעת קדמונים אז
-איך בין א מעשוגענער
-איך בין דיפעקטיוו
-איך בין נישט גענוג קלוג געלונגען שיין שטארק וכו
-איך האב נישט וואס צוצוגעבן
-וואס איך וויל זאגן האט שוין א צווייטער געזאגט
-מען גייט לאכן פון מיר
אדער סיי וואס.

די עצה איז קודם צו זיין עוועיר וואס די דעוועל איז און נאכדעם קען מען עס בעסער פייטן.
דעת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 04, 2020 12:21 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: אליינס צווישן מענטשן.

הודעהדורך לולקע באנוצער » מיטוואך יולי 29, 2020 9:20 pm

אט איז א מהלך: פאר דו גייסט אריין אין ביהמ"ד טראכט צו דיר, "איך בין אנגעוויזן אויף וואס מענטשן האלטן פון מיר, און אויב זיי קוקן מיר אראפ בין איך גארנישט ווערד." טראכט דאס איבער עטליכע מאל, ביז דו הייבסט זיך אן צו שעמען פון דיר אליין פארן האבן אזא גלויבונג. דאן גיי אריין אין ביהמ"ד.
באניצער אוואטאר
לולקע באנוצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 82
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:10 am
האט שוין געלייקט: 760 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

אליינס צווישן מענטשן.

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג יולי 30, 2020 11:53 pm

ס'נישט דא קיין תירוץ, און דאס אליינס איז די בעסטע תירוץ. כ'קען מיך נישט אויס מיט פרטי מיני אנושיות, אבער אויווען אויף, אויב זענט איר אן introvert, אזוי ווי ס'איז אביסל במשמע, דעמאלטס איז די בעסטע מהלך צו איינדערקענען דיין אייגענארטיגע נאטור, און גיין דערמיט. ס'מוז נישט זיין אז מ'דארף עפעס פארעכטן בכלל, די שטערקסטע זאך איז בלויז זיך צו פארשטיין.

וחילופיהן ביי אן extrovert, וואס פונקט אזוי קען ער זיך טרעפען מיט אן introvert, און אמאל דארף ער זיך אויך בעסער פארשטיין צו גיין ווייטער. בקיצור, ס'מוז נישט זיין אז ס'דא א גאנצע מערכה ווי אזוי זיך צו טוישן. אזוי ווי ביי אסאך שטערונגען, איז דאס זיך אליינס אפלערנען און געבען פלאץ איינע פון די בעסטע מיטלען.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3316 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יולי 31, 2020 8:30 am

וואלווי: דו ביסט 100% גערעכט אז מ'דארף נישט ארבעטן אויף משנה זיין א נאטור פון א מענטש. נאר געבן פלאטץ פאר זיין מהות.

אני הקטן. בין איך א סאך מאל (רוב) אין אן עקסטראווערטאלע מאאד. איך ווילל אויסדרוקן מיין מיינונג. און הערן א צווייטנ'ס מיינונג. מיט אלע פרטים און פיטשעווקעס.

אן אנדערע טייל מאל, האלט איך ביי גארנישט זאגן. אדער הערן א צווייטנ'ס מיינונג. ווען יענער רעדט, אינטרעסירט מיך אינגאנצן נישט וואס ער זאגט.איך וואונדער מיך וואס ער האקט א טשייניק. ביניך אויך מסכים מיט אלעס וואס יענער זאגט. אפילו ער זאגט אז די קוען זענען געווען גרין אדער בלוי. איז די זעלבע זאך ביי מיר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14006
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9114 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 02, 2020 9:58 am

לולקע באנוצער האט געשריבן:אט איז א מהלך: פאר דו גייסט אריין אין ביהמ"ד טראכט צו דיר, "איך בין אנגעוויזן אויף וואס מענטשן האלטן פון מיר, און אויב זיי קוקן מיר אראפ בין איך גארנישט ווערד." טראכט דאס איבער עטליכע מאל, ביז דו הייבסט זיך אן צו שעמען פון דיר אליין פארן האבן אזא גלויבונג. דאן גיי אריין אין ביהמ"ד.

@לולקע באנוצער, פין וואו קימט צי דיר דער מהלך
אייגען עקספעריענס, סברה, סעלף העלפ, ביסט עוסק בתורת הנפש אלס פראפעשען?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל


גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 2 געסט