יסוד גדול אין מארקעטינג

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

יסוד גדול אין מארקעטינג

שליחה דורך קורץ און שארף »

ריכטיגע השתדלות: ווער איז דיין ציל ?
גאר א וויכטיגע פונקט איז דא אין הלכות מארקעטינג, און הגם ווער עס האט נאר איבערגעטרעטן די שוועל פון מארקעטינג אין ביזנעס ווייסט דאס, פארט געפינען מיר פאר וויכטיג דאס גוט ארויסצוברענגן צוליב די וויכטיגקייט דערפון.
און קורצן: דו דארפסט וויסן גענוי ווער זענען דיינע פאטענציאלע קליענטן, כדי צו קענען פרובירן זיי צו דערגרייכן.
אויב די ווייסט נישט פינקטליך וואס דיין goal איז, דאן קענסטו אנפאנגען צו טוהן השתדלות פון היינט ביז איבער מארגן, אבער אן קיין רעזולטאטן.
צום ביישפיל: אייער נעכטן ווען איך בין אריין אין מיין קאר, זעה איך ביים פענסטער א קליינעם ביזנעס קארד, איך נעם עס אין די היינט צו געבן א קוק דערויף, און איך זעה ווי עס איז קארטל פון די לאקאלע car wash פון אראונד די קארנער, און עס שטייט נאך א געוויסע דיסקאונט אין די זייט אויב מען קומט צוזאמען מיטן קארטל. איך גיב א קוק אן מיין קאר, אההה דאס קען געוויס נוצן א קאר וואש, אוקעי, אפשר מארגן צופריה וועל איך אהין גיין גלייך פאר די ארבעט.
דאס איז פארגעקומען, ווי דערמאנט, אייער נעכטן. – נעכטן ווען איך קום צו מיין קאר, זעה איך שוין ווייטער א קארטל, איך נעם די קארטל אין די האנט, און איך זעה ווי דאס איז פון א קאר סערוויס, וואס געפינט זיך נישט ווייט פון דא.
וואס איז געשעהן? ווי איך שטעל זיך פאר האט איינע פון די מעקסיקאנע קאר סערוויס דרייווער'ס געזעהן אויף זיין קאר פענסטער, פונקט ווי מיר, די קאר וואש קארטל, און האט באשלאסן: אויב די קאר וואש קען ארומלייגן זיינע קארטלעך, דאן פארוואס זאל איך נישט טוהן די זעלבע זאך? דער מעקסיקאנער איז בטבע א פלינקער (נער....) און געזאגט און געטוהן, צומארגענס אינדערפריה איז ער צוזאמען מיט זיינע חברים אין גוטע פריינט ארומגעגאנגען מיט א גאנצע באקס ביזנעס קארדס און געלייגט אויף יעדע קאר.
וואס דער חכם האט נישט געכאפט איז: איינער וואס האט א קאר דארף אויף קיין פאל נישט קיין קאר סערוויס נומבער......
וואס ער דארף יא איז א קאר וואש!
דער ערשטער וואס האט געלייגט דער קארטל פאר די קאר וואש, האט געוויסט גענוי וועם ער דארף צילן. די וואס פארמאגן קארס, און ממילא וועלן זיי דארפן פון צייט צו צייט מאכן א קאר וואש.
ווידער דער צווייטער האט פשוט נאכגעמאכט דער ערשטער, אן פארשטיין וועמען ער צילט, און דעריבער האט ער גענומען א גאנצע באקס ביזנעס קארדס און עס ווי אויסגעגאסן אין די מיסט, (און כ'רעד שוין נישט פון די צייט וואס דאס האט אים גענומען).

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר