ס"מ שדכנים

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

ס"מ שדכנים

שליחה דורך היסטאריע »

באקומען אין געוועב, נישט געוויסט פין דער מציאות.
צו די חשוב'ע טאטעס און מאמעס פון קינדער וואס גייען צו שידוכים. ה' עליכם יחיה.

ב"ה אונז זענען מיר געבענטשט מיט שדכנים אין אונזערע קהילות, עס איז דא אזעלכע געווענליכע שדכנים, און אסאך שדכנים וואס ווילן זיין שדכנים. בדרך כלל, זענען שדכנים פיינע מענטשן, וואס פראבירן צו רעדן א שידוך, זאגן א נאמען, אפאר פרטים, און רעדן מיט ביידע צדדים, פראבירן אביסל צו שטופן דורך זאגן מעלות וכו', און אז איינער וויל נישט, איז נישט, אויב ביידע ווילן יא ממשיך זיין, איז דא א מזל טוב.

עס איז דא פראבלעמאטישע מענטשן, וואס בדרך כלל מאכן זיך די פראבלעמען די מענטשן אליין אהן, זיי ווילען עפעס מער, אמאל ווייסן זיי אליינט נישט וואס זיי ווילן, זיי ווילן עפעס וואס ווען זיי הערן וועלן זיי וועלן, אהן פארשטיין וואס ציט זיי באמת, צו געלט, צו יחוס, צו סתם "חשוב", און אמאל ווייסן זיי יא, אבער עס איז נישט לפי ערך, כלומר אדער ווייל זיי אליין זענען נישט לפי ערך פון די משפחות וואס זיי ווילן, אדער ווייל דער בחור צו מיידל וואס זיי האבן איז נישט לפי ערך פון דער בחור אדער מיידל וואס זיי ווילן, און זיי זענען אבער פאר'עקשנ'ט צו האבן דוקא וואס זיי קענען נישט באקומען.

אזעלכע מענטשן ווערען נאכגעלאזט פון שדכנים, ווייל מען דארף ארבעטן אסאך שווערער כדי צו קענען מאכען א שידוך, און זיי ווערן נישט באצאלט פאר ארבעטן שווערער, און ממילא פראבירן זיי ליבערשט אויף מענטשן אדער שידוכים וואס מען דארף נישט ארבעטן אזוי שווער.

איז דא אבער דאך א מציאות, א מענטש וואס וויל דוקא א שידוך, א ספעציעלע שידוך, און צאלט א שדכן פאראויס פאר זיין צייט צו ארבעטן שווערער פאר אים, דאס הייסט מיט נאכלויפן דער מבוקש, און איבעררעדן און מסביר זיין וכו'. לכאורה איז דאס אקעי, מען קען נאכלויפן א מענטש פאר א שידוך, און כל זמן מען טוט נישט קיין נידריגע שטיק ווי מיר וועלן באלד שרייבן, איז עס בסדר, געבן טיפס, יענעם מעמיד זיין על "טעותו", זאגן אז דאס וואס ער מיינט וועגן דער מדובר אדער מדוברת איז נישט ממש אזוי, ער קען פרעגן דעם און יענעם, אדער מסביר זיין ווי "חשוב" די משפחה איז, און אז ער פארשטייט פשוט נישט וכו', אזעלכע זאכן זענען פארשטענדליך.

אבער איז דא א מציאות פין א ס"מ שדכן וואס גייט פיל ווייטער פין דעם, ער שטעלט אונטער מענטשן זאלן אים העלפן, רופט משפחה און ידידים פון יענעם און זאגט דו ווייסט יענער איז פשוט א חסר דעה ער וויל נישט טוהן דער שידוך מיט פלוני, בעהט זיי צו "העלפן" זייער ברודער שוואגער ידיד דורך רופן און מסביר זיין אז זיין תפקיד איז טוהן א שידוך מיט יענעם. ולא עוד, טאמער ער הערט אז יענעם רעדט מען א שידוך מיט עפעס וואס ער וויל יא, און אונזער שדכן איז דאך באצאלט צו באקומען יענעם פאר זיין קונה, וועט ער פראבירן קאליע מאכען און אין דער ערד לייגן יענע שידוך אז עס זאל נישט געשעהן, ווייל ער דארף אים דאך פאר זיין קונה.

טאמער ווייסט ער ווער עס פיטערט פאר דער מבוקש אינפארמאציע, למשל א זוהן וואס לערנט אין דער ישיבה, א טאכטער א טיטשער צו אין דער זעלבער כיתה, קענען זיי אונטערשטעלן משגיחים מנהלים מדריכות וכו' זאלן רעדן מיט יענעם און אנזאגן נישט צו זאגן די חסרונות, צ.ב.ש. זיינע שוואכקייטן, מיט פארשידענע אויסריידן, און עס איז נישטא קיין עק צו די דרייענישען וואס דער באצאלטער שדכן קען אנדרייען.

איבריג צו זאגן, אז דער מבוקש, נישט אייביג ווייסט ער אפילו וואס געשעהט דא, ער ווייסט נישט אז די אלע מאדנע זאכען וואס געשעהן ארום אים זענען א תוצאה פון די אנדרייענישן פין יענעם "געלונגענעם" שדכן, ער קען אמאל זיין יצא מדעתו פין די מאדנע געשעהנישן, פארוואס קוקן זיינע נאנטע אויף אים מאדנע, און זיין טאכטער וויל פלוצלינג נישט רעדן מיט אים וועגן אנדערע מיידלעך מיט פארשידענע עקשנות'דיגע תירוצים. און אמאהל אפילו אויב ער ווייסט יא, פילט ער זיך פארלוירן און עלנד, נישט וויסנדיג מער וועמען ער קען טראסטן.

דערפאר שרייב איך די שורות, מיט א בקשה צו אייך, נוצט נישט דער ס"מ שדכן פאר אייערע סעלפישע געברויכן, עס לוינט נישט. און טאמער זענט איר פין די מענטשן וואס ווערן געבעטן דורך דעם ס"מ צו העלפן, איר מוזט נישט אפזאגן, איר קענט זיין אים רואיג איגנארירן און ווען ער פרעגט צו מען האט עס געטוהן קענט איר אים זאגן ליגנט אז יא, איר האט גערעדט. נישטא קיין סיבה צו זיין א שליח לדבר עבירה. און טאמער פילט איר זיך אויף דער אנדערע זייט מטבע, פין די וואס דער ס"מ לויפט נאך, און שטעלט אונטער פיסלעך וכו', זאלט איר וויסן אז מיר פילן מיט אייך, און זייט מתפלל אז דער רבש"ע זאל מכלה זיין די קוצים מן הכרם.

ביטע מפרסם זיין די שורות אין גרופעס.

יישר כח.
בייגעלייגטע פיילס
Document1.pdf
(52.66 KiB) אראפגעלאדנט 128 מאל
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
רעאגיר