קוקט נאך אייערע נאנטע (טינעיזשערס)

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1589 מאל

קוקט נאך אייערע נאנטע (טינעיזשערס)

שליחה דורך מתבודד »

ברוך השם ס’איז היינט א וועלט ווי יעדע פראבלעם האט א סעלושען, פלוס א ארגעניזאציע מיוחד פאר די פראבלעם, און ס’איז אפי’ דא וואוילע אידן וואס אויב הערט מען נישט פאר צוויי וואכן פון א פראבלעם צרה אדער פירצה ביי כלל ישראל וועלן זיי אליינס פאבריצירן עפעס לטובת הכלל, פרי אף טשארזש. שוין, ב”ה פאר דעם...

איין זאך איז דא אבער וואס כ’האב נאך קיינעם נישט געזען עכט רודערן דערוועגן, און הגם כ’ווייס נישט ווי פארשפרייט ס'איז, און וויפיל ליידן פון דעם, וועט עס דעם וויקטים נעבעך אוועק’הרג’ענען בגוף בנפש ובממון, און וועגן דעם איז איין ליידענדע אויך וועי טו מאטש.

והנה, אין היינטיגן ליידיגן וועלט וועלן אסאך טינעיזשערס מיט א פאון אוועקגעבן שעות ע”ג שעות אויף סאשעל מידיע וואס כשלעצמו איז נישט די בעסטע זאך אפשר, אבער די חורבן געשעט ווען מ’פאלט אריין מיט א סקעממער, וואס אויב האט מען נישט די קאנפידענס און יענער האט די ריכטיגע מאניפולעישן סקילס און טולס - און בדרך כלל האבן זיי - דאן קען דער וויקטים פארלירן געלט צייט און כח און אפי’ זיין איידענטיטי תרתי משמע, בשעת דער מוואקטים דרייט נעבעך מיט אים ווי כפרה אין כף הקלע.

אבער לאמיר גיין צוביסלעך. בחורים וועלן ארומוואנדערן אויף די נעט זוכן אינטערטעימענט, נייעס, פאלטיק, ביזנעס און אויך לאוו. יעצט די רשעות’דיגע פישכאפער דרייען זיך ארום און זיכן א שוואך פישל, און כ’וועל נישט אריינגיין אין די פונקטליכע מהלכים וויאזוי זיי וועלן מאכן דעם וויקטים שיקן זיין ערשטע פעימענט, הרבה דרכים לבהמות אלו, אבער איינמאל דאס געשעט וועלן זיי יענעם אנכאפן ביים קארג און זיכער מאכן אז ער צאלט נאך, און נאך, און נאך ממש אן א סוף, דערביי פייניגנדיג אים מיט שרעקליכע און ביטערע בלעקמעיל וכדומה פון וואס דער וויקטים קען ממש אראפגיין פון זינען אדער זיך גענצליך איזאלירן פון מענטשן, ה”י.

פארשטייט זיך אז אויב דער וויקטים איז אריינגעפאלן אין פירסט פלעיס איז ער געווענליך נישט די גרעסטע פיקח, אדער מאוסט קאנפידענט און מסודר’דיגע מענטש, וואס די פאקטן מאכן סאך שווערער די ארבעט אים ארויסצוזען פון זיין פלאנטער. ער לעבט אין פאראנויע און קען זיך נישט עפענען פאר איינעם אדער ווייסט ער נישט וועם צו טראסטן וכו’.

די סיבה כ’האב מחליט געווען צו שרייבן דערוועגן איז ווייל איך האב מיט געהאלטן אזא קעיס ווי דער בחור איז נעבעך צוגרונד געגאנגן פארנט פון מיינע אויגן.

בקיצור נמרץ, איך קען דעם בחור און כ’האב געהערט פון איינעם פון זיינע קרובים אז כאטש וואס ער ארבעט ווערט עפעס זיין געלט מיסטעריעז נעלם, און אויך זעט מען אים כסדר שיקן גיפט קארטלעך דורכ’ן פאון.. כ’האב תיכף צאמגעשטעלט פון וואס מ’רעדט, לכאורה, און כ’האב אויפגעהויבן א טעלעפאן צו דעם בחור’ס מענטאר/טעראפיסט און דערציילט דברים כהווייתן, ער האט שטייטצעך צוגעזאגט טון עפעס דערוועגן אבל עדיין לא נושענו, גארנישט האט זיך נישט געטוישט. ס’איז אריבער א תקופה אין וואס כ’האב גערעדט צו (מענטשן וואס האלטן זיך פאר) גרויסע מחנכים און פסיכאלאגן און כ’בין געווען שאקירט צו הערן אז מ’רעדט בכלל נישט פון א אייסעלעיטעד קעיס ווי כ’האב געמיינט, נאר ס’איז דא אסאך אזעלכע.

בקיצור זעענדיג אז כ’קום אין ערגעץ נישט אן מיט די אלע אזויגערופענע פסיכאלאגן און עסקנים, (די עלטערן זענען נישט געווען קיין גרויסע הילף דא) האב איך מחליט געווען אליינס צו טון עפעס, כ’ווייס נישט אויב ס’איז געווען די ריכטיגע זאך צו טון אבער איין טאג האב איך בדרך לא דרך גענומען זיין פאון אן זיין וויסן און געעפנט, זוכנדיג א האלבע מינוט האב איך געטראפן די קאנווערסעישאן מיט זיינע פאנגערס,

וואס זאל איך ענק זאגן. וואס כ’האב געליינט דארט האט צוריסן מיין הארץ!! די רוצחים שפילן ארום מיט זיינע געפילן ווי א אינגעלע מיט די קוגעלעך. אויב געסטו נישט די געלט גיי מיר רופן די פאליציי, האסט נאך א שעה וכו’ וכו’, און ווען ער איז נעבעך דעספערעט און זוכט נאך פון וועלכע חבר ער קען נאכאמאל בארגן א הונדערטער און בעט זיך מ’זאל אים געבן נאך א שעה, טוען זיי אים להכעיס נישט ענטפערן כדי צו אנציען זיינע נערוון.
די אנפאנג פונעם שמועס האב איך נישט געזען, ס’האט אויסגעקוקט ווי ער פארמעקט עס יעדע שטיק צייט, אבער אזויפיל האבעך יא געזען דאס ער איז נישט באגאנגן קיין שום קריים און זיי זענען פשוט'ע סקעממער און באטריגער.

כ’האב דעם בחור גערופן און געטראגן אין א רואיגע פלאץ און גלייך צוגעגאנגן צום פוינט. איך האב אים מסביר געווען בדברים רכים אז זיי קענען און גייען אים גארנישט טון און זיי שפילן סתם ארום מיט אים. איך האב אים נישט געלאזט גיין ביז ער האט קלאר פארשטאנען און אויסגעמעקט די קאנווירסעישן און געבלאקט די נאמבערס.

א תקופה שפעטער האב איך געמאכט מיט אים א פאללאו אפ קאלל און ער’ט געזאגט עז ער איז געענדיגט מיט זיי און שפירט זיך סאך בעסער זינט דאן.

כ’בין נישט נאאיוו און איך ווייס אז ס’קען זיין ער’ט סתם גע'שקרנ'ט כדי צו זיך אפשאקלען פון מיר, אבער היות מיך האט די גאנצע זאך ממש אויסגעדרעינט האב איך אויפגעהערט רעדן מיט אים אויף די נושא. בפרט אז ס’האט מיר באמת אויסגעקוקט אז ער האט זיי טאקע אפגעלאזט.

מיין פוינט איז נישט געווען צו פארציילן די מעשה נאר צו מעורר זיין די ציבור.
טייערע ברודער און שוועסטער, זעסט דיין חבר שכן ברודער קאזין איז עפעס זייער פארמאכט און אנגעצויגן, זיין געלט ווערט אים מיסטעריעז נעלם, ער האלט אין איין בארגן געלט אן זאגן פארוואס ער דארף עס, ער האט א פאראנויע ארויסצוגיין אין גאס, שיקט גיפט קארדס פאר איינעם וכו’ וכו’, קוק אריין אין די מעגליכקייט אז ער איז נעבעך פארכאפט אין א אומשולדיג פעקל. ער קען מעגליך דארפן דיין העלפ דעספערטלי.

נ.ב. יעדער קען אריינפאלן נישט דווקא א בחור, נאר דיבר הכתוב בהווה.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר