שפיר דיין פּיין

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1445 מאל

שפיר דיין פּיין

שליחה דורך דיכטער »

איך וויל, מיט רשות פון די חשוב'ע מנהלים און לייענער, עפענען אן אשכול וואס זאל זיין דעזיגנירט פאר חברים און מעמבערס צו שרייבן און מיטטיילן זייערע געפילן, פלאגענישן און ערפארונגען אין לעבן, אויף א רואיגן, באקוועמען פארנעם. דווקא נישט אויף א וועג צו זוכן פראקטישע עצות אדער טעכנישע הדרכות פון אנדערע, נאר איינפאך אראפשילדערן אויפן פאפיר (אקראָן) וואס עס ליגט זיי אויפן הארצן.

איך האב געטראפן אן אנדערע אשכול ענליך צו דעם: מיזרעבל לעבן אבער דאך איז עס נישט געווען אינגאנצן גלייך צו דער אויבערמאנטע ציל.

און דערמיט וויל איך אנהייבן.

עס מאכט זיך אמאל אז א געפיל נעמט ארום דעם מענטש, עס פאנגט איהם און וויל איהם נישט אפלאזן. דער מענטש טרעפט זיך אין א פארלעגנהייט, ער ווייסט נישט פונקטליך וואס ער שפירט, קען נישט טרעפן די פאסיגע ווערטער עס צו שילדערן, ער קען עס אייגענטליך אליין נישט אידענטיפיצירן אבער דאך איז די געפיל דארט, געבליבן שטעקן ביי איהם אין האלז. ער קען עס נישט שלינגען אבער אויך נישט אויסשפייען.

אין אזא צייט איז די בעסטע עצה אפיר צו נעמען דעם באהאלטענעם פעדער, פאר עס איז חצות הנפש און זיך נעמען שרייבן אויפן פאפיר אלעס וואס קומט נאר ארויף אויפן געוויסן. יעדע מחשבה וואס קומט אויפן אויבערפלאך טרעפט זיך א באקוועמען פלאץ אונטן אויפן פאפיר. קיין שום געדאנק, איבערלעבעניש, געפיל אדער צעמישעניש ווערט נישט איגנארירט - ווי נישטיג און טריוויאל עס זאל זיך נאר נישט שפירן, יעדער באקומט זיין פארדינטן אויפמערקזאמקייט.

אמת, דאס וועט נישט פארקלענערן די פראקטישע פראבלעמען וואס נודזשען אינדרויסן פון די זוימען ארום דעם פאפיר. דער בילל וועט נישט ווערן באצאלט און דער קרענק וועט נישט פארשווינדן ווערן, אבער דאך וועלן די געפילן וועלכע זאמלען זיך אן ביי דער עפענונג פונעם רער אינעם האלז, זיך עטוואס זעצן און וועלן זיך לייכטערהייט אראפגליטשן ביז אינעם הארץ וואו זיי וועלן באקומען זייערע אזוי-לאנג ערווארטעטע, ווארימע אויפנאמע און ארויסגעקוקטע קבלת פנים. די געפילן וועלן רוישן, דאס הארץ וועט האסטיג קלאפן און טרערן וועלן אראפפליסן די באקן און דאן וועט עס געשען.

א טיפע רואיגקייט וועט ערזעצן די כוואליעס, א זיכערע פרייהייט וועט זיך שפירן איבער דעם גאנצן קערפער און א נייע האפענונג פאר א ליכטיגן מארגן וועט זיך אנזען אויפן האריזאנט און שטייטעליך אויפשיינען, ווארפענדיג ווארימע שטראלן איבער דער ברייטע שמייכל וואס וועט זיך אויסשפרייטן אויפן געזיכט.

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר