שווארצער פרייטאג דיעלס

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בונם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:15 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שווארצער פרייטאג דיעלס

שליחה דורך בונם »

בלעק פריידעי, ווי עס ווערט גערופן אין אמעריקע, איז איין טאג נאך די טענקסגיווינג חגא, און דער טאג הייבט זיך טראדיציאנעל אן דער שאפינג סעזאן.

געשעפטן עפענען זיך פריער ווי געווענליך. אפט אזוי פרי ווי פיר אזייגער פארטאגס, אדער נאך פריער. עס איז פון די פארנומענסטע שאפינג טעג אין יאר, און מעגליך גאר דער סאמע פארנומענסטער שאפינג טאג פונעם יאר.

דער נאמען "בלעק פריידעי" איז געגעבן געווארן צו באשרייבן די געדיכטע מאסן און שווערער טראפיק פון א טאג נאך "טענקסגיווינג" וואס האט פארשווארצט די גאסן. א שפעטערע הסבר אויף דער נאמען איז געגעבן געווארן, אז דער טאג ברענגט גרויסע פראפיטן פאר די געשעפטן און זייערע פינאנצן ווערט געשריבן אין שווארצע טינט אנשטאט אין רויט.

דאס יאר וועט בלעק פריידעי אויסקומען קומענדיגע וואך פרייטאג, נאוועמבער 23, און היות מיר אלע קוקן ארויס אויף די גאר גרויסע מציאות וואס מען קען אין יענעם טאג איינהאנדלען, איז דער אשכול געווידמעט אז מען זאל לייגן סיי וועלכע גוטער דיעל וואס האט א שייכות מיט בלעק פריידעי.

עס איז גוט און וויכטיג צו געדענקען אז אין דעם טאג איז די קאנקורענץ אזוי גרויס, אז מען קען זעלטן טרעפן אזעלכע מציאות דורכאויס דעם יאר, ווי אין דעם איינעם טאג.
“Strong minds discuss ideas, average minds discuss events, weak minds discuss people”
Socrates ―

דער אשכול פארמאגט 62 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר