בלאט 1 פון 1

נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:33 pm
דורך שמעקעדיג
גוטע עפפס פארן סמארטפאון ווערט דיסקוסירט איבעראל, וואס איז וועגן פראגראמען אויפן קאמפיוטער?

נישט קיין נפק"מ צי נייע צי א עלטערע קאמפיוטער, אינסטוליר איך די פאלגענדע פראגרעמ'ס.
אויב האט איר אייגענע גוטע זאכן, אדרבה, לייגט צו.

חלק א':

Cute PDF writer
אלע אייערע דאקומענטן קענען ווערן א PDF פייל. דער פראגראם אינסטולירט זיך אלס א פרינטער, איז אומזיסט, און האט נישט קיין עדס אדער וואטערמארקס אינעם PDF פייל.

Foxit Reader
אנשטאט Adobe PDF reader, וואס איז שטאט און פארנעמט א געוואלד ריסאורסעס, איז דער PDF ריעדער בליץ שנעל און געשמאק אויסגעשטעלט.

Ccleaner
פון Piriform, זיי האבן עטליכע נוצבארע פראגראמען פאר אומזיסט. דער פראגראם טוט אויסקליענען דזשאנק פיילס און אסאך אנדערע זאכן (בעסער ווי ווינדאוס), און אויסרייניגן דעם רעזשיסטרי, קער נעמען פון סטארט-אפ פראגראמען, און נאך.

Recuva
פון דעם זעלבן קאמפאני, א "אנ-אירעיס" טאל, אויב האסטו בטעות עפעס אויסגעמעקט, קענסטו עס צוריקברענגען.

MoffSoft Free Calculator
א קאלקיולעיטאר וואס האט אין זיך פיל מער תוכן ווי דער ווינדאוס קאלקיולעיטאר, גרעסערע אותיות און קנעפלעך, א טעיפ ביי די זייט צו זעהן און סעיוון און פרינטן אלע קאלקולאציעס.

חלק ב' בקרוב אי"ה.