וויאזוי צו רעדן אידישקייט צו גוים

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 923 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1011 מאל

וויאזוי צו רעדן אידישקייט צו גוים

שליחה דורך ביבער »

אין מיין דזשאב קומט מיר לעצטענס אויס אסאך צו אויסגעפרעגט ווערן דורך נייגעריגע גוים איבער אונזערע מנהגים און לבוש, דעם ריינעם אמת איז נישט אלעמאל פראקטיש צו זאגן סיי ווייל נישט אלעס קענען זיי פארשטיין און סיי ווייל אסאך מאל קען עס מאכן א שלעכטן איינדרוק, ס'פארהאנען זאכן וואס זענען ביינונז הייליג און איז ביי זיי אפגעפרעגט ווי למשל סעגרעגאציע צווישן גענדער'ס, אסאך מאל זעה איך מענטשן ווערן געפרעגט האקעלע שאלות דורך די מידיע דזשורנאליסט'ס און זיי ענטפערן אזוינע נאנ-סענס אז איך שעם מיך שטאטץ יענעם, די מידיע פאסמאקעוועט זיך מיט אזעלכע נארישע סטעיטמענטס, און עס קען מאכן א גרויסן חילול השם, דעריבער וויל איך דא אנפרעגן פאר די חשובע חברים, און ווער עס האט גוטע עצות און פראקטיק זאל ביטע מיטטיילן.


1. וואס זענען די פאות, קאפל, ציצית, וואס אידן טראגן? (שוין געהאט מענטשן וואס ווילן "אלעס" עקסטער פונקטליך פארשטיין.)

2. פארוואס גייען פרויען מיט א שייטל?

3. פארוואס האבן אידן גרויסע משפחות?

4. פארוואס גייען (פרומע) אידישע קינדער אין עקסטערע סקול'ס?

5. וואס איז מען מסביר ביים נישט וועלן שעיקן הענדס? אדער פאר'ן נישט וועלן זיצן נעבן א פרוי?

6. פארוואס טוהן זיך (אסאך) אידן נישט אויפפירן עטיש? ווי למשל אפן האלטן א טיר, גריסן, איבערגעבן?

7. פארוואס לערנען נישט (אולטרא פרומע) אידן ענגליש, קאמפיוטער, סייענס?

איינער האט נאך?

א תודה למפרע פאר אלע משיבים.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר