וואס קען מען טוהן אין ארץ ישראל?

הילף, עצות און טיפס

וואס קען מען טוהן אין ארץ ישראל?

הודעהדורך וויליאמסבורגער » זונטאג יאנואר 06, 2013 2:34 am

אין די קומענדיגע וואכן וועל איך האבן די זכי' צו זיין מיין ערשטע מאהל אין ארץ ישראל. איך וועל אי"ה טוהן וואס איך דארף דארטן טוהן (זיך באטייליגן ביי א געוויסע חתונה), איך וועל אי"ה זיין אין מירון צפת טבריה און אנדערע מקומות הק'. אבער וואס נאך קען איך טוהן? איך וויל נישט צוריקקומען פון דארטן און נאכדעם הערן "אוי, ביסט נישט געגאנגען דארטן?! נע, א שאד!"
וועלכע אינטערסאנטע פלעצער לוינט זיך צו גיין?
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך משה געציל » זונטאג יאנואר 06, 2013 2:37 am

אויב דו ביסט נישט קיין סאטמערער זאלסטו זען צו גיין צום כותל.
אויב דו ביסט א סאטמערער זאלסטו נישט גיין צום כותל.
אויב דו ביסט א אויפגעקלערטע סאטמערער זאלסטו גיין צום כותל און זאגן אז דו האסט גארנישט געשפירט עפעס העכערס דארט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2730 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » זונטאג יאנואר 06, 2013 2:43 am

איךהאב שוין געשריבן אז מקומות הק' איז געקאווערט. איך רעד פראקטיש וועגן וואס נאך מ'קען טוהן.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך משה געציל » זונטאג יאנואר 06, 2013 2:47 am

פראביר אויס דעם ים המלח אביסל, ווי אויך קענסטו פראבירן אביסל די בערג אין חרמון ווי מען קען געווענדליך גיין אייז סקיניג אין די ווינטער חדשים.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2730 מאל

הודעהדורך טעפל » זונטאג יאנואר 06, 2013 6:06 am

וויליאמסבורגער האט געשריבן:איךהאב שוין געשריבן אז מקומות הק' איז געקאווערט. איך רעד פראקטיש וועגן וואס נאך מ'קען טוהן.

לעבען כותל איז דא סעגוועיס.
http://www.segwayz.co.il/
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 06, 2013 12:45 pm

אויף צו גיין סקיען דארפסטו נישט קריכן קיין אר"י, האסט סאך העכערע, שענערע, בעסערע בערג דא אין ניו יארק, ווי אויך איז חרמון ארויס פון וועג, זייענדיג די צפון שפיץ פון א"י.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7408 מאל

הודעהדורך גלות יוד » זונטאג יאנואר 06, 2013 1:34 pm

גיי צו ראש הנקרה דאס איז לדעתי איינע פון די שענסטע פלעצער אין ישראל
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:16 am

עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1617 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:16 am

ס'איז שווער צו זאגן וואס ס'וועט דיר זיין אינטערעסאנט, ס'דא דארט אן אויסוואל פון אלע מיני אטראקציעס, זאג צו די ווילסט זען נאטור, שיינע סינעריס אדער וואסער פאלן, דאן קענסטו גיין קיין עין גדי, באניאס, מצפה רימון, וכו', פאר אנדערע מיני סינעריס קענסטו טאקע גיין קיין אילת, ווי איחוד זאגט, אויב היסטאריע האסטו גאנץ אלט שטאט ירושלים, עכו, חברון, מצדה, און אן א שיעור נאך, בעדער האסטו אין ים המלח, חמי טבריה, חמת גדר, וואסער ספורטס איז דא אין אילת, טבריה, אסאך שטעט וואס זענען אויפן בארטן, ווי תל אביב, הרצליה, איך נתניה, ועוד, מוזיאון (מאזעאמס) איז דא אן א שיעור אין תל אביב, ווי אויך אין ירושלים...
אקיצור, איך קען שרייבן ביז מארגן, ס'ווענד זיך וואס דו זוכסט, ס'איז אן ארץ אשר כל בו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געפילטע פיש אום מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:19 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7408 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:17 am

איחוד פעלד האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.

אה האב איך געמאכט א לעבן אין אילת. דער גאנצער טריפ איז געווען ווערד בלויז פאר דעם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7790 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » מאנטאג יאנואר 07, 2013 2:53 am

לויט ווי איך פארשטיי פארט איר צום סאטמארער חתונה, ממילא א סאטמארער יונגערמאן וואס פארט אויף אלע גוטע מקומות איז בעיסיקלי קאווערד ווייל אין די אלע מוזעומס און בכלל אין תל אביב וועט איר זיך שפירן ווי א גוי אין ברטנורא, לענ״ד השפל.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 858 מאל

הודעהדורך געוואלד געשריגן » מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:07 pm

איחוד פעלד האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.


אילת איז נישט א טייל פון ארץ ישראל
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 1:03 am
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 07, 2013 6:36 pm

ארץ ישראל = דאס אידיש לאנד. אדער דאס לאנד פון אידן.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7408 מאל

הודעהדורך signout » מאנטאג יאנואר 07, 2013 6:39 pm

לאליפאפ האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי פארט איר צום סאטמארער חתונה, ממילא א סאטמארער יונגערמאן וואס פארט אויף אלע גוטע מקומות איז בעיסיקלי קאווערד ווייל אין די אלע מוזעומס און בכלל אין תל אביב וועט איר זיך שפירן ווי א גוי אין ברטנורא, לענ״ד השפל.

איך גלייב ער איז נישט קיין סאטמערער, ווען יא וואלט ער נישט געזיכט ארומצופארען אין געפאלט די רבי
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1114
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:50 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל

הודעהדורך משכיל » מאנטאג יאנואר 07, 2013 6:54 pm

עס לוינט צו גיין זעהן די גרויסע כוללים, אויך די גדולים וואס לעבען היינט אין ארץ ישראל הרב קניבסקי, הרב שטיינעמאן, הרב עובדיה

גרויסע אידישע בנינים פון די גרויסע פארטייען-חסידותן

די סיפריה הלאומית אין ירושלים

פארען אין די שטחים זעהן ווי די מתנחלים לעבען א לעבען פון מסירת נפש ממש
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך טישו באקס » מאנטאג יאנואר 07, 2013 7:13 pm

כאפ א שפאציר אין אלט שטאט ירושלים, (אפילו סאטמארע גייען אהין און מ'קען זעהן דעם כותל פון א הויכן פלאץ פון אנטקעגן). פארשטייט זיך מיט איינעם וואס איז שוין באקאנט אינעם געגנט, כדי נישט בטעות אריינצובלאנדזשען אינעם אראבישן קווארטל.
באניצער אוואטאר
טישו באקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך בדחן » דינסטאג יאנואר 08, 2013 1:28 am

כאפ א שפאציר אינעם שטאט צפת לאוו דווקא קברים, עס איז דא דארט אזויפיל הסטאריע, מען קען דארט שפאצירען טעג און וואכען, וועסט נישט חרטה האבן.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג יאנואר 08, 2013 2:33 am

טישו באקס האט געשריבן:כאפ א שפאציר אין אלט שטאט ירושלים, (אפילו סאטמארע גייען אהין און מ'קען זעהן דעם כותל פון א הויכן פלאץ פון אנטקעגן). פארשטייט זיך מיט איינעם וואס איז שוין באקאנט אינעם געגנט, כדי נישט בטעות אריינצובלאנדזשען אינעם אראבישן קווארטל.

דו דערמאנסט מיר גוטע צייטן, ווען איך האב פרובירט אליין ארויסצושפאצירן פון אלט שטאט דורך שער יפו מיט מיין אשת חיל. א שרעק האט אונז באפאלן זעענדיג די לאנגע געדרייטע וועג אזוי ווי א מעיז און ביז עטליכע סעקונדעס בין איך געווען פארבלאנדזשעט אין א מעיז פון שרעקעדיגע אראבער מיט נארגיילעס אין פיסק און טיכלעך אויפ'ן קאפ זיצן מיט צוזאמגעלייגטע פיס ביי די טירן פון זייערע געשעפטן. די מאדנע ריחות פון די טויזנטער געווירצן האבן נאך צוגעגעבן צו די פארכטיגע שטימונג, און איך האב געמיינט אז מיין נשמה פליט מיר ארויס. צום מזל האב איך אויפ'ן פלאץ געכאפט אז דאס איז געקומען אלס אן עונש פאר'ן באזוכן דעם כותל, און תיכף ומיד געמאכט א קבלה אז לדעתי, לדעתי, טרעט איך מיר נישט אריין אינ'ם טריפה'נעם כותל און מערת המכפילה וכל שם וחניכא דאית להו, ווען נישט דעם וואלט איך נאך היינט געווען דארט. ווען איך האב זיך דערזען מיט גאנצע גלידער הינטער דעם ברייטן טויער וואו א שנארער מיט אפגעהאקטע פיס האט מיר שוין אפגעווארט אויף א ווילטשעיר און א טעלער שקלים, האב איך אפגעאטעמט און תיכף ומיד מרוב התרגשות צוריקגעגאנגען צום כותל אפגעבן א שבח והודיה פאר'ן אויבערשטער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7790 מאל

הודעהדורך טעפל » דינסטאג יאנואר 08, 2013 5:25 am

יאיר האט געשריבן:
טישו באקס האט געשריבן:כאפ א שפאציר אין אלט שטאט ירושלים, (אפילו סאטמארע גייען אהין און מ'קען זעהן דעם כותל פון א הויכן פלאץ פון אנטקעגן). פארשטייט זיך מיט איינעם וואס איז שוין באקאנט אינעם געגנט, כדי נישט בטעות אריינצובלאנדזשען אינעם אראבישן קווארטל.

דו דערמאנסט מיר גוטע צייטן, ווען איך האב פרובירט אליין ארויסצושפאצירן פון אלט שטאט דורך שער יפו מיט מיין אשת חיל. א שרעק האט אונז באפאלן זעענדיג די לאנגע געדרייטע וועג אזוי ווי א מעיז און ביז עטליכע סעקונדעס בין איך געווען פארבלאנדזשעט אין א מעיז פון שרעקעדיגע אראבער מיט נארגיילעס אין פיסק און טיכלעך אויפ'ן קאפ זיצן מיט צוזאמגעלייגטע פיס ביי די טירן פון זייערע געשעפטן. די מאדנע ריחות פון די טויזנטער געווירצן האבן נאך צוגעגעבן צו די פארכטיגע שטימונג, און איך האב געמיינט אז מיין נשמה פליט מיר ארויס. צום מזל האב איך אויפ'ן פלאץ געכאפט אז דאס איז געקומען אלס אן עונש פאר'ן באזוכן דעם כותל, און תיכף ומיד געמאכט א קבלה אז לדעתי, לדעתי, טרעט איך מיר נישט אריין אינ'ם טריפה'נעם כותל און מערת המכפילה וכל שם וחניכא דאית להו, ווען נישט דעם וואלט איך נאך היינט געווען דארט. ווען איך האב זיך דערזען מיט גאנצע גלידער הינטער דעם ברייטן טויער וואו א שנארער מיט אפגעהאקטע פיס האט מיר שוין אפגעווארט אויף א ווילטשעיר און א טעלער שקלים, האב איך אפגעאטעמט און תיכף ומיד מרוב התרגשות צוריקגעגאנגען צום כותל אפגעבן א שבח והודיה פאר'ן אויבערשטער.

:lol: :lol: :lol: לדעתך לדעתך ביזטו צום סוף יא געגאנגען צום טרייפענעם/הייליגען כותל?
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

הודעהדורך קרעקער » פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:51 am

יד ושם לאז נישט אויס
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1088
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 533 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:39 am

וויליאמסבורגער, כ'קען נישט דיין תכונות הנפש, ווי געפילטע האט שוין געשריבן איז די ערשטע זאך דארפסטו וויסן וועלכע סארט אטראקציעס דו זוכסט. איך פערזענליך בין נישט קיין אטוואנטור-ליבהאבער, און אזוי אויך בין איך (נאכ)נישט אנגעקומען צו די מער עקזאטישע פעלעצר און דערווייל נאר באזוכט אין די מער פאפולערע מקומות. איך רעקאמאנדיר (דאס מיינט, איך בין דארט געווען און הנאה געהאט):
אין ירושלים:
מנהרות הכותל, מוזיאון ישראל, מוזיאון ארצות המקרא, יד ושם.
אין דרום:
א הייק אין עין גדי (איך ווייס נישט וויאזוי ס'איז אין די ווינטער), א שווים אין ים המלח (ווידער ווייס איך נישט וויאזוי ס'איז אין די ווינטער), מצדה.
אין צפון: חרמון (חוץ אז דו קענסט נישט סקיען ;) ), ראש הנקרה, די צפת'ע געסעלעך, אפשר א טאג אין טבריה.

וואס נאך? אויפן מינוט געדענק איך נישט. אבער אויב ביסטו נישט געווען אין לכה"פ 60% פון די אויסגערעכנטע פלעצער ביזטו נישט געווען אין ארץ ישראל (לענ"ד השפלה).
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4200 מאל

הודעהדורך טישו באקס » זונטאג יאנואר 13, 2013 4:55 am

קרעקער האט געשריבן:יד ושם לאז נישט אויס

״יד ושם״ קען מען נישט געבן אזא כאפ אריין, דארט קען מען פארוויילן א פילן טאג און נאך אלץ נישט זיין פארטיג. סאיז דא א געוואלד וואס צו זעהן דארטן. אויך איז אינטערסאנט צו באמערקן אז דארט קאסט נישט קיין געלט אריינצוגיין
באניצער אוואטאר
טישו באקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 15, 2013 2:13 am

יידל, טאמער ביזטו א מוזיאום טייפ, האסטו אויסגעלאזט די תל אביב'ער מאזעאמס, בית התפוצות, בית התנ"ך, מוזיאון ארץ ישראל, און נאך.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7408 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יאנואר 15, 2013 3:11 am

בית התפוצות האב איך טאקע פארגעסן צו רעקאמאנדירן. אין די אנדערע בין איך נאכנישט געווען, אי"ה עוד חזון למועדים. נאך איינס וואס כ'האב מיך דערמאנט, נישט עפעס מורא'דיג אבער גאנץ זיס (גוט אפשר פאר א קורצע פרייטאג וואס מ'וויל אנפילן) איז מוזיאון גוש קטיף.

אויך האב איך פארגעסן צו רעקאמאנדירן פלעצער ווי שוק מחנה יהודה אין ירושלים, שוק העיר העתיקה וכו', אבער די אמת איז אז די זאכן איז נישט אזוי אינטערעסאנט נאר אז מ'לעבט דאס דורך, נישט אז מ'קומט ווי א טוריסט.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4200 מאל

הודעהדורך מיין מיינונג » דינסטאג יאנואר 15, 2013 5:15 am

אויב זענט איר א וויין ליב-האבער איז דא א שיינע פאר וויין פירמעס, בעיקר ביי די גולן בערג, וואס זענען אפן צום פובליק און מ'קען באקומען א טור אינעם פאבריק, און דערנאך פארזוכן א פיינעם וויין...

אלט שטאט צפת האט מען שוין דא ערווענט. בלויז א שפאציר אינעם רובע היהודי צו אדורכגיין די אלע היסטארישע בתי מדרשים און בנינים איז א תענוג פאר זיך.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

נעקסט

גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט