"בנינו" - פאר קינדער וואס די עלטערן וואוינען נישט צוזאמען

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
בית שני
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
קאנטאקט:

"בנינו" - פאר קינדער וואס די עלטערן וואוינען נישט צוזאמען

שליחה דורך בית שני »

אונז גרייטן זיך יעצט ארויסצוקומען מיט א גליון פאר קינדער, וואס קומען פון שטובער וואס די עלטערן וואוינען נישט צוזאמען (אויך פאר די וואס די עלטערן האבען שוין נאכאמאל חתונה געהאט). ס'וועט ארויסקומען 2 מאל א חודש, מ'וועט שרייבען נושאים וואס איז נוגע פאר קינדער אין די מצב, ווי למשל ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט שותף געשוויסטער/ עלטערן, חברים אין חדר, ועוד... 

דער אינהאלט ווערט געגעבן דורך טעראפיסטן וואס טוען אין דעם געביט, און ס'וועט ווערן אדורך געקוקט דורך א מלמד מומחה וואס פארשטייט אין די עינינים.

איך זוך שרייבערס וואס פארשטייען צו די נושאים, בעיקר פרויען (זיי קענען בעסער שרייבען די קינדער שפראך). די בעסטע איז אז דער שרייבער אליינס קומט אויך פון א divorced home אדער איז אליינס divorced. 
אויך ווער עס וויל העלפן מיט סיי וואס, עצות אדער געלט (אונז גייען נישט רעכענען קיין געלט פאר די subscribers), קען מיך אימעילן דא אין אישית.
Bayisshaini.org

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר