די שבת פון די יונה ארגאניזאציע - הילף פאר ווער עס זוכט איר

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
גוטער ברודער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 2:10 am
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

די שבת פון די יונה ארגאניזאציע - הילף פאר ווער עס זוכט איר

שליחה דורך גוטער ברודער »

בס"ד

אזוי ווי איך בין ניי דא, און איך ווייס נישט צו דא איז דער ריכטיגער ארט פאר דעם, בעט איך די ממונים, אויב איז דאס נישט אויפן ריכטיגן ארט, ביטע לייגט עס אריבער וואו עס געהערט.

איך בין געבעטן געווארן צו אינפארמירן דעם היימישן ציבור איבער דעם, פיר איך דעריבער אויס דעם פליכט.

האלוקים עשה את האדם ישר. דער רבונו של עולם האט באשאפען דעם מענטש גלייך. וואס הייסט גלייך? גלייך הייסט, אז דער באשעפער האט אזוי באשאפען דעם מענטש, אז אויב וועט ער דורכשווימען דעם לעבן, און האבן דעם פערפעקט פאר עלטערן, די פערפעקט געשוויסטער, חברים, משפחה, שכנים און באקאנטע, דאן וועט ער זיך אנטוויקלען אין א געזונטער מענטש.

לאמיר נעמען א משל. יעדעס קינד ווערט געבוירן נישט קענענדיג גארנישט. ער קען נישט רעדן, גיין, עסן אליינס, זיך באדינען, זיך אויפשטעלן, אראפזעצן, בעטן פאר עפעס. בקיצור, חוץ וויינען און עסן ווען מען לייגט אים אין מויל (און ארויסגיין) קען ער גארנישט. צוביסלעך ווערט דאס קינד אנטוויקלט, און ער לערנט זיך אויס מער און מער זאכן וואס צו טוען.

צו ערשט לערנט ער זיך אויס שמייכלען און לאכן, דערנאך קומט זיך איבערדרייען, קריכן, זיך אויפשטעלן, זיצן, גיין, רעדן אא"וו. געווענליך, רוב קינדער אנטוויקלען זיך געהעריג אן קיינע באזונדערע פראבלעמען, איינער אביסל פריער, א צווייטער אביסל שפעטער, אבער יעדער קומט אן.

מאכט זיך אבער אמאל א קינד ביי וועמען עס גייט נישט אזוי גלאטיג. ער בלייבט עפעס שטעקן אינמיטן פון דעם אנטוויקלונגס פראצעדור און ער גייט נישט ווייטער. צו איז עס מיטן רעדן, צו מיטן אויפשטיין, גיין, קריכן וכדו'. וואס טוען די עלטערן? מען נעמט אים צו א טעראפיסט, און יענער באטראכט דעם פראבלעם און קומט אויף מיט א לייזונג, פונקטליך וואס פאר א סארט טעראפי מען דארף דעם קינד צושטעלן, און אזוי, ווען מען טוט אט דעם טעראפי מיט דעם קינד, וועט דאס בדרך כלל העלפן און דאס קינד וועט זיך בעז"ה מיטכאפן מיט אלע אנדערע מענטשן.

*

אט דאס זעלבע שפילט זיך אויך אפ אין דעם גייסטישן טייל פון דעם מענטשנס לעבן. אבער דארט איז עס שוין פיל מער קאמפליצירט. ווייל וויבאלד עס איז דאך אין דיעותיהם שוות, יעדעס קינד איז אנדערש געבויעט אין זיין גייסטליכן לעבן, זיין מוח ארבעט אנדערש, און וואס וועט איינעם בויען וועט דעם אנדערן דוקא צוברעכן, און עס איז זייער שווער יורד צו זיין לסוף דעתו, אן ווערן אן פסיכאלאג מומחה, דעריבער איז כמעט אוממעגליך נישט צו שעדיגן דעם גייסטישן אנטוויקלונג פון דעם קינד.

און אויב איז דאס געזאגט געווארן לגבי ערוואקסענע, און זאגאר אפילו די אייגענע עלטערן פון דעם קינד, איז דאך על אחת כמה וכמה ווען דאס קינד הייבט אן גיין אין חדר אדער סקול, און קליינע קינדער זענען נישט געבענטשט מיט דיפלאמאטיע, אדער מיט עקסטערע סענסיטיווע געפיהלן צו אנדערע, און זיי זאגן בדרך כלל וואס ליגט זיי אויפן צינג, און די זאכן טיען גאר אפט זייער וויי, און זיי שעדיגן דעם קינד זה בכה וזה בכה.

וכשם שאין דיעותיהן שוות, כך אין פראבלעמיהן שוות. גאר אפט קען מען זעהן צוויי ברודער - צומאל אפילו צווילינג - וועלכע וואקסן אויף אין דעם זעלבן שטוב, און גייען דורך מער ווייניגער דעם זעלבן ערציהוגס פראצעדור, און האבן אויסצושטיין די זעלבע פראבלעמען פון די זעלבע עלטערן און געשוויסטער און משפחה, און דאך וועט ביי איינעם דאס אויסקלאפן אויף איין וועג, און ביים צווייטן אויף פונקט א פארקערטן וועג, אדער אויף אן אנדער וועג כרחוק מזרח ממערב ווי ביים ברודער. דאס אלעס ווייזט אונז נאר אז מענטשן זענען זייער קאמפליצירטע באשעפענישן, זייער מוח לערנט אפ מציאות'ן אויף מיליאנען אנדערע אופנים, און עס טוט פראצעסירן אינפארמאציע גאר אנדערש ביי איינעם ווי ביים צווייטן, און דאס זעהט זיך אן אין די פראבלעמען וועלכע זיי אנטוויקלען און מיט וועלכע זיי דארפן זיך ספראווען.

רוב גייסטישע פראבלעמען היינט זענען א רעזולטאט פון דעם אויפברענגוג פון דעם קינד, פון זיין צוזאמענלעבן מיט זיינע עלטערן, משפחה, חברים און באקאנטע. און רוב פון די פראבלעמען קען מען העלפן דורך גיין צו טעראפי, און מיט א שטארקן ווילן, קען מען זיך שטארקן אויף די פראבלעמען און זיי איבערקומען, און זאגאר צומאל ארויסקומען גאר געשטארקט פון דעם גאנצן פראצעדור.

(איך וויל דא קלאר מאכן אז איך בין נישט דא אויף א מיסיע אראפצורייסן עלטערן, חינוך אדער סיי וואס. איך רעד פון א מציאות וואס איז קיים, און דאס איז טייל פון דער וועלט, אויב איר ווילט קענט איר דאס אנרופן רצון ה'. אבער וויאזוי מען זאל עס אנרופן איז עס טייל פון דער מציאות פון דער וועלט, און עס איז זיכער אונזער פליכט צו ארבעטן אויף זיך און זיך שטארקן איבער די דאזיגע פראבלעמען)

איך וויל זיך אבער אפשטעלן דא אויף איין ספעציפישער פראבלעם פון וועלכן מען רעדט ווייניג, און מען פארשטייט אים נאך ווייניגער, און דעריבער זענען די וועלכע ליידן פון דעם אויסגעשטעלט צו גאר שווערע יסורים. יסורי הנפש און יסורי הגוף, אויף א שטייגער וואס א געווענליכער מענטש קען דאס בשום אופן נישט פארשטיין. מען ליידט אזעלכע ביטערע יסורים אז מען איז גרייט צו גיין פון דער וועלט אבי נישט צו ליידן פון דעם.

*

דער באשעפער האט אזוי באשאפן דעם מענטש - ווי אויבן דערמאנט - אז ער ווערט געבוירן קליין, אומוויסנד און אומבאהאלפן. און ווי דער מענטשן עלטערט זיך, אנטוויקלט ער זיך מער און מער. דאס איז אמת סיי אין פיזישן זין, בנוגע דעם קערפער פון דעם מענטש, און אויך בנוגע זיין נפשיות'דיגע אנטוויקלונג.

יעדער מענטש, ווען ער קומט אן אין די צענערלינג יארן, דאן הייבט אן דער גוף אריינצוגיין אין א נייע פאזע, געוויסע חלקים פון דעם קערפער אנטוויקלען זיך דאן און דער מענטש גייט אדורך פיזישע טוישונגען. חז"ל אנערקענען דאס, און צייכענען דאס אן גאר אלס א סימן גדלות. ווען א מענטש דערגרייכט דעם פאזע, דאן איז ער א גדול, דאס מיינט אז ער איז מחוייב במצוות און ער קען מוציא זיין אנדערע אידן ידי חובתם אין געוויסע פונקציעס פון אידישקייט, וואס דאס מיינט אז דאן ווערט ער מער פארשטאנדיג.

צוזאמען מיט דעם קומט אויך א גייסטישע אנטוויקלונג. און ווי געזאגט גייט דאס נישט ביי יעדעם איינעם אייניג. עס זענען דא וועלכע נעמען די נייע שינויים גרינג, אנדערע נעמען עס אן שווערער און אנדערע גאר שווער. עס איז א באוואוסטע אנגענומענע פענאמען אין די גאנצע וועלט אז די צענערלינג יארן זענען גאר שווערע, און אין גרויסן טייל טאקע צוליב דעם.

איינס פון די זאכן וועלכע דער רבונו של עולם האט אריינגעלייגט אין די טבע העולם, ווי עס ווערט באשריבן דורך דעם באשעפער אליינס אין חומש בראשית, איז דער צוגאנג אין דעם באשאף פון אדם און חוה. ווי דער רבונו של עולם האט געברענגט אדם'ן צו אלע באשעפענישן, און אדם האט באגריפן אז אים פעלט א פאר און ער האט געבעטן ביים באשעפער דערויף. דער באשעפער האט אים טאקע אויסגעהערט און האט געברענגט צו אים חוה.

דער הייליגער באשעפער האט ברוב חכמתו אזוי באשאפען דעם מענטש, אז דייקא חוה זאל זיין א פאר פאר אדם. ער זאל ציען צו איר און זי צו אים, און דוקא אזוי וועט איינער קענען ערפילן דאס וואס דעם צווייטן פעלט, בגשמיות וברוחניות. אט דאס איז דער טבע העולם, דאס איז דער נאטורליכער וועג וויאזוי דער בריה וואס רופט זיך אדם, אדער אנוש, פונקציאנירט. און דאס איז א ברכה פאר די וועלט, אזוי האט די וועלט זיך געבויעט במשך אלע יארן.

נישט נאר איז דאס דער דרך הטבע און דער בעסטער און געוואונטשנסטער וועג פאר מענטשן אין זייער לעבן. נאר דער באשעפער האט זאגאר אונז אנגעבאטן אין זיין תורה אז עס איז גאר א מצווה פאר יעדן מענטש צו פארלאזן די שטוב פון זיינע עלטערן און זיך באהעפטן מיט זיין פרוי. גלייכצייטיג האט די תורה פארבאטן דאס באהעפטן זיך מיט אנדערע מינים. צו עס רעדט זיך בעלי חיים, אדער אפילו פון מענטשן פון דעם זעלבן מין. דאס האט די תורה שטרענג פארבאטן. אויסער וואס דאס איז נישט געוואונטשן, עס ברענגט נישט קיין שום ברכה, עס העלפט נישט דעם מענטשן זיך בויען אין קיין שום וועג (ווען עס ווערט געטון אויף אן אופן וואס איז מיוחד פאר מאן און פרוי), איז דאס פארבאטן דורך דעם באשעפער פון דער וועלט און עס ברענגט א קללה און חורבן אויף די וועלט.

אבער דא מאכט זיך א פראבלעם, ביי רוב מענטשן טאקע גייט עס נאטורליך אזוי, אז ווען זיי קומען צום ריכטיגן עלטער און צום ריכטיגן צייט אין לעבן, באהעפטן זיי זיך מיט זייער פרוי און זיי בויען צוזאמען זייער לעבן אן קיין פראבלעמען. עס גייט פליסיג, נאטורליך און זיי האבן נישט קיין עקסטערע פראבלעמען מיט דעם. מען איז מקיים וואס מען דארף און מען ברענגט קינדער אויף די וועלט און מען לעבט זיך צוזאמען מיט א נאנטשאפט און א ווארימקייט, מיט אהבה ואחוה ושלום וריעות, מען איז משרה די שכינה אין שטוב און מען ברענגט אראפ א שפע פון ברכה אויף די וועלט.

עס זענען אבער דא געוויסע מענטשן, ביי וועמען עס גייט גאר נישט אזוי גלאטיג. פון דעם מציאות אז דער רבונו של עולם האט פארבאטן דאס באהעפטן זיך מיט אנדערע מינים ווי מיט די ממשיכים פון חוה, איז משמע פון דעם אז עס זענען דא אזעלכע פאר וועמען דוקא דאס ציעט זיי, און דוקא דעם סארט חיבור זוכן זיי, לויט זיי ברענגט נאר דאס די געוואונטשענע רואיגקייט וועלכע זיי דארפן האבן. הייסט דאס אז דער רבונו של עולם האט דאס פארשטאנען, ער האט דאס געוואוסט, און דאך האט ער דאס פארבאטן.

האט זיך ליידער געמאכט אזא מצב אין די היינטיגע גוי'אישע וועלט, (ביי וועמען די גאנצע תורה איז דאך סייווי אן אפגעפרעגטע זאך) אז עס האבן זיך פארמירט גאנצע גרופעס צו נארמאליזירן אט דעם ערשיינוג און אט דעם אויפפירונג. די גרופעס האבן אסאך געלד און שפענדן אויף דעם ענדלאזע סכומים, און זייער ציהל איז קלאר אויסצולערנען פאר "די גאנצע וועלט" אז דאס איז נארמאל, מען דארף זיך נישט שעמען, פארקערט, אויב עס ציעט דיך מיינט דאס אז דו ביסט אזוי געבוירן, און דו קענסט זיך נישט העלפן, דו מוזט זיך נאכגעבן דיינע תאוות, אפילו אויב עס איז נישט אין צוזאמענהאנג מיט דיינע רעליגיעזע אנשויאונגען.

זיי פרעדיגן נאכאנאנד אויף יעדן מעגליכן אופן, אז דאס קען בשום אופן נישט געטוישט ווערן, דאס איז עפעס מיט וואס מען ווערט געבוירן, און נאר ווען מען וועט זיך אויפהערן אליינס פייניגן דערפאר און דאס אננעמען אלס מציאות און זיך נאכגעבן אלעס וואס עס גלוסט זיך, נאר דאן וועט מען ווערן אויפגעראכטן.
עס איז נישט מיין ציהל בכלל דורך דעם ארטיקל זיי אפצופרעגן אדער אויפווייזן די פאלשקייט און שקר פון דעם מהלך און שיטה, אויך בין איך נישט דא אויסן צו פארציילן די נידריגקייט און געמיינקייט פון די אנפירערס פון די באוועגונג. דאס וועל איך לאזן פאר אנדערע.

דא וויל איך פשוט זיך ווענדן צו היימישע אידן, חסיד'ישע ערליכע אידן, וועלכע פלאגן זיך מיט דעם פראבלעם, אויף איין אופן אדער אויף אן אנדערן. דער מציאות אז אייער מוח ציעט נישט צום אנדערן מין נאר צו אייער אייגענעם, מיינט נישט אז איר זענט אזוי געבוירן. דער באשעפער באשאפט נישט א מענטש מיט א טבע אויף וועלכען ער אליינס האט אים פארבאטן צו לעבן אויף דעם אופן. אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו.

וויסן זאלט איר אז דאס איז א רעזולטאט פון פראבלעמען אין וועלכע איר האט זיך אנגעשטויסן אינעם עבר, און עס קען זיין פילע אנדערע סארט פראבלעמען, און פאר סיבות וועלכע נאר דער באשעפער פארשטייט האט זיך אנטוויקלט אין אייך אט דער פראבלעם. דער רבונו של עולם האט אייך אויסגעקליבן אדורך צוגיין און ביישטיין אט דעם ביטער שווערן נסיון.

און דער נסיון ווערט נאר שווערער ווען די רעדע איז פון א היימישן איד, מאנשי שלומינו, ווייל ליידער פארשטייען זייער ווייניג ביי אונז דעם פראבלעם. אנשטאט דעם איז דא א טוץ פון שאנד ווערטער מיט וועלכע מען באצייכנט אזעלכע מענטשן (וואס איך וועל יעצט אינגאנצן נישט אריינגיין אין דעם) און דער פאקט אז מען האט נישט צו וועמען צו רעדן, דאס מאכט עס נאר ערגער און ערגער, שווערער און שווערער.

דו זיצט איינזאם ביי זיך, במסתרים תבכה נפשך, דו וויינסט צום באשעפער, טאטע זיסער, איך וויל זיין ערליך, וויאזוי גיב איך זיך אן עצה. דו ווערסט מער און מער צובראכן, ביז דו קומסט אן צו א מצב פון טוב מותי מחיי. דו ווילסט מער נישט לעבן. אויב לעבן מיט אזעלכע יסורים, דאן איז בעסער מער נישט צו לעבן.

דאס טוט טייל מאל צושטערן דעם שלום בית, אבער נישט נאר מיט די ווייב נאר מיט זיך אליינס, דער מענטש ווערט אזוי צושטערט אז ער קען פשוט מער נישט אנגיין מיטן לעבן.
איך קען אזוי אנגיין נאך און נאך, אבער פאר ווער עס ליידט פון דעם, פאר אים דארף איך גארנישט מסביר זיין ווייטער, ער ווייסט פונקטליך פון וואס איך רעד, און נאך בעסער פון מיר. און פאר אט די מענטשן שרייב איך מיינע דאזיגע שורות.

*

עס איז דא א ארגאניזאציע, א אידישע ארגאניזאציע, מיטן נאמען "יונה" JONAH בלע"ז, עס איז געגרינדעט געווארן דורך מאדערנע אידן וועלכע פארשטייען דעם פראבלעם און ווילן העלפן אנדערע, און עס ווערט געפירט דורך זיי און א גרופע בייהעלפערס וועלכע פארשטייען און קענען דעם פעלד. זיי קענען און זענען גרייט אייך צו העלפן און זיי האבן שוין געהאלפן אומצאליגע אידישע קינדער זיך ארויסזעהן פון די דאזיגע שרעקליכע קאשמארן.

איינמאל א יאר מאכט די גרופע א שבת, אדער ווי עס רופט זיך אין אמעריקא א שבתון, און אט דער שבת איז דער ענטפער צו אייער געוויין. יא, דער באשעפער האט אויסגעהערט אייערע געשרייען, ער האט געזעהן אייערע טרערן, און ער האט געשיקט זיינע שליחים אייך העלפן, און אט איז די הילף דא.

דעם נעקסטן שבת קודש פרשת תזריע מצורע ולמספרם אפריל דעם 27סטן, וועט ווערן אפגעהאלטן דער דאזיגער איינמאל א יאר שבת - פון פרייטאג נאכמיטאג ביז זונטאג נאכמיטאג - און דאס איז אייער געלעגענהייט זיך צו שטארקן און איינמאל פאר אלעמאל אנהייבן גיין אויף א וועג וואס וועט אייך בעז"ה פירן צו פרייהייט. חירות מן היצר הרע (נישט אז איך וויל אייך איינרעדן אז מען ווערט אינגאנצן פריי פון דעם יצר הרע, אבער אייער לעבן וועט מער נישט זיין דאס זעלבע ווי פריער). איר וועט זיך טרעפן מיט אנדערע מענטשן וועלכע טיילן אייער גורל, אידן וועלכע פארשטייען אייך אסאך בעסער ווי איר פארשטייט זיך אליינס, און זיי וועלן אייך באגלייטן אויף טריט און שריט ביז איר וועט ארויסקריכן פון דעם ביטערן גיהנם אויף די וועלט, אין וועלכען איר לעבט אצינד.

געדענק ליבער ברודער, אין דבר העומד בפני הרצון. דו האסט מחשבות און געפיהלן וועלכע זענען נישט באמת דו, דו ווילסט דאס נישט, אבער קענסט זיך נישט העלפן. יעצט קענסטו. אבער נאר אויב דו ווילסט. אויב ווילסטו באמת, און דו ביסט גרייט זיך אריינצואווארפן אין דעם מיט א החלטה גמורה, דאן הייב שוין אויף דעם טעלעפאן און רוף אן דעם ארגאניזאציע און שרייב זיך שוין איין פאר דעם שבת.

איר דארפט נישט מורא האבן פאר גארנישט, דאס איז הונדערט פראצענט קאנפידענשאל, און אלעס ווערט אפגעהיטן אין געהיים מיט א מילטערישן שטרענגקייט. אלעס וואס איר שטייט צו פארלירן איז אייער ביז יעצטיגער איינזאמקייט, אייערע שלאפלאזע נעכט און לוסטלאזע טעג, אייער ליידיגע און קאלטע באציאונג מיט אייער פרוי און אייערע געוויסנסביסן איבער אייערע מחשבות און מעשים.

געדענקט, דארט אויבן וועט מען קיינעם נישט פרעגן צו ער האט געהאט א פראבלעם, נאר גיכער וואס ער האט געטאן דערוועגן. וועקט אייך אויף און טוט עפעס. איר וועט זיך אליינס דאנקבאר זיין. איך ווייס עס איז שווער, אבער עס איז שווערער עס נישט צו טאן.

ווי עס שרייבט צו אייך,
אייער גוטער ברודער

נ.ב כאטש די ספעציאליטעט פון יונה (מער פון אנדערע ארגאניזאציעס און מומחים) איז פאר מענטשן וועלכע עס ציעט זיי צום זעלבן מין, העלפן זיי אבער מיט אנדערע פראבלעמען אויך וועלכע האבן צוטוהן מיט דעם ענין פון שמירת אות ברית קודש. אויב איר האט ספיקות צו זיי קענען אייך בייהילפיג זיין מיט אייער ספעציפישע פראבלעם און צו דער שבת איז פאר אייך, דאן הייבט אויף א טעלעפאן צו מר. ארטור גאלדבערג, דער גרינדער און אנפירער פון דעם ארגאניזאציע און רעדט צו אים דירעקט.

דער וועב זייטל פון די ארגאניזאציע איז www.jonahweb.org

דער וועבזייטל דירעקט פארן שבת איז www.jonahshabbaton.com

זייער טעלעפאן נומער איז 201-433-3444

דער פריוואטער קאנפידעשאל סעל נומער פון ארטור גאלדבערג איז 917-929-0087

דער אשכול פארמאגט 107 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר