פראבלעמען אין בית ישראל שפיטאל/דעטאקס

הילף, עצות און טיפס

פראבלעמען אין בית ישראל שפיטאל/דעטאקס

הודעהדורך עליע_ק » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 11:00 am

איך ווייס נישט ווי אפט אן ערשיינונג דאס איז ביי'ם היימישען עולם, וויפיל איך בין דערט געווען אין דעטאקס (DETOX) האבען מיר די שפיטאל שטאב געגעבען דער געפיל אז איך בין דער ערשטע פרומע איד דארט צו זיין אין די לעצטע יאהר, און אפשר אויך די לעצטע פינעף. אבער מעשה שהיה כך היה. איך האב מיך (צוליעב פערזענליכע סיבות וואס זיינען אבסאלוט נישט נוגע) זיך אנגעטרונקען מערערע מאל איבער א תקופה פון עטליכע חדשים. דאס רוב מאל ביי נאכט, אויף צו קענען איינשלאפען, און אמאל אז איך האב געהאט א פרייע טאג אויך אין די נאכמיטטאג שעות. אזש ס'געקומען צו דעם, אז אין מיטטען א טאג, ווען איך האב געדארפט זיין א גאנצער טאג ניכטער האב איך אנגעהויבען שפירען מאדנע. האב איך געגוגלט די סימפטאמען וואס איך האב געהאט, און ס'האט פונקט אויסגעטראפען ALCHOHOL WITHDRAWAL SYNDROME ד.ה. מיין קערפער איז געווארען פיזיש פארקויפט צו אלכוהול און האט נישט געקענט געהעריג פונקציאניערן אן דעם.

יעצט, טרינקען איז גאנץ א געשמאקע זאך, און ווען איך קען דאס טוען אן קיין קאנסעקווענצען וואלט איך נישט געטראכט צוויי מאל, אבער צו זיין פיזיש פאשרשקלאפט און נישט קענען פונקציאניערן ניכטערערהייט האט מיר אויסגעזעהן איבערגעטריבען. יעדער סייט וואס איך האב געזעהן סטראשעט אז מ'זאל נישט אויפהערען פון זיך אליינץ. ווייל דאס איז סכנת נפשות, ס'קען ברענגען SEIZURES מיט CONVULSIONS, מיט איך ווייס נישט נאך וואס.

האב איך נאכגעקוקט וואו אלץ האט מען דעקאטס, און אז איך האב געזעהן בית ישראל (BETH ISRAEL) האב איך שוין געמיינט אז א אידישע שפיטאל, הארט לעבן וויליאמסבורג, מיט א גוט צוגערישטע ביקור חולים ציממער, וואס קען שוין זיין? וועל איך אהינגייין. האב איך זיי געקלונגען מיטוואך נאכט, זיי האבען מיר געזאגט אז מארגען (דאנערשטאג) האבען זיי נישט קיין פרייע בעטען אבער זיי דארפן האבען פרייע בעטן פרייטאג אינדערפרי. האב איך מיר אויפגעשטאנען פרי פרייטאג, ארויף אויף דער באן און אונגעקומען אהין צירקע אכט אזייגער. (איך האב מיר געטראכט גלייך אנקלינגען סאטמאר ביקור חולים אבער אזוי ווי איך האב נישט געוואוסט צו מ'גייט מיר אננעהמען, און אויב יא צו וועלכע שטאק אדער וועלכע ציממער האב איך באשלאסען דאס אפצושטופען.) איך שרייב מיר איין, און איך זיץ מיר אפ, נאך שבע מדורות פון ביוראקראטיע האט מען מיר ענדע אריינגענומען דרייע נאכמיטאג (!) איך האב אנגעקלונגען צו ביקור חולים און זיי האבען מיר געזאגט שוין צו שפעט באשטעלען אויף שבת, די באס איז שוין לאנג ארויסגעפאהרען אבער נישט געזארגט, ס'דא א ביקור חולים צימער אנגעפיהלט מכל טוב וטוב. בין איך ארויף אין דעטאקס.

יעצט קום פארשטיי, טייערע ליינער, אז אין שפיטאל איז דא א מושג וואס הייסט אויף ענגליש לאקדאון (LOCKDOWN) איך וויייס זיכער אז דער טערמין איז און נוץ ביי דעטאקס און וויפיהל איך האב פארשטאנען אויך ביי די פסיכיאטרישע אבטיילונג. (און כאטש ס'קען זיין אז איך בין דער ערשטע וואס איז אנגעוויזען אויף דעטאקס אין די לעצטע פינעף יאהר, קען איך גענוג און נאך וואוילע אידישע קינדער וואס האבען זיך גענויטיגט אין פסיכיאטרישע הילף.) לאקדאון הייסט אז די פאציענט טאר נישט ארויסגייען פון זיין אבטיילונג, און ער איז אויך נישט ערלויבט קיין באזוכער. אויב דער פאציענט מוז ארויסגיין פון שטאק פאר עפעס א באהאנדלונג, X-RAY וכדומה, מוז ער גיין מיט א באגלייטונג.

הכלל, דריי אזייגער אן קען מעדיצין בין איך נאך געווען אויס מענטש, 4:30 האב איך שוין געהאלטען נאך די דאקטאר און באקומען עפעס מעדעצין (ווען איך האב שכל האב איך דאס געקענט האבען אין א האלבע שעה פון זיצען אין עמערדזשענסי רום און זיי זאגען אלכוהול וויטדראוועל.) איך האב זיך שוין עפעס פרייער אפגעאטעמט אז איך בין שוין אריין און מ'גייט מיר באהאנדלען. פינעף אזייגער איז געווען ביי זיי "נאכטמאל" איך האב זיי געזאגט אז איך פארלאנג שטרענג כשר'ס, און זיי האבען מיר צוגעשטעלט CRC התאחדות. אזוי ווי ס'געווען פרייטאג צונאכטס האבען זיי מיר געגעבען אן "איירליין מיל" און אז ס'געקומען מיט צוויי קליינע פלעשעלאך מאסט .(גרייפ דזשוס) האב איך געזעהן אז דא ליגט א בראך. וואס וועט זיין מיט שבת'דיקע עסען? איך בין געווען גוט הונגעריג, איך האב גארנישט געגעסען פון אינדערפרי, האב איך קודם געגעסן וואס זיי האבען צוגעשטעלט, אוועקגעלייגט די צוויי פלעשלאך מאסט און געוואנדען צום קראנקן-שוועסטער און פראבירט איהר ערקלערען אז אזוי ווי ס'קומט באלד שבת און שבת דארפען אידן עסען א שבת'דיקע סעודה וויל איך זי זאל מיר שיקען מיט א באגלייטונג צום ביקור חולים צימער איך זאל דאס קענען נעמען פון דארטן. צוערשט האב איך איהר געדארפט מסביר זיין אז שבת ביי אונז הייבט זיך אן פרייטאג צו נאכט ביי די שקיעה, נישט שבת אין דער פרי. נאך דעם האב איך איהר געדארפט מסביר זיין אז כאטש איך האב שוין געגעסן נאכטמאל דארפען מיר עסן א סעודה נאך דער שקיעה. צום דריטענס האב איך איהר געדארפט מסביר זיין אז כאטש דער שפיטאל שטעלט צו פיינע כשר'ע עסן צו שבת דארפען מיר צערעמאניאלישע עסען ד.ה. קידוש, צוויי חלות צו לחם משנה און אז"וו, און אז דאס קען מען נישט קריגען פון די שפיטאל עסען, אבער ס'דא א צימער אין שפיטאל וואס הייסט ביקור חולים, דארט געפינט זיך עס און ס'מיר וויכטיג אז מ'זאל מיר אהינשיקען איך זאל דאס קענען נעמען.

איי, איך טאר נישט אראפגייען פון שטאק? שיק מיר מיט באגלייטונג, אדער כאטש שיק א שטאב מענטש דאס מיר אפצוברענגען. דא האט זי שוין נישט פארשטאנען. האסט פארלאנגט כשר'ס מיר האבען דיר געגעבען כשר'ס, וואס מער ווילסט דו? איך האב מיך געוואנדען צו נאך איינער פון די חברה דארטען, א "קאונסעלאר". ס'האט מיר געדויערט באלד פופצען מינוט עם צו מסביר זיין די פראבלעם און ער האט נאך אלץ נישט קלאר פארשטאנען. ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון אזא ציממער אין שפיטאל וואס הייסט ביקור חולים. אבער, ער האט מיר פארגעשלאגען צוויי עצות. ער קען קלינגען דער ראביי, אדער דער נוירס מענעדזשער. זאג איך, קלינג ביידע. זאגט ער, דאס האלט איך נישט דערביי. איך וויל זיך נישט באנארישען מיט די נוירס מענעדזשער מיט'ן קלינגען און נאך דעם דארפען צוריקקלינגען זאגען דער ראביי האט עס שוין ערלעדיגט. זאג איך פיין, יעצט איז שוין זעקס אזייגער, קלינג דער ראביי, ענטפערט ער ביז די שקיעה איז גוט, אז נישט וועט מען דעמאלטס קלינגען די נוירס מענעדזשער. האט ער געקלונגען דער ראביי. דער ראביי האט נישט אויפגעהויבען, און טאקע נישט צוריקגעקלינגען ביז די שקיעה. האט ער געקלינגען די נוירס מענעדזשער און, נאך א גוי'שער קאפ! האט זי געזאגט אז כשר איז כשר, זי ווייסט נישט פון אזא זאך און מער ווי שפיטאל עסען איז נישט דא. איך האב געמאכט איין לעצטע פראווו. איך האב געבעטען דער "קאונסעלאר" אפשר וועסט דו אליין מיר א טובה טוען אראפגייען צו דער ציממער און מיר ארויפברענגען? זאגט ער מיר אז ער איז נישט ערלויבט ארויפצוברענגען עסען וואס איז נישט פון שפיטאל ווייל טאמער איך ווער פאר'סמ'ט פון דעם וועט ער זיין שולדיג. שפיטאל פאליסי. געבליבען איז אז איך בין געווען דארטען גאנץ שבת, מיט היימישע שבת'דיקע עסען אין די זעלבע בנין עטליכע שטאק אראפ, און געגעסען וואכעדיקע כשרס. נישט קיין קידוש, נישט קיין לחם משנה, ווער רעדט נאך פון פיש, אייער צווייבעל אדער טשאלענט. מוצואי שבת האט דער ראביי צוריקגעקלונגען, איינער א "ראביי שעלדאן" און איך האב זיך אפגערעדט צו עם. האט ער מיר געענטפערט קורץ אין שארף. איך קען דיר נישט העלפען. פאליסי איז פאליסי.

דינסטאג אז איך בין ארויס פון דארטען, בין איך אריין אין ביקור חולים ציממער פאר א קאווע, און געזעהן אזא שפיטאל בלעטעל וואס זאגט אז זיי האבען עפעס אזא זאך פאציענט פארמיטלער פאר אידישע פאציענטען. האב איך טאקע איינער פון די פאציענט פארמיטלער אויך געקלונגען און ביז דערווייל (שוין א וואך) נישט צוריקגעהערט פון עם.

איך האב באשלאסען אז איך וועל דאס דא שרייבען און ווענדען צום עולם.

אידען. אויב איינער קען עפעס טוען צו לעזען דער פראבלעם, אז אויב ס'זאל פאסירען נאך א איד דארף אהינגיין זאל ער עס נישט האבען האלט איך ס'וואלט געווען א גרויסע מצוה.
וויפיהל איך זעה, איז דא דריי עצות. די שפיטאל ערקלערען וואס איז א שבת סעודה, און אז ס'וויכטיג פאר א איד,
אדער מאכען א רעליגיעזען אויסנאם און ערלויבען די פאציענט זאל גייען אין ביקור חולים ציממער מיט באגלייטונג
אדער מאכען אן אויסנאם ערלויבען א ביקור חולים באזוכער זאל ארויפטראגען די עסען
אדער ערקלערן די ביקור חולים עסען "שפיטאל עסען" אז א שטאב מיטגליד זאל דאס קענען ארויפטראגען.

איך לייג צו די נעמען און נומערען פון די צוויי "פאציענט פארמיטלער"
שלום יוסף דייטש 917-509-4441
דוב דזשעיקאבס 917-886-3865
עליע_ק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 11:50 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך איציק » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:00 pm

WOW! :shock:
ווען איר שרייבט נישט דעם נאמען פון די שפיטאל, וואלט איך געזאגט אז די אינצידענט איז פארגעקומען ערגעצוואו אין פאקיסטאן!
מה נאמר ומה נדבר, אז ברוקלינער אידן האבן א כח צו ווירקן אויף אלע ארבע כנפות העולם, און דא אונטער'ן נאז, אין דעם "אידישן שפיטאל" קען אנאנס פארקומען?!
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 193
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:57 am
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:24 pm

איך וויל קיינעם נישט בארעדען אבער איך האב אויך מיטגעהאלטען מיט א קרוב וואס איז [בטעות] אנגעקומען צו בית ישראל און מען האט געדארפט האבען העלפ ווייל ער האט געהאט שרעקליכע יסורים און מען האט געקאלט די טשאפלען און ער האט גארנישט געטון האט מען עם געקאלט נאכאמאל און נאכאמאל דריי מאל און ביים דריטען מאל האט ער געפענעט א מויל אויף די פאציענט , דו מיינסט אז דו ביסט דער איינציגסטער דא איך בין ביזי...!! וואס האלסטו מיך אינאיין קאללען משוגע מאכען ,בקיצור א מויל מיט קולות ,

אין איין ווארט אז מען דארף ח״ו גיין אין שפיטאל נישט אין בית ישראל

איין מעלה האט עס יא אזוי ווי עס איז שרעקליך אויסגעשפילט קען מען דיך געבען א גאנצע ליידיגע צימער פאר דיך אליינס
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3331 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2364 מאל

הודעהדורך איציק » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:59 pm

סאשי פיש האט געשריבן:

איין מעלה האט עס יא אזוי ווי עס איז שרעקליך אויסגעשפילט קען מען דיך געבען א גאנצע ליידיגע צימער פאר דיך אליינס

טא פארוואס האבן זיי אים געזאגט אז דאנערשטאג האבן זיי נישט קיין ליידיגע בעטן, נאר פרייטאג?
אפשר האבן זיי געוואלט "שפילן וויכטיג?" ;)
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 193
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:57 am
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך למדן » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 4:53 pm

אמאל בין איך געווען אין מאנהעטן און כ'בין צוגעגאנגען צו בית ישראל פאר א קלייניקייט, דאנק ג-ט זיי האבן נישט אנגענומען מיין אינשורענס, און כ' בין געגאנען צו NYU און כ'האב זייער הנאה געהאט.
אגב זיי האבן איבערגעמאכט די עמערדזשענסי רום צו מער א דאקטארס אפיס (פארשטייצעך קליניק סטייל),
און אין פאל פון נויט מיינעך האבן זיי א גוטן טשאפלעין אדרבה פאררעכט אויב כ' מאך א טעות
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך איוואן » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:13 pm

גראדע דאר טשאפלעין האט אונז אסאך ארויסגעהאלפן ווען איינער אין די משפחה איז געווען נויט -נישט מער געדאכט

דער שפיטאל איז נישט דער בעסטע אבער ש.י.ד. העלפט ארויס גאר אסאך אידן דארטן און אויך פריוואט, יעדער עסקן (אפילו אמת'דיגע) קען אמאל ארויס גיין פון די כלים.
באניצער אוואטאר
איוואן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2013 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:55 pm

@עליע_ק
קודם שלום עליכם.

כאטש וואס מ'קען נישט פסל'ן א שפיטאל מיט איין מעשה, האב איך אייך גע'לייק'ט צוליב דיין ריכטיגע שריט, פון נעמען הילף ווען מ'זעהט איין אז מ'דארף. ווייניג מענטשען טוהן דאס.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8521 מאל

הודעהדורך עליע_ק » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:33 am

אליכם שלום קאווע_טרינקער און שקויח פאר די קאמפלימענט.
דער מעשה האט מיר עכט פארדראסען און איך האב דעמאלטס אונטערגענומען איך וועל טוען וואס איך קען דאס זאל נישט פאסיערען ביי א צווייטע.
דער פראבלעם איז איך קען נישט טראכטען וואס נאך איז דא צו טוען אדער צו ווער צו ווענדען.
ס'מיר א פלא. צוויי הונדערט מענטשען האבען דאס געקוקט און קיין איינער קען נישט טראכטען פון עפעס אן עצה?
עליע_ק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 11:50 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:39 am

אז דע שפיטאל האט א אידישע נאמען מוז ער נאר זוכן צו געפעלן דעם גוי. איז מיימאנעדיס בעסער ? איך מיין אז דע מוסולמענער באקומען דארט העפליכערע טריעטמענט ווי א חסידישע איד
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2169 מאל

הודעהדורך בדחן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:13 pm

@עליע_ק מען זעט אויף דיינע טענות אז די דרייסט זיך נישט אסאך אין די קארידען פון א שפיטאל, זאל דאס זיין דאס איינציגסטע מאל וואס די האסט געדארפט צוקימען צי א שפיטאל נישט פאר א שמחה.

איך גיי נישט בארעכטיגען דאס עצם בית ישראל שפיטאל, איך בין נאך קיינמאל נישט דארט געווען, אבער מיט דיינע טענות ביסטע זייער נישט גערעכט,

1} עס איז נישט דא אזא זאך אז א פאציענט זאל פארלאזען זיין שטאק ווי ער איז, טויט צי רויט, חוץ פאר מעדיקעל טעסט, NYU וועם מאנכע האבן דא אויסגערימט וואלט עס אויך קיינמאל נישט ציגעלאזט, קיינמאל..! עס איז דא א פלאר דאקטער וואס איז אחראי אויף די פאציענטען פינעם שטאק, איינמאל די גייסט ארויס קען ער מער נישט נעמען קיין אחרוית, קיינמאל וועט ער דיר אין ערגעץ נישט לאזען גיין, און מן הסתם ביי די אפטיילנוג ווי די ביסט געווען איז די רעגולאציעס נאך שווערער ווי אין א אנדערע אפטיילנוג,

2} און זיכער אזוי מיט {חסידישע} אידן שטעלט אייך פאר אז nyu אדער סיי וועלכע אנדערע שפיטאל אין די סיטי זאל לאזען זייערע אידישע פאציענטען גיין צום שבת שטוב אפילו מיט א באגלייטער... טראכט אלמלא אז מאנט סייני אדער בית ישראל זאלען לאזען זייערע פאציענטן ארויס גיין פון זייער שטאק איבער שב"ק..... אפילו מיט א באגלייטער, דאס גאנצע שפיטאל וואלט געקענט גיין היטען שבת... מען דארף האבן @קופערניקוס עס אראפצולייגען ווי אזוי עס וואלט אויסגעזען,

3} אז א נורס וואס ארבייט אין די וויקענד זאל דיר וועלן א טובה טיען און גיין פאר דיר, דאס האט שוין גארנישט מיט די שפיטאל,
דארפסט פארשטיין און קענענן די ווירטשאפט פון די נורס'ס ווי אנגעשטרענט זיי ארבייטען, וופיל ארבייט זיי האבן, און וופיל רעכט זיי האבן צו פעלן פינעם שטאק דיר א טובה צי טיען, און בכלל די שפיטאל ווירטשאפט און א וויקענד, קען זיין אז ווען די האסט ווען א שאכטעל טאשקלאד צו די זייט און די גיבסט עס א ריק אריין פאר איינעם אין די האנט און די בעסט איר פריוואט א טובה אז זי זאל דיר עס טיען ווען זי האט איר ברעיק וואלט זי עס מעגליך געטיען פאר דיר.. אבער באופן ווי אזוי די האסט עס געבען אפציעל אז מען זאל עס טיען ווייל מען מוז.. און ווייל די מיזט עס האבן... עס ארבייט נישט אזוי, זיכער נישט אין nyc און מן הסתם אין אנדערע פלעצער אויך נישט.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:47 pm

בדרך כלל בין איך מסכים צו דיינע ווערטער, בדחן, חוץ פון דאס:

בדחן האט געשריבן:דארפסט פארשטיין און קענענן די ווירטשאפט פון די נורס'ס ווי אנגעשטרענגט זיי ארבייטען, וופיל ארבייט זיי האבן

REALLY? COME ON
זיי זיצן און קאלעצן אוועק, איך וואונטש פאר אלע אידן אזא גרינגע ארבייט מיט אזויפיל בענעפיטן (הגם יש יוצא מן הכלל).
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15237
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18421 מאל

הודעהדורך בדחן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:00 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:בדרך כלל בין איך מסכים צו דיינע ווערטער, בדחן, חוץ פון דאס:
בדחן האט געשריבן:דארפסט פארשטיין און קענענן די ווירטשאפט פון די נורס'ס ווי אנגעשטרענגט זיי ארבייטען, וופיל ארבייט זיי האבן
REALLY? COME ON זיי זיצן און קאלעצן אוועק, איך וואונטש פאר אלע אידן אזא גרינגע ארבייט מיט אזויפיל בענעפיטן (הגם יש יוצא מן הכלל).


גערעכט, אבער נאר לויט וויאזוי דו זעסט עס אן מיט דיין חסידישען בליק,

א נורס אויפן פלאר איז א שווערע זעכציג מינוט א שעה ארבייט, די סיסטעם איז אויסגעשטעלט צו האבן נאר 99.99 ארבייטס קראפט וופיל מען דארף האבן, עס זיצט נישט דארט איין איבריגע מענטש וואס האט נישט קיין ארבייט, און עס האט רוגעלאציעס ווי למשל אז אייביג מוז זיין איינער ביים סטעשיען אד"ג, חוץ די פיזשע ארבייט וואס די זעסט אז זיי טיען האבן זיי א געוואלט מיט ארבייט וואס די זעסט נישט ווי למשל זייער פעפיר ווארק אד"ג, זיי דארפן זיין גרייט צי רעאגירען יעדע סקונדע פינעם שעה צו די בערך 7 8 {יעדע שפיטאל/שטאק איז אנדערש} פאציענטען וואס זיי האבן, יעדער מיט א אנדערע געברויך, יעדער מיט א אנדערע מחלה, און יעדער מיט א אנדערע {שווערע} פערסענאלעטי, אסאך פון זיי ארבייטען 12 שעה שיפט'ס, אנדערע ארבייטען 8 שעה שיפט'ס,

עס איז א אנגעצויגענע שווערע ארבייט, און נישט אייביג ווען מען זעט א נורס זיצען אויפן בענקעל איז טייטש אז זי מוז שוין רעאגירען צו א נישט עמערדשענסי פון נישט איר פאציענט, {דאס איז היפך פינעם חסידישען אנגענימענע מיינוג}

@שמעקעדיג, אין א זייטיגע נאטיץ, פאר די איין שורה וואס האסט נישט געגליכען האסטע מיר נישט געוואלט געבן דיין לייק? :x :x איך מאך נאר א ווערטעל.. :D :D
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:37 pm

בדחן האט געשריבן:@שמעקעדיג, אין א זייטיגע נאטיץ, פאר די איין שורה וואס האסט נישט געגליכען האסטע מיר נישט געוואלט געבן דיין לייק? :x :x איך מאך נאר א ווערטעל.. :D :D

האסט שוין אריינגעכאפט 2 לייקס, פארן פריערדיגן און פארן יעצטיגן תגובה. לאמיר האפן עס וועט אראפוועגן אויפן רעכטן זייט וואגשאל..
(גיימיר זיך איבערבעטן ערב יוכ"פ? :P )
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15237
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18421 מאל

הודעהדורך בדחן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:43 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:(גיימיר זיך איבערבעטן ערב יוכ"פ? )


וואס עפעס ווארטען ביז ערב יוכ"פ, יעדן טאג די מינוט וואס איך פארשלוס מיין בראזעור בעט מען זיך איבער מיט יעדעם איינעם און מען איז מוחל איינער דעם צווייטען'ס ניק אויב די ניקים האבן ח"ו צווישען זיך איינער אינעם צווייטען פוגע בכודו געווען.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

הודעהדורך למדן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 5:02 pm

זאגסט זייער שטארקע פוינטס און ביזט מסתמא 100% גערעכט, אבער פאר סאם ריזען הייסען זיי נישט אזא גוטע שפיטאל ובפרט אין סערוויס אין רעלאטיוו צו NYU וואס הייסט סאך בעסער ווי אויך הייסט זייער ליעזאן זייער גוט אין אלגעמיין
פאר די איינמאל וואס איך בין ארייגעפאלן אין NYU אפאר יאהר צוריק (חוץ וואס איך בין לעצטענס געווען פאר א צווייטן) ווייל מיין פרייוועט דאקטאר פלוצלינג האט אזוי באשלאסן האט ער זייער שיין אויסגענומען ווען ער'ז געקומען זיך אינטערעסירן און געזאגט מ' זאל איהם רופן וואטעווער........... כ'מיין זיי האבן איהם געלאזט ווייסן אז א חרדי איז אין
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך עליע_ק » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:58 pm

צו @בדחן
1 ליידער זענט איהר נישט גערעכט איך האב פארברענגט גענוג און נאך צייט אין פארשיעדענע שפיטעלער מיט געזונט פראבלעמען.
רוב מאל, רוב נוירסעס אין סיי קארנעל, מיימאנידיס, און מעטאדיסט האבען מיר געלאזט אראפגיין גאנץ עמטליך צו'ם ביקור חולים ציממער און אפילו אומעמטליך אויף צו רייכערן.
איך בין געשטאנען אין דרויסען פון א באקאנטע שפיטאל אין מאנהאטען און גערייכערט, מיט אן IV מיט מארפיום אין מיין האנט, און א NASAL GASTRIC TUBE אריינגעטעקט אין נאז, מיט נאך זאכען וואס איך וויל נישט רעכענען מפני הכבוד. (אגב, איך טו דאס נישט רעקאמענדיערען. די רויך לאזט עפעס א מאדנע טעם אין די טיוב א שטיק צייט נאך דעם) אמאל, אמאל האט זיך געמאכט איין שטרענגע נוירס וואס האט פארלאנגט נישט גיין.
2
צו די שפיטאל וועט גיין אויף רעדער צו נישט ווייס איך נישט. מן הסתם נישט. ווייל פון אייגענע ערפאהרנונג אלץ פאציענט האט מען מיר יא געלאזט און די גאנצע שפיטאל האט זיך נישט איבערגעדרייט.
איך בין נישט קיין רבי'ש אייניקעל און איך האב נישט קיין שום סיבה צו גלייבען אז די שפיטאל שטאב האט זיך געפיהרט אנדערש מיט מיר ווי א צווייטער, מילא נעם איך אן אז מ'לאזט אנדערע פאציענטען אויך גיין.
און צווייטענס, היא הנותנת. ווייל אויף אן אנדערע שטאק איז מען נישט אזוי שטרענג און מ'האט נאך עצות צ.ב.ש. אז איינער פון ביקור חולים זאל ארויפטראגען, איז נישט אזוי וויכטיג צו פארלאנגען א באגלייטונג. דא, ווי ס'נישט דא אן אנדערע עצה, איז צו מיר פראקטיציערען מיין רעליגיע איז נאך אזוי וויכטיג ווי אן XRAY
ווייטער איך האב דאס נאר פארגעשלאגען אלץ איין וועג צו לעזען די פראבלעם, אויב זיי איז בעסער ערלויבען אידען פון ביקור חולים דאס ארויפטראגען איז אודאי גוט.
3
איך מיין אז איהר האט נישט גוט געליינט וואס איך האב געשריבען. דער מענטש וואס איך האב געבעטען איז ערטענס נישט געווען קיין נוירס נאר א צווייטער פאזיציע וואס הייסט "קאונסעלאר". איך האב עם אויסדריקליך נישט פארלאנגט, נאר געבעטען אלץ פערזעהנליכע טובה. און ער האט געענטפערט אז פאר זיינעטוועגען וואלט ער געווען גרייט, ווען נישט וואס די שפיטאל פארבאט פאר זייערע שטאב מענטשען אריינצוברענגען "דרויסע'דיקע" עסען ווייל אין פאל וואס די פאציענט ווערט עפעס געשעדיגט פון די עסען איז די שפיטאל פאראנטווארטליך און מ'האט מורא מ'זאל זיי נישט "סוען".
איך בין איבערצייגט אז ווען ס'נאר א שאלה די טירחה פון אראפגיין און ארויפטראגען און נישט קעגען שפיטאל רעגולאציעס וואלט איך יא גע'פועלט ביי עם.
ביזט זייער גערעכט, ווען ס'פאלט מיר איין אויפ'ן וועג ארויס צו'ם שפיטאל אז אפשר וועל איך האבען פראבלעמען איז כדאי מיטצונעמען שאקאלאד פאר די נוירסעס, (ווען איך האב ווען שאקאלאד אין דער היים) און ווען מ'נעמט מיר עס נישט צו מיט אלע אנדערע זאכען פאר איך בין ארויף דארטען וואלט איך געקענט אפשר משחד זיין א נוירס פארקוקען די געזעץ.
איך האב נאר פארגעשלאגען אלץ נאך א וועג צו לייזען די פראבלעם, אז אזוי ווי די ביקור חולים עסען איז סיי ווי אין שפיטאל זאל מען פועל'ן אז מ'זאל עס פאררעכענען שפיטאל עסען וואס א שטאב מענטש איז ערלויבט ארויפפיהרען
עליע_ק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 11:50 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:11 pm

@עליע_ק איך ווייס נישט צו ערב א' סליחות איז א זמן צו אויפרעגן די מענטשהייט וואס איז שוין סייוויי פאריאגט און אנגעצויגען. אבער מהיכי תיתי אז מ'דארף דיר - און פאר אלע אנדערע מענטשען וואס קומען אין שפיטאל פאר א טאג צוויי - צושטעלן כל טוב וטוב? @געפילטע פיש מיט ווייט פיש?! לעבער?! - זיי מוחל, איר האט געקענט דאס אלעס אליינס קויפן די אנדערע זייט בריק.
ווען איינער איז ליידער אין שפיטאל פאר א לענגערע צייט, אדער די שפיטאל איז אין די מרחקים, אדער ער האט נישט קיין משפחה וכו', איז שיין פון די ביקור חולים זיך צו זארגן פאר דיר. אבער אין פאל מ'גייט אהין פאר א טאג צוויי, פארוואס דארף מען אייך שפייזען?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8521 מאל

הודעהדורך עליע_ק » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:26 pm

קאווע טרינער
איך כאפ נאך אלץ נישט ווי אריינצולייכען די נאמען אין בלוי. איך ווייס נישט פארוואס דו טראכטסט אז דא איז די פלאץ דאס צו דיסקוטיערען.
צו מ'דארף מיר יא, צו מ'דארף מיר נישט, צו איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס איך האב פונקט נישט געקענט אדער מודה זיין אז איך האב טאקע יא געקענט.
קיינער (חוץ אפשר דיר) קומט נישט מיט טענות צו סאטמאר ביקור חולים. זיי טוען א הערליכע ארבייט. און צו זיי דארפען זיין מער קלייבעשריש פאר וועמען זיי טיילען דארפסט שמועסען מיט זיי.אבער דער פאקט איז זיי ברענגען גערן פאר איינער וואס איז דארטען אפילו נאר א טאג. און אז די עסען איז שוין דארט, קען מען קומען מיט טענות צו'ם שפיטאל דאס זיי לאזען עס נישט צו.
מאכלי שבת איז א מנהג ישראל און קידוש מיט חלה איז א מצוה ווי אלע אנדערע מצוות.
די שפיטעער זיינען גרייט צו בארעכענען מיט רעליגיעזע נויט.
פעלט אין גאנצען איינער זאל זיי דעס מסביר זיין און טרעפען די וועג וואס איז מערסטענס פראקטיש פאר זיי דאס אויסצופירען.
פון פראקטישע עצות האב איך געזאגט די דריי וואס איך האב געטראכט, אפשר א צווייטער קען טראכטען א בעסערע. אבער פעלט נאך אלץ איינער אן עסקן זאל זיי בכלל געבען צו פארשטיין אז ס'דא א פראבלעם
עליע_ק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 11:50 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך בדחן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:47 pm

עליע_ק האט געשריבן:צו @בדחן
1 ליידער זענט איהר נישט גערעכט איך האב פארברענגט גענוג און נאך צייט אין פארשיעדענע שפיטעלער מיט געזונט פראבלעמען.
רוב מאל, רוב נוירסעס אין סיי קארנעל, מיימאנידיס, און מעטאדיסט האבען מיר געלאזט אראפגיין גאנץ עמטליך צו'ם ביקור חולים ציממער און אפילו אומעמטליך אויף צו רייכערן.
איך בין געשטאנען אין דרויסען פון א באקאנטע שפיטאל אין מאנהאטען און גערייכערט, מיט אן IV מיט מארפיום אין מיין האנט, און א NASAL GASTRIC TUBE אריינגעטעקט אין נאז, מיט נאך זאכען וואס איך וויל נישט רעכענען מפני הכבוד. (אגב, איך טו דאס נישט רעקאמענדיערען. די רויך לאזט עפעס א מאדנע טעם אין די טיוב א שטיק צייט נאך דעם) אמאל, אמאל האט זיך געמאכט איין שטרענגע נוירס וואס האט פארלאנגט נישט גיין.


איך קען נישט די מיימאנידיס/מעטאדיסט סיסטעם, אבער אין קארנעל האט אייך קיינער נישט געלאזט אלץ פאציענט פארלאזן די שטאק מיט רשות,
עס איז מעגליך אז איר האט געטיען וואס אסאך מענטשן טיען, איר זענט געגאנגענן אן רשות און קיינער האט אייך גארנישט געזאגט ווען איר זענט צירוק געקימען, און מן הסתם - זיכער - איז ביי די אנדערע צוויי שפיטעלער די זעלבע זאך,

עליע_ק האט געשריבן:דער מענטש וואס איך האב געבעטען איז ערטענס נישט געווען קיין נוירס נאר א צווייטער פאזיציע וואס הייסט "קאונסעלאר". איך האב עם אויסדריקליך נישט פארלאנגט, נאר געבעטען אלץ פערזעהנליכע טובה. און ער האט געענטפערט אז פאר זיינעטוועגען וואלט ער געווען גרייט, ווען נישט וואס די שפיטאל פארבאט פאר זייערע שטאב מענטשען אריינצוברענגען "דרויסע'דיקע" עסען ווייל אין פאל וואס די פאציענט ווערט עפעס געשעדיגט פון די עסען איז די שפיטאל פאראנטווארטליך און מ'האט מורא מ'זאל זיי נישט "סוען".

זיין ענטפער איבער די שפיטאל פארבאט איז - מן הסתם - א ליגענט,

אבער וואס האט אייך אין וויסטען חלום געמאכט טראכטען אז יענער וועט גיין פאר דיר ברענגן עסן? פארוואס זאל ער עס וועלן טיען פאר א פרעמדען פאציענט? ער איז א מענטש מיט א דעגרי וואס קימט אהין צי ארבייטען אויף א פערפעשנעול אויפן, פארוואס זאל ער פלוצולינג ווערן א דעליווערי בוי און גיין ברענגן עסן? ער האט נישט געלערענט זיין פאך אין קאלדעש אף יוניידעט טאלימדיקעל אקעדעמי.. ער איז נישט קיין ביקור חולים וואלענטיר, און ער נעמט נישט ארויס פאר די הייליגע טעג א זיץ אין די צענטראלע שול, עס איז נישט דא קיין שום סיבה אויסציניצען א שפיטאל איינגעשטעלטע אויף זאך וואס זיי זענענן נישט געשטעלט.

+++

אידן האבן ספעשעל געברויכען ווי אימער און ווען אימער, און זיכער אזוי אין א שפיטאל,
אבער פאר א סיבה איז מעמאריעל געווארען עטליכע יאר צירוק אזוי שטרענג אז מען זאל זיך נישט דרייען דארט און אלעס ארום, דאס היימישקייט און ברידעליכקייט פון לי עוו קארנער בעדפארד כאפט זיך אסאך מאל אריבער אין א שפיטאל, בנוסף אז א שפיטאל איז בכלל א אנגעצויגענע פלאטץ, און מען בעט זאכען וואס איז נישט דייך צוצישטעלן, ווער רעדט נאך אויב מען קען נישט קיין ענגליש, די שפיטאל סטעף קען זיך אסאך מאל פילען ווי סטוערד'ס אויף א פליגער קיין אר"י בעפאר ל"ג בעומר אדער בין הזמנים.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

הודעהדורך בדחן » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:16 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:@קאווע טרינקער איך ווייס נישט צו ערב א' סליחות איז א זמן צו אויפרעגן די מענטשהייט וואס איז שוין סייוויי פאריאגט און אנגעצויגען. אבער מהיכי תיתי אז מ'דארף דיר - און פאר אלע אנדערע מענטשען וואס קומען אין שפיטאל פאר א טאג צוויי - צושטעלן כל טוב וטוב? @געפילטע פיש מיט ווייט פיש?! לעבער?! - זיי מוחל, איר האט געקענט דאס אלעס אליינס קויפן די אנדערע זייט בריק.
ווען איינער איז ליידער אין שפיטאל פאר א לענגערע צייט, אדער די שפיטאל איז אין די מרחקים, אדער ער האט נישט קיין משפחה וכו', איז שיין פון די ביקור חולים זיך צו זארגן פאר דיר. אבער אין פאל מ'גייט אהין פאר א טאג צוויי, פארוואס דארף מען אייך שפייזען?


הנח להם לישראל, די מנהג איז אז אפילו מען איז נאר א באזיכער אין שפיטאל פאר דאקטער וויזיט אדער צי באזיכען א חולה, גייט מען אויך צום ביקור חולים צימער צי פארזיכען פון די מאכלים.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

הודעהדורך עליע_ק » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 4:27 am

@בדחן
1
וואס מיינט ביי דיר רשות? אן ערלויבעניש צעטיל אונטערגעשריבען פון נוירס? דייקא אין קארנעל האב איך געזאגט אפען און קלאר סיי פאר נוירסעס און סיי פאר דאקטוירים אז איך גיי אראפ רייכערען אדער אין ביקור חולים ציממער. און דער רוב פון זיי האבען געזאגט אוקיי, אדער אוקיי אבער איך האב דיר נישט געזעהן גיין. גאנץ ווייניג האבען געזאגט אז מ'טאר נישט. ביי מיר הייסט דאס גענוג רשות, אפילו ס'קעגען די רעגולאציעס. און אז ס'אזוי געווען ביי מיר שטעל איך מיך פאר אויך ביי אנדערע
2
האסט באשלאסען אז "מוז זיין ער זאגט ליגענט" ד.ה. נישט הערענדיג די געשרפעך, נישט קענענדיג די מענטש האסט עם אפגעשאצט פאר אן אכזר, אן אנגעבלאזענע בעל גאווה, וואס פון שפיץ בארג פון זיין מעדיקאל דעגרי קוקט ער אראפ אויף יעדען, און אוטאמאטיש טייטשט אפ יעדער טובה טוען א מענטש אלץ "זיין א שיק אינגעל".
איז האב איך פאר דיר נייעס. ס'דא אויך מענטשען, אפילו גוים וואס זיינען פון נאטור גוטע, אדער וואס כאפט אמאל א גיסטע א טובה טוען א צווייטע. ס'מאכט זיך אויך אמאל אז איינער שפירט באפריינעט מיט א מענטש נאך עם שמועסען צוויי שעה. אדער וואס איינער נעמט אויס ביי עם און ערוועקט ביי עם רחמנות.
יעצט איך האב געהאנדעלט מיט דער מענטש. ער האט זיך געמיט פאר מיר א סאך מער ווי ער האט געדארפט, און זאכען וואס קומען נישט דוקא אריין אין די ראמען פון וואס זיין פאסטען פארלאנגט.
און לויט דעם האב איך געשאצט אז ער וואלט עס יא געטוען. לאממיר הערען אויף וואס באזיערסט דו דיין אפשאץ? ס'מאכט זיך קיינמאל נישט א גוי זאל האלטען א טובה טוען א איד? ס'קיין איין מענטש נישט ארויס פון קאלעדזש אן צו זיין א גראבע בעל גאווה? אדער פשוט אז ער האט נישט געלרנט אין UTA מאכסט דו עם א גזירה שווה מיט אלע בעלזער-גערער-ווישניצער און ממילא פארשטייט זיך אליין די אוממעגליכקייט.
אידען האבען די זעלבע רעכט ווי אלע אנדערע אמעריקאנער בירגער צו בעטען מ'זאל רעכענען מיט זייערע רעליגעזער געברויכען. אין דאס איז א פאל וואס האט ממש געדארפט זיין א קלייניגקייט צו ערלעדיגען. און אגב, רעד איך א פליסיגען ענגליש
עליע_ק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 11:50 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 9:14 am

בדחן האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:@קאווע טרינקער איך ווייס נישט צו ערב א' סליחות איז א זמן צו אויפרעגן די מענטשהייט וואס איז שוין סייוויי פאריאגט און אנגעצויגען. אבער מהיכי תיתי אז מ'דארף דיר - און פאר אלע אנדערע מענטשען וואס קומען אין שפיטאל פאר א טאג צוויי - צושטעלן כל טוב וטוב? @געפילטע פיש מיט ווייט פיש?! לעבער?! - זיי מוחל, איר האט געקענט דאס אלעס אליינס קויפן די אנדערע זייט בריק.
ווען איינער איז ליידער אין שפיטאל פאר א לענגערע צייט, אדער די שפיטאל איז אין די מרחקים, אדער ער האט נישט קיין משפחה וכו', איז שיין פון די ביקור חולים זיך צו זארגן פאר דיר. אבער אין פאל מ'גייט אהין פאר א טאג צוויי, פארוואס דארף מען אייך שפייזען?


הנח להם לישראל, די מנהג איז אז אפילו מען איז נאר א באזיכער אין שפיטאל פאר דאקטער וויזיט אדער צי באזיכען א חולה, גייט מען אויך צום ביקור חולים צימער צי פארזיכען פון די מאכלים.

די מנהג שטאמט פון נעמען א פען יעדעס מאל מ'מאכט א דיפאזיט.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8521 מאל

הודעהדורך נצבד » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:34 am

קאווע:
איך האב פאר דיר גרויסע נייעס, די ביקור חולים שטיבלעך זענען טאקע דייקא יא צוגעשטעלט "בעיקר" פאר די וואס קומען "מבקר חולה" זיין.

די חולים אליינס באקומען-געווענליך- זייער עסן דירעקט צוגעטראגען צו זייער שטוב,
און סברא זאגט אויך, אז די מענטשען וואס גיבען זיך אפ אלס אן "ארגענעזאציע" צו מבקר חולה זיין אידען, טוען צושטעלען די געברויכען פאר אנדערע מבקרי חולים אז סזאל זיי גרינגער אנקומען די מצוה פון ביקור חולים.

משפחה מיטגלידער זענען אויך מקיים די מצוה ,אפילו זיי זענען נענטער צום חולה
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך נצבד » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:39 am

עליע_ק

עס קומט דיר גרויס קרעדיט פארען זיך נעמען און די הענט אריין,און גיין נעמען הילף פאר דיינע פראבלעמען,רוב מאל ליידער זענען די און דיין מצב מיואש און נאכגעלאזט און זיי געבען אויף צו זיין אמאל צוריק אויף די פיס,


ווי אויך דיין קוראדש דאס מפרסם זיין דא ברבים,איך גלייב אז אנדערע אידען וואס זענען בערך אין דיין -האפענטליך געוועזענע- מצב,האבען ארויסגענומען דערפון חיזוק און א שטופ אויף פאראויס
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 1:06 pm

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4210 מאל

נעקסט

גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט