איי-ווי פאר יום כיפור

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
עולם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:09 am
געפינט זיך: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
קאנטאקט:

איי-ווי פאר יום כיפור

שליחה דורך עולם »

אזוי ווי ס'דא אסאך פון אחב"י וואס צוליב געזינט אדער אנדערע אומשטענדן דארפן זיי צוקומען צו נעמען איי-ווי . אינטערווינעס אום יום הקדוש, שטעל איך דא ארויף ווי מ'קען עס נעמען אין די היימישע געגענטער

דערמאנונג: איי-ווי זאל נאר גענומען ווערן נאכן ווערן אדורכגעשמיעסט מיט א מורה הוראה. און אזוי אויך פארשטייט זיך איז דאס פאר איינעם וואס ס'איז רעקאמענדירט געווארן דורך א דאקטער

וויליאמסבורג:
אין יום כיפור:
    ODA- או די עי, אויף 14 העיווארד סט. פון צעהנע צופרי ביז פירע נאכמיטאג
    קוואלעטי העלטה סענטער, אויף 432 בעדפארד עוו. - פון צוועלווע מיטאג ביז פירע נאכמיטאג
פאר מער אינפארמאציע אדער דארפט איר איינעם וואס זאל קומען צו אייך אהיים, רופט די חברה הצלה ספעציעלע האט-ליין: 718-534-5050

בארא פארק:
ערב יום כיפור - צו ציען דעם איי ווי ליין (פאר ווער ס'קען עס אליינס קאנעקטן אין יום כיפור)
    ביהמ"ד הגדול ד'באבוב, אויף 1538 48'סטע סט. - פון איינסע נאכמיטאג ביז זעקסע נאכמיטאג.

אין יום כיפור:
    ביהמ"ד הגדול ד'באבוב, אויף 1538 48'סטע סט. - פון אכטע צופרי ביז זיבענע פארנאכטס
    ביהמ"ד בעלזא, 1321 43'סטע סט. - פון אכטע צופרי ביז זיבענע פארנאכטס
    סטעט-קער, 1153 58'סטע סט. - פון אכטע צופרי ביז זיבענע פארנאכטס
    ביהמ"ד באבוב, 1721 58'סטע סט. - פון אכטע צופרי ביז זיבענע פארנאכטס
פאר מער אינפארמאציע אדער דארפט איר איינעם וואס זאל קומען צו אייך אהיים, רופט ביקור חולים ד'באבוב, 718-851-2500

מאנסי:
ביטע רופט הצלה, 845-425-1600

שיכון סקווירא:
ביטע רופט 845-659-5886

מאנטריאל:
ביטע רופט רפואה וחסד ליין, 514-357-2167 עקסטענשאן #8

[center]ונשמרתם מאוד לנפשותיכם![/center]
[center]די אלע וואס דארפן נעמען מעדעצינען אום יוה"ק זאלן דאס נישט נעמען פאר גרינג, עס קען זיין פארבינדן מיט סכנת נפשות! מען זאל דאס אדורך רעדן מיטן דאקטער און מיט א מורה הוראה!
געדענקט! אין די זעלבע תורה וואס ס''שטייט אז מ'זאל פאסטן אין אזא הייליגע טאג, שטייט אויך 'ונשמרתם מאוד לנפשותיכם' די מצוות זענען 'וחי בהם'
[/center]

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר