א שב"ק במצבי האיומה

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

א שב"ק במצבי האיומה

שליחה דורך גרוש »

בס"ד
יום ו' עש"ק לסדר "והנם זועפים" כ"ג לחודש כסליו תשע"ג לפ"ק
מאנכע וועלן זיך וואונדערן, איה"נ אין די סדרה די וואך שטייט טאקע די ווערטער "והנם זועפים" אבער ווי קומט עס אריין ווען מען שטייט ביום ערב "שבת קודש" מען גרייט זיך צום:
באת שבת באת מנוחה (ב"ר י ט)
אות היא ביני וביניכם (שמות לא יג)
לקראת שבת לכו ונלכה כי היא מקור הברכה (לכה דודי)
ויברך אלקים את יום השביעי (בראשית ב ג)
כד עיל שבת איהי אתיחדת ואתפרשת מסטרא אחרא (כגוונא)
מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה (שבת י: ביצה ט"ז.)
כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליא ( זוהר יתרו דף פח, א)

עס קומט שבת קודש

אטעמט מען אפ פון א גאנצע וואך,
מ'האט צייט צו טראכטן
מ'האט צייט צו פארברענגען מיט די משפחה,
מ'האט צייט צו מחנך זיין די קינדער,
מער צייט צו אינזין האבן די דאווענען
מ'עסט סעודת שבת וכל מיני מטעמים,
מזינגט זמירות,
הדלקתי נרותי והצעתי מטתי והחלפתי שמלותי לכבוד יום השבת קודש
עונת תלמידי חכמים משבת לשבת,

ווער רעדט נאך פון די שלאפ פרייטאג צו נאכטס, דאס איז דאך מעין עולם הבא בחינת "גן עדן התחתון", מ'קען אריין ציען אוואו בני מלכים, אויפשטיין אין די טאג אריין,
ועל כולם די שלאף שבת נאכמיטאג נאך די טשולענט, דאס איז דאך ממש לעילא ולעילא, דאס איז שוין גאנץ א אנדערע בחינה "גן עדן העליון ממש", מ'פארט ארויף אין די הויכע ספערן, אז עס גייט א רויעך, (א גוי קען דאס ניטאמאל משיג זיין)

איז דאך לכאורה לית טב מיניה, איינמאל א וואך צו האבן א "שבת קודש", ניין? ווי קומט יעצט אריין די "והנם זועפים"

אין הכי נמי, איר זענט נישט מער ווי גערעכט פארן אזוי טראכטן, ווייל ס'איז טאקע אזוי, מיר גלייבן באמונה שלימה אז תורה שבע"פ איז ניתנה מסיני, און אז די גמרא זאגט אויף שבת "מתנה טובה יש לי בבית גנזי" איז דאס טאקע א מתנה, און די אלע וואס פרעגן די קשיא איז לכאורה ווייל זיי פילן דעם שבת ווי א שטארקע מתנה, און מיט רעכט,

נאר כדי דאס צו פארענטפערן וועלן מיר עס מסביר זיין מיט א משל, פארדעם על מיר מקדים זיין מיט א דבר שמעתתא און דערנאך צוקומען צום משל,
ווייסטו וואס עס איז א קורצע ווינטער פרייטאג, וועלן מיר אויסלאזן די משל מיטן דבר שמעתתא על מיר גלייך צוקומען צום ענין,



לאמיר אנהייבן מיטן סדר

והיה ביום השישי והכינו

די טור או"ח סימן ר"נ שרייבט: וישכים בבוקר ביום ו' להכין צרכי שבת, דאס איז געזאגט געווארן אפילו אין די זומער ווען די טאג איז לאנג, און עס איז דא אסאך צייט, כ"ש אין די ווינטער ווען די טעג זענען קורץ, ווייל פאר אזא הייליגן טאג ווי שבת דארף מען הכנה, ווי עס שטייט אין פסוק "והיה ביום השישי והכינו",
אונזערע באבעס פלעגן אויפשטיין ערב שבת פארטאגס צו באקן די חלות, היינט מאכט מען זיך אביסל באקוועמער, מ'באקט די חלות דאנערשטאג אזוי דארף מען נישט אויפשטיין ערב שבת אזוי פרי

וידעת כי שלום אהלך
די בית יוסף פסק'נט אז ערב שבת דארף מען אויסשארפן די מעסער מיט וואס מ'איז בוצע די לחם משנה פאר סעודת שבת, וזל"ק כתב בכלבו ומשחיזין הסכין בכל ע"ש דהכי תניא בספרי "וידעת כי שלום אהליך" זו השחזת סכין,
די כלבו איז מסביר וואס פאר א שייכות, האט שארפן א מעסער מיט "וידעת כי שלום אהליך", כי אם כהה הברזל ולא יחתוך אין זה שלום ביתו
עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר
די משנה אין מסכת שבת (לד.) ג' דברים צריך אדם לומר בתוך ביתו ע"ש עם חשיכה, עשרתן, ערבתן, הדליקו את הנר,
הנשים מוזהרות בו ביותר
אין טור רס"ד ברענגט ער לגבי הדלקת נר שבת, וז"ל הנשים מוזהרות בו ביותר כדאיתא במדרש מפני שכבתה נרו של עולם פירוש גרמה מיתה לאדם הראשון והרמב"ם ז"ל נתן טעם לדבר מפני שמצויות בבית ועוסקות בצרכי הבית
נר משום שלום ביתו
די גמרא זאגט אין מסכת שבת (כ"ג:) אמר רבא פשיטא לי נר ביתו ונר חנוכה נר ביתו עדיף משום שלום ביתו נר ביתו וקידוש היום נר ביתו עדיף משום שלום ביתו, ברענגט רש"י אראפ די גמרא ווייטער אויפן פסוק אין איכה "ותזנח משלו' נפשי" מאי ותזנח משלום נפשי אמר ר' אבהו זו הדלקת נר שבת ווי רש"י איז דארט מסביר במקום שאין נר אין שלום שהולך ונכשל באפילה,
יהי רצון שיהא לשבת אחרת כן
די גמרא זאגט אין מס' שבת (קי"ט:) תניא ר' יוסי בר יהודה אומר שני מלאכי השרת מלוין לו לאדם בע"ש מבית הכנסת לביתו אחד טוב ואחד רע וכשבא לביתו ומצא נר דלוק ושלחן ערוך ומטתו מוצעת מלאך טוב אומר יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך ומלאך רע עונה אמן בעל כרחו ואם לאו מלאך רע אומר יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך ומלאך טוב עונה בעל כרחו אמן ,

געווענדליך מענטשן שטייען אויף פריה פרייטאג, ובפרט ווינטער, מ'יאגט זיך מ'וויל נאך אריין כאפן ארבעטן און האבן צייט צו העלפן אינדערהיים, די גאנצע ערב שבת איז א בחינה פון וגילו ברעדה, פון איין זייט איז מען אנגעצויגן, מ'וויל אריין כאפן ווי מער, פון די אנדערע זייט איז מען פרייליך, עס קומט שבת קודש, מ'איז OFF פון די ארבעט, מ'האט צייט צו פארברענגען מיט די משפחה, און זעהן נחת פון די קינדער,
מ'גרייט אהן די שבת טיש, מ'ברענט אפ די ליכט, מ'מאכט זיכער אז די טשולענט איז אקעי, מ'שארפט אויס די מעסער אויב עס פעלט אויס, און די נשים באקן חלות, צינדען ליכט, די גאנצע זאך גייט צו מיט א שמחה, אזוי אז ווען מ'קומט אהיים פון שול מ'טראפט ב"ה "נר דלוק, ושלחנו ערוך, ומטה מוצעת, און אודאי זאגט די מלאך טוב יהי רצון שתהא לשבת אחרת כן און די מלאך רע בעל כרחו יענה אמן, אודאי דערנאך זאגט מען פאר די מלאכים א "שלום עליכם" מיט א שמחה, נאך אזא ברכה וואס אפילו די מלאך רע האט אויך מסכים געווען, און פון דארט און ווייטער איז יעדע איד לפי בחינתו לויט וואו ער גרייט זיך צו שבת, מי שטרח בע"ש יאכל בשבת,
אבל לי אינו כן
עס ווערט ליל שישי, ערב שבת קודש, ווער איך אין א ויינעדיגע מוד, קודם, נאך א וואך פאריבער בתוקף החשכות והנסיונות, המצב והזמן, ועדיין לא נושעתי, והשנית והיא העיקר, דאס מיינט עס קומט נאך אמאל א לאנלי שבת,
עס איז ליידער נישט פאר וועם: "והכינו את אשר יביאו", עס איז ליידער נישט דא פאר וועם אנצוגרייטן
עס איז נישט דא קיין שום סיבה פאר: "וישכים בבוקר בע"ש להכין צרכי שבת"
עס איז נישט דא פארוואס: " ומשחיזין הסכין בכל ע"ש דהכי תניא בספרי "וידעת כי שלום אהליך" זו השחזת סכין," ווייל עס איז ליידער נישט שייך די טעם " כי אם כהה הברזל ולא יחתוך אין זה שלום ביתו"
עס איז ליידערנישט דא פארוועם צו זאגן: "עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר"

עס איז ליידער נישט שייך: הנשים מוזהרות בו ביותר


עס איז ליידער נישטא פאר וואס צו צינדען: נר משום שלום ביתו

עס איז ליידער נישט דא: פארוועם און פארוואס צו מאכן מאכן " נר דלוק, שולחנו ערוך, ומטה מוצעת, אז די מלאך טוב זאל זאגן, יהי רצון שיהא לשבת אחרת כן, און מ'מוז זיך באגנוגען מיט עסן ביי די עלטערן אדער ערגעץ אנדערש כדי נישט צו ווערן באורד פון שבת,

מיין סדר השבת,

מ'קומט אין בית המדרש, ב"ה מ'האט חברים, נאך א וואך אין אזא מצב, און אודאי אין א שבת אין אזא מצב מוז מען כאטש שבת זיך אביסל שמוסען זיך אינטער צוהאלטן, מ'פרובירט צו כאפן שמועסן מיט וועם מ'קען נאר, פאר עונג שבת, זיך צו האלטן בשמחה, און פארברענגען, (ווייל אינדערהיים איז נישט דא מיט וועם), מ'זאגט בואו ונצא מיט א צובראכנקייט, אז מיר דארפן נאכאמאל האבן א שבת אין די מצב, מזמור שיר ליום השבת, איז שוין גארנישט קיין מזמור, רזא דשבת איהי שבת דאתאחדת ברזא ד"אחד", די והיו לבשר אחד איז ליידער נאך נישט דא, מ'ענדיגט דאווענען, די עולם גייט אהיים מיט א שמחה מ'יאגט זיך אהיים צו קידוש און די סעודה, איך האב מיר ליידער נישט פארוואס צו יאגן, עס שטייט טאקע, קדשהו בכניסתו, אבער עצבות איז ערגער, במילא בלייבט מען אין בית מדרש, שמועסן, ווילאנג ס'דא מיט וועם, וואו ווייניגער זיין אויסגעשטעלט צו עצבות, ווען די ביהמ"ד ווערט ליידיג גייט מען אהיים, עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס זיך יאגן, אמאל פון גרויס צובראכנקייט פאלט מען אריין אין בעט, און מ'מאכט די סעודה ערגעץ אינמיטן די נאכט, צומאל ווען מ'וועקט זיך אויף און עס איז שוין נאכן עלות, מוז מען לאזן די קידוש און שלש סעודות פאר נאך מוסף,
שלום עליכם מלאכי השרת
מ'הייבט אהן שלום עליכם בשברון הלב, ובדמעות עיניים, מ'האט ליידער נישט אויף וואס די מלאך טוב זאל זאגן יהי רצון שתהא לשבת אחרת כן, ביי ברכוני לחיים טובים ולשלום, בעט זיך ווי פון זיך אליין,עס זאלל שוין זיין, ראה "חיים" עם האשה אשר אהבת, מצא אשה מצא "טוב", "וידעת כי שלו' אהליך", און האבן מיט וועם צו פירן א שבת טיש,

רבון כל העולמים
מי יוכל לשער ולספר וויפיל דמעות עס ווערט פארגאסן יעדע איינציגע שבת בשעת'ן זאגן די תפלה, מ'זאגט "מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי", ווי נישט ווי די באשעפער איז כולו חסדים, מ'אטעמט ב"ה, מ'איז געזונט, די מח ארבעט ב"ה, וכולהו, די עבר איז ליידער נאר "עמדי", און מ'בעט אויפן עתיד, "ואשר אתה עתיד" זאל זיין "עמי ועם כל בני ביתי" "וזכני לקבל שבתות מתוך רוב שמחה" עס זאל שוין זיין "ושמחת אתה וביתיך", אבער דערווייל איז ליידער :"השרוי בלא אשה שרוי בלא שמחה", "ומתוך עושר וכבוד" איזהו עשיר השמח בחלקו, דערווייל איז עס ליידער נישט דא, "ומתוך מיעוט עוונות" וואס דערווייל עס איז ליידער נישט דא, "השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה", "והסר ממני (עס זאל אויך זיין) "ומכל בני ביתי" כל מיני דלות ועניות ואביונות", אין עני אלא בדעת, והאדם ידע את חוה אשתו, אנא מלך וכו', "ויברכוני בבואם לביתי ביום קדשינו", עס זאל זיין אויף וואס די מלאך טוב זאל זאגן די ברכה,

אשת חיל מי ימצא
זאגנדיג די פסוקים פון אשת חיל, ווערן די דמעות שטערקער, ווען וועט מען שוין זוכה זיין צו די "אשת חיל מי ימצא" אין די מצב פילט מען באמת די "ורחוק מפנינים מכרה", און מ'בעט אז ווען עס וועט אי"ה אנקומען די צייט זאל עס זיין ריכטיג, "בטח לה לב בעלה", "גמלתהו טוב כל ימי חייה", עס זאל זיין "לא יכבה בלילה נרה", עס זאל זיין די ריכטיגע "פת בסלו" אז מ'זאל זיך קען פירן בקדושה, אז עס זאל זיין "נודע בשערים בעלה", ווי די ייטב לב האט געזאגט פאר זיין פטירה אז אויף זיין מצבה זאל מען שרייבן "נודע בשערים" ווייל ווער עס פירט זיך בקדושה איז "נודע בשערים", עס זאל זיין חן און יופי, אבער עס זאל נישט זיין קיין "שקר החן והבל היופי" עס זאל נישט פאפן, נאר עס זאל זיין תוכו כברו, אשה יראת ה' היא תתהלל,

יחבק לה בעלה
די קלימאקס פון די דמעות קומט זאגענדיג די ווערטער "יחבק לה בעלה", צו זאגן די דריי ווערטער נעמט מיר סתם א שבת 5-6 מינוט, און עס איז שוין געווען א שבת וואס עס האט גענומען כמעט 20 מינוט, ווייל יעדע מאל כ'האב אנגעהויבן זאגן די ווערטער, האב איך נאך אמאל אויסגעשאסן אין א געוויין און נישט געקענט זאגן, ביז כ'האב עס ענדליך ארויסגעזאגט (איינע פון מיינע חברים האט מיר געגעבן א עצה אז איך קען אויסלאזן די דריי ווערטער און שפארן די מיה, האב איך אים געזאגט, אז איך האב די געלוגענהייט צו "דמעות" מפנימיות הלב, "שערי דמעות לא ננעלו", וויל איך נישט עס אוועק ווארפן ביידים), דערנאך גייט מען צו צו קידוש היום, "נר ביתו וקידוש היום נר ביתו עדיף משום שלום ביתו" איז ליידער נישט שייך, עס איז ליידער נישט דא וועם מוציא זיין מיט קידוש, עס איז נישט דא פאר וועם צו געבן קידוש וויין, מ'דארף ליידער נישט בוצע זיין קיין גרויסע חלה, ווייל עס איז נישט דא מיט וועם צו שערן די חלה, עס איז נישט דא מיט וועם צו מאכן א סעודה, שבת צופרי בלייבט מען אין שוהל עד שתכלה רגל מן השוק, צו פארברענגען בשיחה לעונג שבת, צו פארגעסן פון די צרות, דערנאך גייט מען עסן די סעודה און שינת צהרים, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' ובשלישית, מ'שמועסט די מערסטע וואס מ'קען, דערנאך איז מען בשמחה אז די שבת איז ב"ה אריבער אאון עס קומט א פרישע וואך וואס מ'גייט נישט אזויפיל פילן די מצב ווי מען פילט עס שבת,

היוצא מדברי,

באת שבת באת מנוחה (ב"ר י ט) – עס איז אויך א חסרון, הן כנ"ל, הן ווייל דעמאלט איז דא מער צייט צו טראכטן און מ'פילט מער די מצב,

אות היא ביני וביניכם (שמות לא יג) – אבער וואס שטייט ווייטער לדעת כי אני ה' מקדישכם, השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה,

לקראת שבת לכו ונלכה כי היא מקור הברכה (לכה דודי) – אין הברכה מצוי' בתוך ביתו של אדם אלא בשביל אשתו


ויברך אלקים את יום השביעי (בראשית ב ג) – אין די מצב פילט מען נישט אזוי

כד עיל שבת איהי אתיחדת ואתפרשת מסטרא אחרא (כגוונא) – בן עשרים ולא נשא כל ימיו בהרהור עבירה, סא...............


מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה (שבת י: ביצה ט"ז.) – עס איז נישט נאר טובה, השרווי בלא אשה שרוי בלא טובה


כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליא ( זוהר יתרו דף פח, א) - השרוי בלא אשה שרוי בלא ברכה



עס קומט שב"ק

אטעמט מען אפ פון א גאנצע וואך, - אמת, אבער ביי מיר איז עס נישט קיין מעלה,

מ'האט צייט צו טראכטן – שטארקע חסרון במצבי האיומה


מ'האט צייט צו מחנך זיין די קינדער – איך האב ליידער נאך נישט די זכי',

מער צייט צו אינזין האבן די דאווענען – עמממממממממ


מ'עסט סעודת שבת וכל מיני מטעמים, - אויף אזא וועג וואס האב איך דערפון

מזינגט זמירות, - מיט בכיות


הדלקתי נרותי והצעתי מטתי והחלפתי שמלותי לכבוד יום השבת קודש – נאר די החלפתי שמלותי איז אמת, די אנדערע זאכן איז נישט דא פארוועם,


עונת תלמידי חכמים משבת לשבת, - דאס איז די שווערסטע חלק, אין די לעצטע 6 יאר איז עס ליידער מ'שנה ל'שנה אויך נישט,

ויהי רצון איך זאל ווי שנעלער פארגעסן פון די בתים, און די תפלות בדמעות זאלן מקויים ווערן במלא מובן המלה, און קיין איינער זאל נישט וויסן וואס א שבת אין די מצב מיינט נישט ביי אונז און נישט ביי די יוצאי חלצינו,

החותם בדמע,

דער אשכול פארמאגט 131 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר