עול"ם - ע'זרה ו'חיזוק ל'חולי מ'עיים ~ JCCSG

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
עולם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:09 am
געפינט זיך: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
קאנטאקט:

עול"ם - ע'זרה ו'חיזוק ל'חולי מ'עיים ~ JCCSG

שליחה דורך עולם »

דער דיסארדער וואס רופט זיך "קראונס דיזיס" איז א כראנישער געזונט-צושטאנד וואס איז שטארק פארשפרייט ביים היימישן ציבור, נאכדעם וואס מעדיצינישע און וועלטליכע שטודיעס צייגן אן אז ביים היימישן "אשכנז'ישן" ציבור איז עס פארהאן "דריי מאל מער" ווי ביי אלגעמיינע אנדערע גרופעס. ד.ה. אז דער היימישער ציבור ליידט דערפון די מערסטע, ווי עס איז טאקע עדות דער פאקט אז כמעט אין א יעדע היימישע משפחה איז פארהאן איינס/מערערע פון "קראונס-קאלייטעס" ליידענדע.

אט דער פאקט האט גורם געווען אז עס האט זיך געפאדערט קריטיש וויכטיג צו אדרעסירן דעם פראבלעם; באהאנדלען די דעטאלן דערפון; און שאפן א שטארקע באזע און "סופפארט גרופע" געווידמעט דירעקט פארן היימישן ציבור, מיטצוטיילן אינפארמאציע איינער פארן צווייטן; און וויסן וואו אנצופרעגן א יעדע פראגע/ספק וואס איז אזוי נוגע אויפן טאג טעגליכן לעבן.

מיט השי"ת'ס הילף האבן זיך אריינגעווארפן אינעם ענין א קבוצה פון חשובע היימישע עסקנים, און נאך עטליכע שווערע יארן פון פארשונג – און פראפעסיאנאלע הילף און באגלייטונג פון נאציאנאלע ארגאניזאציעס און לאנגיעריגע דאקטוירים – איז פארמירט געווארן א לעבנסוויכטיגע און העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע, אונטערן נאמען "עול"ם - ע'זרה ו'חיזוק ל'חולי מ'עיים ~ Jewish Crohn's & Colitis Support Group - JCCSG", ספעציעל פארן היימישן ציבור, וועלכע זאל זיך מטפל זיין מיט אלע ענינים אמבאלאנגט דעם געביט פון "קראונס און קאלייטעס".

זינט דער גרינדונג -פאר בערך צוויי א האלב יאר צוריק- פון די געוואונטשענע ארגאניזאציע זענען שוין אריבער 1,200 טעלעפאן-רופן געענטפערט געווארן; פילצאליגע מעדיקל-אפוינטמענטס זענען שוין ערלעדיגט געווארן און אראנדזשירט געווארן פאר גאר ביליגע פרייזן; אומצאליגע היימישע משפחות האבן שוין גענאסן דערפון חיזוק והדרכה; פארשידענע אינפארמאציע איז שוין אויסגעטוישט געווארן צווישן היימישע משפחות וועלכע ספראווען זיך דערמיט; און פילע קריטיש וויכטיגע פארבינדונגען זענען שוין געמאכט געווארן צו בארימטע דאקטוירים פון איבער גאנץ אמעריקע.

עס איז בכלל נישט קיין חידוש אז נאך לאנגע יארן וואס עס איז קיינמאל נישט געטון געווען קיין ערנסטע שריט אין די נושא ביים היימישן ציבור, איז דער אפקלאנג איבערן "געבורטסטאג" פון די ארגאניזאציע געווען אזוי הילכיג; אומצאליגע טעלעפאן רופן האבן אנגעהויבן אריינצושטראמען אין אפיס; פילצאליגע פראגעס; עצות און חיזוק; און אלע האבן אויסגעשריגן, כולם כאחד: "החייתנו! איר האט אונז מחי' געווען!".

איבער אלעמען האט זיך שוין ארויסגעוויזן מיט צענדליגע עפיזאדען ווי קריטיש וויכטיג די אווענטן זענען, די פארגאנגענע אווענטן –וואס די ערשטע צוויי און די פערטע זענען פארגעקומען אין וויליאמסבורג און די דריטע אין קרית יואל- האבן צוזאמען געברענגט נאנטע משפחה און גאר גוטע פריינד נישט וויסענדיג בעפאר אז זיי גייען אויך אדורך מיט די שוועריקייטן, וואס ווי עס פארשטייט זיך אליין איז דאס געווען א געוואלדיגע ישועה, דאס האט געגעבן א גרויסע שטיפ פאר די עסקנים צו גיין ווייטער.

די 'עול"ם' ארגענעזאציע האט זיך בעיקר ארויסגעוויזן אויף עטליכע אופנים:
עדיוקעישאן: ווי די געטרייע וואלאנטירן זיצן מיט די ליידענדע צו זייערע משפחות און גייען איבער די קעיס, זיי פשוט אויסצולערנען וואס דאס איז און וואס ס'קען און דארף געטוהן ווערן צו פארגרינגערן די מצב.
הילף: איינער וואס גייט דאס אדורך, אין אנפאנג זיכער ברויכן זיי אסאך הילף, מיט דאקטוירים, עסן, צו מעדיקעישאן. איינע פון די זאכן וואס 'עול"ם' שטעלט צו, איינע פון די מעדיקעישאן'ס וואס געוויסע ליידענדע נעמען דארף מען נעמען אלס אינדזשעקשאן, די ארגענעזאציע האט א וואולאנטיר, א מעמבער אין די חברה הצלה וואס גייט ארום עס געבן פאר די וואס קענען עס נישט אליינס נעמען.
סופפארט: די ארגענעזאציע שטעלט צו סופפארט פאר די חולה ומשפחה סיי ווען, צו מ'איז אינדערהיים, צו אין שפיטאל

יעצט גרייטן זיך די הונדערטע חולים פאר א פרישן אווענט
עולם #5 עד.jpg
עולם #5 עד.jpg (70.92 KiB) געזען געווארן 2007 מאל

JCCSG #5 Ad.jpg
JCCSG #5 Ad.jpg (68.59 KiB) געזען געווארן 2007 מאל

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר